בלאט 14 פון 37

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:02 pm
דורך שמעקעדיג
אין שיעור ואין חקר לגודל טיפשותם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:04 pm
דורך זר זהב
אז דו קויפסט עס זענען זיי גערעכט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך באקום עס פאר FREE פון איינעם.....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:14 pm
דורך שמעקעדיג
ענטפער פון רעדאקציע: *

לכבוד הרה"ח פג"ל וועא"מ שיחי',

איר האט ווארשיינליך געשיקט אייער בריוו צום אומריכטיגן אדרעס. אויב איז אייך אומפארשטענדליך און ממש איר וואונדערט זיך אויף די בני יואל, זייט וויסן אז זיי האבן א אייגענע אויסגאבע ווי זיי נעמען אויך אן בריוו צו די רעדאקציע, און מעגליך אז זיי וועלן אייך ענטפערן בטוב טעם ודעת. אבער וואס איז פשט אז איר אדרעסירט אייער בריוו צו "דער בלאט", דער שופר של יהדות החרדית בכל ארצי הגולה וגם לרבות קאנאדא, מיט א שאלה וואס איז געוואנדן צו די 'אנשי בני יואל'? ווי אזוי זאלן מיר וויסן וואס זיי טראכטן? זיי זענען דאך אונזערע קעגנער, ולא מחשבותינו מחשבותם, ואין אתנו יודעים עד מה.

אשר ע"כ וואלטן מיר אייך רעקאמעדירט אפירצוזוכן זייער אדרעס, און זיי אהינשיקן אייער בריוול. מיר זענען זיכער אז זיי וועלן זיי מער-ווי-העפי אייך צו פארענטפערן אייערע פליאות-דעת-ממני-נשגבה שאלות, והיה בזה שלום.

די רעדאקציע פונעם שופר גדול.



* פיקציע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:18 pm
דורך זר זהב
ענטפער פון רעדאקציע: *

לכבוד הרה"ח פג"ל וועא"מ שיחי',

וואס מאכט איר זיך נאריש? איר זיצט דא אין בלאט אפיס אין דעם נעקסטן צימער און שרייבסט בריוון צו זיך אליינס? א שאד די סטעמפ. ביטע נעם זיך ארבעטן, באריכט נארמאלע נייעס אזוי ווי די אנדערע צוויי צייטונגען טוהען



* פיקציע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:22 pm
דורך קאווע טרינקער
דער בלאט שרייבט "ביי אונז אין בראדוועי.." ס'דארף צו זיין א דשואק?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:23 pm
דורך שמעקעדיג
יעדע שורה איז א באזונדערע דזשאוק און פארלאנגט א באזונדערע קיצל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:11 pm
דורך יידל
ווי זייער טראדיציע, טרייבט דער בלאט ליצנות פון אירע ליינער אויפן ערשטן בלאט:

blat.jpg

למען תדע פירט א מערכה מיט דער בלאט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 1:52 pm
דורך זלמן זאפיר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:00 pm
דורך לעמיל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:32 pm
דורך נאטרוליסט
יידל האט געשריבן:ווי זייער טראדיציע, טרייבט דער בלאט ליצנות פון אירע ליינער אויפן ערשטן בלאט:

blat.jpg


ווי זייער טראדיציע, טרייבט דער בלאט ליצנות פון ... (די ארגאניזאציע וואס איר ווילט אפשר נישט אנרופן) אויפן ערשטן בלאט:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:21 pm
דורך I'm back
לעמיל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6723#p6723


[tag]לעמיל[/tag], ווי אזוי האסטו זוכה געווען צו א לייק פון באריסטא?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:23 pm
דורך I'm back
סאשי פיש האט געשריבן:ווער זאגט אז עס איז א וויץ?


אז די בלאט שרייבט עס, איז עס שוין א וויץ.
ווען איך לייען אין דער בלאט א נייעס וואס איך ווייס איז געשען דער וואך, זוך איך די ליגנט וואס זיי האבן אריינגעשטופט. זיי קענען נישט באריכטן עפעס אן א ליגנט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:19 am
דורך ונבנתה העיר
ראובן בערגער באשרייבט גאנץ אינטערעסאנטע נושאים, ער מוז אבער אויפהערן שרייבן "דאס מין זאך" אין יעדע צווייטע פאראגראף.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:49 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:09 am
דורך ונבנתה העיר
כ'ווייס? די דריי ווערטער קלעבן עפעס נישט, עס לאזט איבער א מקוה טעם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:23 am
דורך ידען
ונבנתה העיר האט געשריבן:ראובן בערגער באשרייבט גאנץ אינטערעסאנטע נושאים, ער מוז אבער אויפהערן שרייבן "דאס מין זאך" אין יעדע צווייטע פאראגראף.

ראובן בערגער מיינסטו א שרייבער אין די בלאט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:29 am
דורך שמעקעדיג
בשעת 'דער איד' איז מקיים דעם אכשר דרא אויפן העכסטן פארנעם, אזוי ווי אבטולמוס האט שוין באשריבן דעם חילוק פון די אמאליגע ארכיוון, האט מיר ערשטוינט דעם פאראגראף אין "דער בלאט" די וואך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:51 pm
דורך ונבנתה העיר
ידען האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ראובן בערגער באשרייבט גאנץ אינטערעסאנטע נושאים, ער מוז אבער אויפהערן שרייבן "דאס מין זאך" אין יעדע צווייטע פאראגראף.

ראובן בערגער מיינסטו א שרייבער אין די בלאט?

יא, מן הסתם א פען-נאמען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:19 pm
דורך DotCom
ונבנתה העיר האט געשריבן:ראובן בערגער באשרייבט גאנץ אינטערעסאנטע נושאים, ער מוז אבער אויפהערן שרייבן "דאס מין זאך" אין יעדע צווייטע פאראגראף.

און אויך די בחוריש ווארט "מערדעריש".

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:25 pm
דורך גאנצל
נישטא וואס צו רעדן דער בלאט איז די נארישסטע צייטונג פון די דריי היגע צייטונגען און די פלא איז ס'ווערט נארישער פון וואך צו וואך פון פענע צום בלאט איז די העכסטע לעוול דאם וואס מ'קען נאר דערגרייכן אבער זיי באווייזן דאך יעדע וואך צו ווייזן אז טפשות האט נישט קיין גבול

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:10 pm
דורך קאווע טרינקער
האט איינער באמערקט ווי "דער בלאט" רייסט ליצנות פון אליעזר קעסטענבוים?
דורכען באשרייבן אין די לענג און ברייט הרב קנאפללער פון בארא פארק אלץ "הגאון בעל דמשק אליעזר שליט"א".
כ'וויל נישט מאריך זיין, אבער ווער ס'פארשטייט, זעהט דא ווי דער בלאט נוצט דעם איד - וואס צווישען זיינע צענדליגע קונטרסים איז דא איין בלעטל וואס הייסט "דמשק אליעזר" - צו מאכן שפאס פון קעסטנבוים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:17 pm
דורך בדחן
און די פונקט פון חוזק מאכען פון מענטשן האט "דער בלאט" נישט וואס זיך צו שעמען פינעם "דער איד" זיי זענענן ביידע אייניג גילטי דערויף.