בלאט 14 פון 23
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:47 pm
דורך פארדעכטיגער
נייעסריפארטער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 8:02 pm
עפעס אפדעיטס פון היינט? ווער נאך האט טעסטיפייד?
כ״ק אדמו״ר רבינו שליט"א תמ"ל חכם דורינו האט טעסטעפייד היינט נאכמיטאג.
מי שלא ראה חכם זה לא ראה חכמה בימיו…
רבינו שליט״א איז געגאנגן אנגעטוען מיט די שמונה בגדים די גאלדענע בעקיטשע מיט די ווייסע היט און ווייסע קאפטן.
ממש כמראה הכוהן היוצא מבית הכלא.
מארגן גייט די רבי ווייטער ממשיך זיין מיט זיינע דברים יוצאי להבת אש.
ווער סוויל קען מארגן אריבער קומען צו ווייט פלעינס עס מיט האלטן מיט די אייגענע אויגן. א שאד צו פארפאסטען אזא מראה הוד.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
מען לאזט אריין יעדעם? וואס איז די אדרעסס?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:56 pm
דורך Visionary
פארדעכטיגער האט געשריבן: ↑
כ"ק אדמו"ר רבינו שליט"א תמ"ל חכם דורינו האט טעסטעפייד היינט נאכמיטאג.
ווער ס'וויל קען מארגן אריבערקומען צו ווייט פלעינס עס מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן.
א שאד צו פארפאסטען אזא מראה הוד.
וואס מיינט תמ"ל?
אויך, וואס איז די אדרעס?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 10:54 pm
דורך מילך טראק
תורתו מגן להם
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:06 pm
דורך חכם מכל האדם
צופיל צו באריכטן פון געריכט.
ווערט מער און מער קאמפליצירט.
נחמן, דער רבי, געווען אויפ'ן שטול נאכמיטאג. מראו כמראה המת שעדיין לא נתנה לקבורה וריחו כריח הנפיחה. ער האט פרובירט צו פיליבאסטערן אויפ'ן סטענד. דער שופט האט אים כסדר דערמאנט אז ער קען נאר ענטפערן אויף די שאלות בקיצור, און אז ער האט מתיר געווען די חילול שבת דעמאלטס ביי די קידנעפינג צוליב סכנות נפשות פון די מיידל, און אז כדי נישט צו מאכן א חילול השם אז אידן זענען מחלל שבת צוליב סכנות נפשות האט מען זיך אנגעטוהן ווי גוים, און אז מ'האט קיינמאל נישט גערעדט פון רילעישאנס פון די מיידל מיט איר מאן ווען מ'האט זיך געגרייט צום קידנעפינג איר צו טראגן קיין מעקסיקא, און ס'איז ניטאמאל געווען אין פלאן דערצו ווייל זי האט ניטאמאל געהאט קיין מקוה דארט, און אז איינער א עלטערע בחור פון ניו יארק האט געוואלט מאלעסטן די קינדער ממילא האט מען געמוזט קומען ראטעווען, און אז מרת טעללער האט זיך צוקריגט מיט די קהילה ווייל זי האט נישט געוואלט אננעמען די נייע תקנות פון נישט עסן מער פיש צוליב די חששות אין כשרות. ועוד ועוד ועוד ועוד.
דער אינגל / בחור האט אויך טעסטיפייט היינט לטובת לב טהור, און אז מ'האט אים געשלאגן דא ווען ער איז געקומען דא, און אז ער האט געוואלט גיין, ועוד ועוד. למעשה ביי קראוס האט ער אויפגעהערט צו געדענקען, און האט געלייקנט אז מ'האט אים געהייסן זאגן ליגענט אויפ'ן סטענד.
מארגן גיין נחמן ווייטער זיין אויף די סטענד. אין מיי אנעסט אפיניען שאדט ער פאר די דיפענס מער ווי ער העלפט. פשוט ווייל ער רעדט אסאך און איבריג.
דערנאך א עדות מלכה.
בקיצור עס איז ווייט פון פערטיג.
היינט אין די געריכט קארידארן האט מען געזעהן א לב טהור פרוי וואס איז יעצט דא אין ניו יארק ווייל איר מאן איז אויף פראבעישן. זי האט מיטגעברענגט אירע קינדער כדי זיי זאלן קענען כאפן א בליק אויפ'ן רבי'ן השרף נחמן.
נאך עטליכע געסט פון בבל זענען געזעהן געווארן היינט אין געריכט מיט די בגדי מצורע.
למעשה קומען קלאנגען אז די גאווערמענט באטראכט צוריקצורופן עטליכע עדות אפצואווענדן די דיפענס עדות.
