טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

יאנקל האט געשריבן:פארוואס א סאטמארער טאר נישט גיין צו דער אסיפה:
http://freepdfhosting.com/6ef764b5e8.pdf

עס איבלט. :אומגלויבליך:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך [NAMELESS] »

די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך זר זהב »

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...

כ'פארשטיי ואאס דו מיינסט, אבער למעשה האט ער דאך אפאר גוטע פוינטס און מקורות אויף נישט צו גיין, א'ניין ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך זר זהב »

ומי לנו גדול, רבינו הק' מסאטמאר זי"ע נאך אין די שטאט סאטמאר פאר די קריג האט זיך
איינגעפירט דעם מנהג ביי זיינע דרשות וואס ער פלעגט זאגן, אין די הייליגסטע מאמענטן פון
יאר ווי פאר תקיעת שופר אדער דעם הייליגן אויפדערנאכט, צו זאגן אן עקסטערע דרשה פאר
די אידן פון די שטאטישע קהלה אין די גרויסע שוהל, און אן עקסטערע דרשה פאר אנשי שלומו
תלמידיו וחסידיו ביי זיך אין חסידישן ביהמ"ד, ולא ראוי זה כראוי זה, פון די האט ער תובע
געווען וואס ער האט געקענט תובע זיין לפי ערכם, און פון זיינע תלמידים וחסידים האט ער
געפאדערט און געמאנט דאס מערסטע.
ס'איז קלאר אז ער האט דאס אזוי געטוהן וויל ער האט נישט געוואלט קיין אייניגע
רעזולאציעס.
(פון יענעם קונטרס)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אויס וועלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אויס וועלט »

עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך זר זהב »

אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל

מהר"א ? מהר"יי ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ציוני »

זר זהב האט געשריבן:
אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל

מהר"א ? מהר"יי ?

מהרי"י מן הסתם
ווייל מהר"א האט שוין נעכטן קלאר געשטעלט זיין קעגנשאפט, על אף ער האט נאך געלאזט א פתח חרטה, זאגנדיג אז ער דארף זיך נאך איבערטראכטן
און וועט היינט נאכט געבן תשובה.
יהודי לו "ציוני"
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך פריינדליך »

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...

פארוואס האט דער פרימער איד ווייניגער רעכטן ארויסצוברענגן זיין שטאלץ מיט זיין אידשקייט?

היתכן ווען די דורוכגעפאלענע אפגעפארענע באשרייבן וופיל חזיר ער/זי עסט, און פינקטליך וופיל זיי האט שוין געזינדיט וועט עס ביי א טייל שרייבער דא זיין גאר שטארק געשעצט, און מען וועט עס נישט מעגן קריטעקירען,משא"כ ווען א פרימער איד ברענגט ארויס זיין שטאלת מיט זיין אידישקייט, ווערט עס דא היבש באשריגען און באזידעלט,

וואס גייט דא פאר, איז די האס דא צו די פרימע א שטייגער ווי די האס וואס דער פרייער חילוני האט צום דער חרדי און אר"י?

פארוואס איז קיינער נישט מוחה??
[NAMELESS]

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס יהדות החרדית הצרופה שטייט פאר א ביטערע נסיון פון "כינוס כלל ישראל" וואס ברענגט התחברות מיט אלע פרעמדע קרייזן מיט דעות נפסדות. אבער ברוך השם שהקדים רפואה למכה, מיר האבן די אינטערנעט, יעדער האט היינט די כלי (כלשון מרן מהר"א) און דארטן האקט מען קעגן די כינוס, דארטן קען מען "שעירן" די קונטרס הסברה, און אזוי אפהאלטן אידן פון התחברות לרשעים. ברוך שמסר עולמו לאינטערנעט!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אבי גערעדט »

מיט אלע נגיעות אין א זייט געלייגט, אין לאמיר נישט רעדן פון די אלע איבערגעטריבענע גיזמאות וואס שטייט אינעם קונטרס, איז נישט דא אפאר גערעכטע טענות אין די קונטרס? איז טאקע סאטמאר אין די אלע וואס סטיקן צו די דאזיגע שיטה מחויב אלעס אויפצוגעבן, להגדיל המעמד ולהאדירה? קיינער זאגט נישט אז ס'נישט א אויסנאמליכער שעת חירום, אבער למעשה מיט אביסל קאפ אין מחשבה וואלט מען דאך געקענט פארשפארן די אלע עגמת נפש, אין וואס טוט זיך מיט די אלע איבריגע טענות אין נקודות?
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

חאטשיג די נושא פין די "שעדליכע טעכנאלאגיע" פארקויפט זיך גוט, האב איך עפעס א נישט גוטע געפיהל צי די גאנצע "כינוס", עפעס מאכט נישט קיין סענס,

קודם וועמעס איינפאל איז עס ?
, וואס גייט עס אויפטוהן, מען גייט זאגען א פאר דרשות, אין......, כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס דא גייט פאר,

