בלאט 14 פון 27

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 11:04 pm
דורך שמעקעדיג
אויב האסטו א גימעיל אקאונט קענסטו עס ארויפלאדענען אויף גוגל דרייוו (דוכט זיך ביז 25 גיג) און עס שעירן מיט וועמען דו ווילסט דורכן אימעיל אדרעס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 11:23 pm
דורך נולד מאוחר
Remote desktop קען איך נישט ניצן צי מיין קאנעקטען צי מיין home אדער work קאמפיוטער אויב זיי האבן די סטענדערד וינדאויס?
כמיז האבן ווינדאויס פרא?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 11:31 pm
דורך פרישער
נולד מאוחר האט געשריבן:כוויל שיקען א פייל 134 mb
וואטס עפפ און gmail איז עס צי גרויס.
וויאזוי שיק איך עס ?

שיק עס מיט א דראפ באקס לינק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 11:34 pm
דורך פרישער
אה איך בין דער נולד מאוחר, ווייל כבר קדמנו דער שוואנצער רויט, און שמעקעדיג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:11 am
דורך קליגער אינגערמאן
נולד מאוחר האט געשריבן:כוויל שיקען א פייל 134 mb
וואטס עפפ און gmail איז עס צי גרויס.
וויאזוי שיק איך עס ?


use wetransfer.com

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:52 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:Remote desktop קען איך נישט ניצן צי מיין קאנעקטען צי מיין home אדער work קאמפיוטער אויב זיי האבן די סטענדערד וינדאויס?
כמיז האבן ווינדאויס פרא?

יא. די קלייענט איז דא אין אלע ווערסיעס פון ווינדאוס, אבער די סערווער (די קאמפיוטער צו וואס דו ווילסט דיך באהעפטן) מוז זיין פראו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:54 pm
דורך געפילטע פיש
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כוויל שיקען א פייל 134 mb
וואטס עפפ און gmail איז עס צי גרויס.
וויאזוי שיק איך עס ?


use wetransfer.com

אדער pipe bytes.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:05 am
דורך מעקע-ניק
איך האב א טאוסטער אויווען א "טאוסט מעסטער" ס'האט אויפגעהערט ארבעטן, ס'צינד זיך פאר צוויי מינוט און שפרינגט גלייך צוריק ארויף נאך אפילו דער ברויט איז פארפרוירען. כ'האב שוין פרובירט אויספלאגן און אנצינדן, איך קלער אפשר איז מעגליך אז די ווייערלעס אינטערנעט וואס כ'האב לעצטענס באקומען אינטערפערד מיט די טאוסטער און צומישט עס, איז עס מעגליך?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:29 pm
דורך אפטעמיסט
איך וויל לייגן א פראפיל בילד, און סגייט עפעס נישט. סקומט מיר ארויף דעם מעסעזדש:
דער פערזענליכן אוואטאר מאס דארף זיין צווישן 0 און 94 KIB
קען מיר איינער פותר זיין וואס דאס מיינט?

palm pixi

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 7:05 pm
דורך ראש הישיבה
brand new 8 weeks old. and from one minute to the next there is an empty green screen. no way to use the phone, only through the car bluetooth . what can i do? d

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 10:56 pm
דורך נ נח
ווי אזוי קען מען דאונלאדן א Hebrew keybored אויף galaxy tab2?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 10:58 pm
דורך chosen people
וועלעכע קיבאורד האסטו?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 11:08 pm
דורך נ נח
כבין נישט זיכער צו איך פארשטיי דיין שאלה, כ׳האב א samesung galaxy tab 2
וואס typed נאר אין ענגליש, איך וויל שרייבן אין עברית.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 11:51 pm
דורך chosen people
גייט צו settings/language and input/keyboards andinput methods , און קוק וואס דיין דיפאולט קיבאורד איז? און אויכט קענט איר זעהן וועלעכע אנדערע קיבאורדס איר האט אינסטאלדט..
און דארט קענסטו אריין גיין אין די קיבוארד וואס דו ניצט און דיינלאודען עברית..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 12:11 am
דורך ארפכשד
דאונלאוד "google keyboard" אין די play store. דערנאך קענסטו טון וואס [tag]chosen people[/tag] עצה'ט דיר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 12:21 am
דורך chosen people
די סעמסאנג קיבאורד האט אויכט עברית.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך זוך א וויי-פיי עקסטענדער. ווען איך זוך אנליין (צב"ש אויף עמעזאן) באקום איך א הויפן פון פראדוקטן (למשל דאס און דאס), מיט גאנץ פיינע רעוויואס.
אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס אלעס גוט נאר אויב איך האב מיין אייגענע אינטערנעט סערוויס אינדערהיים/אפיס, וואס טוט זיך אבער אויב איך בין אויף א פלאץ ווי עס געפינט זיך א האט-ספאט אינדרויסן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט שוואך דעם קאנעקשאן, קוים איינס-צוויי בארס אויפן אייקאן, צי וועט אזוינס העלפן פאר מיר אויכעט?
אויב נישט, וואס איז די עצה פאר אזא סינעריא ווי מיר?