אין א אינטערעסאנטע צופאל, איז דער טאטע פון די וויינגארטנס אויך געווען אויף טרייעל מיט 16 יאר צוריק דא אין ניו יורק דעי צייט אין יאר, און איז געפינען געווארן שולדיג תענית אסתר / פורים אינדערפרי. יהא זכרו ברוך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:20 pm
דורך פארדעכטיגער
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 9:55 pm
מען לאזט אריין יעדעם? וואס איז די אדרעסס?
יא סאיז אפען פאר די פאבליק
אדרעס איז 300Quarropas St, White Plains, NY 10601
קאורטרום 318 טזאדזש ראמאן.
הייבט זיך אן 10:30 אינדערפרי ביז 5:00 נאכמיטאג
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 11:06 pm
.
אין א אינטערעסאנטע פערצופאל. האט די טאטע פון די וויינגארטןס אויך געווען אויף טרייעל מיט 16 יאר צוריק דא אין ניו יורק דעי צייט אין יאר. און איז געפונען געווארן שולדיג תענית אסתר /פורים אינדערפרי. יהא זכרו ברוך.
און אויך נישט גענימען קיין לויער,
א משפחה קרענק
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:37 pm
דורך Nanach
פארדעכטיגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 11:20 pm
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 9:55 pm
מען לאזט אריין יעדעם? וואס איז די אדרעסס?
יא סאיז אפען פאר די פאבליק
אדרעס איז 300Quarropas St, White Plains, NY 10601
קאורטרום 318 טזאדזש ראמאן.
הייבט זיך אן 10:30 אינדערפרי ביז 5:00 נאכמיטאג
קען מען כאפן קליפס?
אויב יא זאל איינער אפכאפן די געלונגענע שטיקלעך און פאוסטען פליז.
עכ״פ א פיקטשער פונעם רבין מיט זיינע בגדים
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:24 am
דורך חכם מכל האדם
Nanach האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 11:37 pm
פארדעכטיגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 11:20 pm
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 9:55 pm
מען לאזט אריין יעדעם? וואס איז די אדרעסס?
יא סאיז אפען פאר די פאבליק
אדרעס איז 300Quarropas St, White Plains, NY 10601
קאורטרום 318 טזאדזש ראמאן.
הייבט זיך אן 10:30 אינדערפרי ביז 5:00 נאכמיטאג
קען מען כאפן קליפס?
אויב יא זאל איינער אפכאפן די געלונגענע שטיקלעך און פאוסטען פליז.
עכ״פ א פיקטשער פונעם רבין מיט זיינע בגדים
בשום אופן נישט ערלויבט צו כאפן בילדער אין געריכט. זייער שטרענג פארסירט. קיינער זאל חלילה נישט זיין א אובער חכם.
ווער עס וויל זעהן דעם רבין ביפיו. זאל מוחל זיין קומען אין געריכט. עס איז ווערט די צייט. אזאנס האט מען שוין נישט געזעהן זייט אשמדי. ממש געקליידט גרייט פאר מלך המשיח. לעבט אין עולם הדמיון אז עס איז זיך צובאלעקן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:04 am
דורך חכמת שלמה
עס איז געווען היינט א פילפארביגע טאג אין קארט, עס דוכט זיך מיר אז זינט דער טרייעל האט זיך אנגעהויבן איז נאכנישט געווען אזא אינטערעסאנטער טאג אין קארט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די עדות'שאפט פון דער בחור, וועמען מען האט אויך געהאלפן אנטלויפן אין דעם שבת חנוכה. עס איז איראניש צו באמערקן, אז טוט זיך א קעיס איבער קידנעפן צוויי קינדער, בשעת ביידע קינדער שטייען אויפן סטענד און שרייען אז זיי האבן געוואלט צוריקגיין קיין לב-טהור, זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף און זיי זענען געווען פרייליך צוריקצוגיין, בשעת זיי זאגן אויך אז זיי זענען דארט אין אמעריקע אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. אבער עכ"ז רעדט מען איבער א ברוטאלע קידנעפינג. אן אינטערעסאנטע וועלט דאס.
אבער מיר וועלן זיך יעצט קודם קאנצערטרירן אויף די עדות'שאפט פון דער חכם תמ"ל, וואס דאס איז געווען א פיל מער אינטערעסאנטערע און קאלירפולע חלק. מיר וועלן נישט ברענגען אלעס, נאר די עטליכע אינטערעסאנטע הויכפונקטן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי זיין עדות'שאפט.
דער חכם איז אריינגעקומען מיט זיינע בגדי-ישע, גייענדיג מיט חשוב'ערע בגדים ווי די אנדערע מיטגלידער פון לב-טהור. די דריי וויינגארטן ברידער האבן זיך אונטערגעהויבן פון זייער פלאץ מיט כבוד און דרך-ארץ. זיין ערשיינונג האט געמאכט א רושם אויף די דזשורי, גייענדיג מיט ספעציעלע קליידער און אלע האבן אים באטראכט.