זיי מאכען א ווינט אין די גאס, פאמפע מיט פאמפע, ווי כאילו יעדער מיז מסכים זיין מיט זייער אגענדע, אין איינער וואס איז נישט מסכים גייטעם פשוט נישט אן די חורבן פין די "שעדליכע טעכנאלאגיע", סארי אבער עפעס לייגט זיך מיר נישט אויפען שכל,

פארוואס דער וועמעס איינפאל ס'איז, פארוואס האט זיך נישט דורעכגערעדט מיט די מנהיגי הקהילות פארדעם, יעצט קומען זיי אן, אין לייגען פרעשער אויף די ספעציפישע רבי'ס, אין די גאנצע גאס דארף מיטהאלטען צי זיי זענען יא אדער נישט מסכים, וואס פארא מין חוצפה איז דאס, האסט נישט געוויסט פארדעם אז גייסט זיי דארפען פרעגען, נאר וואס דען די חשבון איז אפשער טאקע דאס געווען אז ס'זאל זיין אויף זיי פרעשור פין די גאס, אין דאס איז סתם בלעקמעילינג,

זיי זאלען מיר מוחל זיין, אבער סאמטינג דאזענט מעיק סענס אווער היער,
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך דבילה »

ס'קומט מיר אויס אז דער כינוס 'עט זיכער זיין א דורכפאל.

דא נעמט מען ארויס די גראבע פינגער... מה נפשך -

'עלען די סאטמארע נישט קומען, 'עט דאך אפילו מיט די קינדער נישט זיין קיין צוואנציג טויזענט מענטשן. 'עלען די סאטמארע יא קומען, קומען זיי דאך בתנאי אז זיי 'עלען רעדן פון ציונות. קען דען איינער מאכן א גרעסערער ליצנות ברבים פון די גאנצע אינטערנעט נושא ווי מסביר זיין פאר "כלל ישראל" אז אינטערנעט אן א פילטער איז אזוי שלעכט ווי ציונות!!! אשפג
[NAMELESS]

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי די שטייגער אין אייוועלט, האט מיסטער "דרך ארץ" געברענגט פון קאווע שטיבל אן געבן די מקור!!
derech eretz האט געשריבן: http://freepdfhosting.com/6ef764b5e8.pdf
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ציוני »

ראשעקאל האט געשריבן:ווי די שטייגער אין אייוועלט, האט מיסטער "דרך ארץ" געברענגט פון קאווע שטיבל אן געבן די מקור!!
derech eretz האט געשריבן: http://freepdfhosting.com/6ef764b5e8.pdf

וואס גייט דיר אן אז ס'איז אן מקור

ס'איז געונג גוט ווי ס'איז שהם צריכים וכו' וד"ל.

און אגב איינער שוין מעורר געווען דארט, וכבר תיקנוהו
יהודי לו "ציוני"
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

"טעכנאלאגיע" אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך דעינעש »

קופערניקוס האט געשריבן:דאס יהדות החרדית הצרופה שטייט פאר א ביטערע נסיון פון "כינוס כלל ישראל" וואס ברענגט התחברות מיט אלע פרעמדע קרייזן מיט דעות נפסדות. אבער ברוך השם שהקדים רפואה למכה, מיר האבן די אינטערנעט, יעדער האט היינט די כלי (כלשון מרן מהר"א) און דארטן האקט מען קעגן די כינוס, דארטן קען מען "שעירן" די קונטרס הסברה, און אזוי אפהאלטן אידן פון התחברות לרשעים. ברוך שמסר עולמו לאינטערנעט!

א), תתהפכא מיסתברא,

ב), ראנג אשכול.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

יאנקעלע, איך בין נישטא מיך אנצונעמען פאר סאטמאר, אבער די אלע עבירות וואס דו רעכנסט דא אויס איז א חסידישע פראבלעם לאו דוקא א סאטמארע

ווי האט יענער געזאגט, די ליטווישע זענען מקפיד אויף איין זייט פון די עשרת הדברות, בין אדם לחבירו, און די חסידישע אויף די צווייטע, בין אדם למקום
באניצער אוואטאר
שנאפס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שנאפס »

ראשעקאל האט געשריבן:ווי די שטייגער אין אייוועלט, האט מיסטער "דרך ארץ" געברענגט פון קאווע שטיבל אן געבן די מקור!!
derech eretz האט געשריבן: http://freepdfhosting.com/6ef764b5e8.pdf

וואס הייסט "ווי די שטייגער?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

שנאפס האט געשריבן:

שטייגער הייסט א סטאנדארט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

מיך האט ארויסגעברעגט פון די כלים די פאלגענדע שורה:
"דער סימבאל פון "ערליכע אידישקייט" (ליין: סאטמאר)‬". אזוי? סאטמאר איז די סימבאל פון ערליכע אידישקייט?! סאטמאר איז א פיינע חשוב'ע וואוילע אידישע חסידישע קהילה, אבער די סימבאל?! אויב איז סאטמאר מיט אלע מחלוקת, שמוץ, לשה"ר, רכילות, ערכאות, עמידת על דם ריעיהם, גזילה, העברה על דינא דמלכות דינא וכו' וכו' איז די סימבאל פון ערליכע אידישקייט, איז ערליכע אידישקייט אויף געהאקטע צרות... אבער נאך מער באדערט מיר די עקלהאפטיגע גאווה און יהורא פון דעם שרייבער, ווי יאנקל האט שוין אזוי גוט ארויסגעברענגט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