שקויעך לעמאפרייע [tag]געפילטע פיש[/tag] און הו-עווער וועט זיך נעמען די מיה צו ענטפערן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:11 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זוך א וויי-פיי עקסטענדער. ווען איך זוך אנליין (צב"ש אויף עמעזאן) באקום איך א הויפן פון פראדוקטן (למשל דאס און דאס), מיט גאנץ פיינע רעוויואס.
אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז דאס אלעס גוט נאר אויב איך האב מיין אייגענע אינטערנעט סערוויס אינדערהיים/אפיס, וואס טוט זיך אבער אויב איך בין אויף א פלאץ ווי עס געפינט זיך א האט-ספאט אינדרויסן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט שוואך דעם קאנעקשאן, קוים איינס-צוויי בארס אויפן אייקאן, צי וועט אזוינס העלפן פאר מיר אויכעט?
אויב נישט, וואס איז די עצה פאר אזא סינעריא ווי מיר?

שקויעך לעמאפרייע [tag]געפילטע פיש[/tag] און הו-עווער וועט זיך נעמען די מיה צו ענטפערן.

פששש האסטו א גוטע שכן. ווי נישט ווי מיין איך אז אונז ק"ש ליינערז דארפן איהם זיין דאנקבאר. וויל ווען נישט איהם איז נישט דא קיין שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:30 pm
דורך געפילטע פיש
אפאר נקודות.

אויב ביי דיין קאמפיוטער כאפסטו נאר איינס צוויי בארס, אבער ביי דיין פענסטער, אדער אנדערע זייט הויז האסטו א בעסער קאנעקשאן, וועט דיר אזא ריפיטער העלפן צו פירן די קאנעקשאן ביז דיין קאמפיוטער.

אויב נעמסטו די ווייפיי פון א שכן, וואס לאזט דיר עס נוצן, איז אפשר בעסער עם צו קויפן א בעסערע N ראוטער, וואס גייט אויף א ווייטערע שטרעקע. אדער עם צוקויפן א שטערקערע אנטענא פאר סאך ביליגער.

אויב האסטו אלטע ראוטערס אינדערהיים, קענסטו נעמען געוויסע ראוטערס, ארויפלייגן אויף זיי DD-WRT און האסט א פארטיגע שטארקע פלעקסיבעל ריפיטער.

נאך אן עצה איז דא צוצוטשעפענען א Cantenna צו דיין קאמפיוטער, וואס מאכט אז דיין wifi אנטענא זאל אנשטאט זיין א Omnidirectional אנטענא, ס'זאל זיין א געצילטע אנטענא צו וואו דו ווילסט ס'זאל גרייכן, ד.ה. די ריכטונג פונעם שכנ'ס ראוטער.

אנאליזירער האקט, דארט רעדט מען טאקע פון dd-wrt.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:58 am
דורך chosen people
i have a brother printer mfc-8710dw.
lately it prints with big black dots on the paper, i opened up the ink i see that it leaks from the ink box the powder. probably have to buy a new ink and i have to clean the drum.. but how do i clean the drum. and is it possible that it leaks from the ink? ...any help

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:25 am
דורך פרישער
פון די סימטאמען איז געדרינגען אז דיין דראם ענדיגט איר חיות, האנדעל איין א נייע דראם און אלעס וועט זיך אויסהיילן, אבער איידער די טיסט גיין האנדלען, באקיק דעים איצטיגן דראם עס איז דא א זייער דינע ווייער פארענט, דעי ווייער ווערט שמיציג מיט די צייט, עס האט א פלאסטיג ביים עק וואס איז געמאכט אריבער צי פירן דעים ווייער, אין דעי מענאווער רייניגט דעים ווייער און קען פאריכטן דעים פראבלעים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:24 am
דורך שטילע אינגערמאן
איך פראביר צו לייגן א בילד אויף מיין אוועיטער דא אין ק"ש אין סע גייט מיר נישט, כהאב שוין פראבירט מיט בייזן אין גוטן, שוין געווען אויף ביז די פרי שעות אין געטרייט, כהאב שוין גענומען א דעי אפ, בלוט האט זיך שוין געגאסען, איך האלט פאר א הארטס אטאאק, איינער פליז זאג מיך סטעפ ביי סטעפ ווי אזוי מען טוט דאס, נעשט שרייבען "דראפבאקס" ווייל כהאב שוין געדראפט די באקס, איך ווייס נישט ווי אזוי מען נוצט דער אראפ געלאסטע פישקע פאר אלע גוטע יאר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:05 pm
דורך סלינקי
האסט פראבירט דא? אויב יא וואס איז די מעסעדזש וואס די באקומסט?