א טאג נאכן כינוס כלל ישראל (קרעדיט: יוראפ פון איי וועלט)

בילד
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אורח »

אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל

נישט אמת,
[NAMELESS]

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאשקאוויטש פון אייוועלט ברענגט נייע אפדעיט׳ס

האב איך נעכטן ווידער אנגעטראפן מיין'ס א באקאנטע וועלכע איז איינע פון די הויפט עסקנים צום כינוס, און כ'האב אים פארגעלייגט עטליכע פראגן אויף וועלכע כ'האב באקומען קלארע תשובות, און כ'קען באשטיין אז אנדערע זאל'ן אויך הערן, (כאטש א טייל דערפון זענען שוין געשריבן געווארן דא איז עס געווען געשמאק צו הערן ממקור ראשון).

רעדנער'ס: הרב אפרים וואקסמאן גייט זיין דער יו"ר. דער רעדנער פון די קנאי'שע עולם גייט זיין דער דזשיבוי'ער רב פון מאנטריאל. און דער רעדנער פון די אגודה'סטישע קרייזן גייט זיין הרב דוד אלעווסקי פון גור-ב"פ. פון די ליטווישע חדר האט ער מיר נאכנישט געקענט זאגן קלאר, אבער נישט ישכר פראונד, און אוודאי נישט פסח קראון, ווייל אין די פרומע לעיקוואד זענען די שטודירטע אפגעפרעגט.
די רעדנער וועלן שטיין אויף א באזונדערע פלאטפארמע אינמיטן, וועלכע דרייט זיך ארום און ארום אויף א שטייטע אופן...

אויבן אהן: עס גייט זיין צוויי שיפע אויבן אהן'ס פון עטליכע שטאק, אזוי וועט אויסקומען אז עס איז נישטא קיין צענטער (כזה \/) און עס וועלן זיצן אויסגעמישט חסידישע מיט ליטווישע, פארשטייט זיך מיט א פונקטליכע פלאן פון ווער נעבן וועם, נישט גורם צו זיין קיין עגמ"נ פאר קיינעם. און די גבאים וועלן אלע זיצן אויף באשטימטע פלעצער אונטער זייערע רבי'ס.

פילטער'ס: ער האט מיר קלאר געשטעלט אז זיי גייען נישט רעקאמענדירן קיין שום ספעציפישע פילטער, זיי גייען בלויז פארפירן אז מ'קען היינט האבן גוטע פילטער'ס אויף יעדע כלי וואס עס איז דא, און זיי גייען בעיקר -לויט ווי כ'האב פארשטאנען- אויסשמועסן די אפציעס און וויכטיגקייט פון נעמען פילטער'ס אויף די טעכנעלאגישע אפאראטן.

סאטמאר: ער האט נישט צופיל געוואלט רעדן דערוועגן אבער ער האט מיר געגעבן קורצע תשובות. לגבי סאטמאר מהר"א איז דערווייל געבליבן אז עס גייט קומען תשובה אין די נאנטע טעג, [ביי די אסיפה איז גארנישט געבליבן].

לגבי סאטמאר מהרז"ל האט ער מיר געזאגט אז נאכ'ן אסיפה איז געבליבן אז ער גייט יא געהעריג ארויסקומען לטובת די אסיפה, הוא ובית דינו. וואס עס מיינט געהעריג, לאז איך פאר אנדערע מחליט צו זיין, אבער דאס האט ער מיר געזאגט.
(ער האט מיר דערציילט אז ביי די אסיפה בבית מהרז"ל ווען מ'האט דיסקוקסירט די ענין פון ענגליש רעדן האט איינער נאכגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחוייב צו גיין, און ווען מ'האט אים געפרעגט איבער די ענגליש האט ער געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם אבער יעצט איז א גזירת שמד און מ'דארף ע"פ הלכה פארקוקן אויף אלעס, און דאס האט באוואויגן מהרז"ל יא ארויסצוקומען.)

חב"ד: זייער נישט קומען האט גארנישט מיט קיין ליטווישע פארלאנגען, עס איז צוליב צויי סיבות, איינ'ס, ביי זיי איז נישט אינטערנעט די אידישקייט פראבלעם פונעם דור. צוויי, אפילו מ'האט יא געוואלט עפעס טון דארט איז אבער נישט געווען קיין געהעריגע פירערשאפט מייט וועם צו רעדן. דערפאר איז נישטא קיין אפציעלע אדרעסירונג פון זיי, אבער ער זאגט אז אסאך גרויסע ליובאוויטשע פלאנען מיטצוגיין, עס איז נישטא דארט קיין שום התנגדות דערצו.

לסיכום הענין, וויל איך קלאר מאכן אז כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פרטים, כ'זאג וואס כהאב געהערט, און יעדער קען דרייען דערמיט.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

אורח האט געשריבן:
אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל

נישט אמת,

אבער א כתב המלצה אונטערשרייבן איז יא אמת?
פארשפארט