ער האט קודם געענטפערט אויף די פאר אפיציעלע התחלה שאלות, ווי אזוי ער הייסט און וואס עס איז זיין פאזיציע אין לב-טהור. זיינע ענטפערס זענען געווען לענגערע און עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די דזשורי צו הערן עפעס מער. ער האט דערציילט ווי אזוי עס האט זיך אפגעטון נאך די פטירה פון זיין טאטע זצוקלה"ה, ווען די קהילה האט אים געבעטן אז ער זאל איבערנעמען די הנהגה און ער האט נישט געוואלט די ערשטע פאר וואכן (מיר האבן אלעס באריכטעט בשעתו אין קאווע שטיבל), און דאן, נאך לחץ פון די בני הקהילה האט ער גענומען אויף זיך דער עול ההנהגה.
אריינגייענדיג איבער די אקציע פון נעמען די קינדער, האט דער חכם ארויסגעברענגט, אז באקומענדיג די גריסן פון אמעריקע, הן די בריוו וואס די צוויי געשוויסטער האבן געשריבן, הן די מייאוש'דיגע טעלעפאן קאלס אז זיי געפינען זיך אין א שווערע מצב און אויך די גריסן וואס ער האט געהערט דורך זיין מאמע וואס געפינט זיך אין אמעריקע, האט ער פארשטאנען אז די צוויי קינדער זענען באמת אין א סכנה און די מיידל האלט ממש פאר א נערוון-בראך, נאך וואס מען האט איר אריינגעשטעלט אין קינדער היימען, אין שפיטעלער על לא דבר, מען האט איר איינגעשפארט אן קיין טעלעפאן און איר אנגעגריפן עטליכע מאל (אזוי ווי דער בחור האט דערציילט און נאך אנדערע), ארינגעשטיפט עסן אין זייער מויל נגד רצונם און נאך, האט ער געשפירט אז עס איז ממש א סכנה פאר זיי דארט צו פארבלייבן, און וויבאלד ער טראגט אן אחריות אויף יעדן איינעם פון די קהילה, האט ער געשפירט אז דאס וועט זיין אומריכטיג פון זיין זייט דאס צו איגנארירן און אז ער מוז עפעס טון דערצו תיכף ומיד, דאס אפצושטעלן און איר צוריקברענגען צו די קהילה.
- לויט די אידישע הלכה, מעג מען פארן אום שבת?
- ניין. חס-ושלום. עס איז גאר א הארבע זאך ביי אידן.
- איז דא פעלער וואס מען מעג יא פארן שבת?
- ווען מען איז איבערצייגט אז עס איז פיקוח נפש. אזוי ווי עס איז געווען דא, אז עס איז ממש געווען פיקוח נפש, האט מען געמעגט פארן שבת.
- פארוואס איז עס געווען פיקוח נפש?
- ווייל עס האט אויסגעקוקט ווי זי האלט פאר א נערוון בראך.
- פארוואס האט מען זיך אנגעטאן די גוי'אישע קליידונג?
- נישט צו מאכן א חילול ה' אז אידן פארן שבת.
- וואס האבן די קינדער געטון ווען זיי האבן דיר געטראפן אין די קאר?
- דער יונגל האט ארומגעהאזלט און געקושט, די מיידל האט זיך שטארק געפריידט, אבער זי איז א גרויסע מיידל און אן אשת-איש, איז זי נישט צוגעקומען צו מיר, נאר מיר באדאנקט זייער שטארק.
- וואס האט מען געטון אויפן פליגער?
- מיר האבן געזינגען זמירות שבת. דער יונגל האט מיטגעזינגען און די מיידל האט צוגעהערט.
ביי די דירעקטע שאלות זענען זאכן אריבערגעגאנגען גאנץ רואיג, אויסער דער פאקט אז דער חכם האט געגעבן לאנגע תשובות. ער האט גערעדט זייער מיושב'דיג און דורכגעטראכט. מקפיד געווען אז יעדער ווארט וואס ער זאגט זאל זיין אויסגעהאלטן. לדוגמא, ווען מען האט אים געפרעגט אויף א גאנצע סעריע פון בילדער, צי ער דערקענט דעם פלאץ, האט ער געזאגט אז וויבאלד ער דערקענט רוב פון די בילדער, פארשטייט ער אז אלע אנדערע זענען אויך פון דעם פלאץ. דער שופט האט געוואלט וויסן וועלכע בילדער ער דערקענט יא און וועלכע נישט, און ער האט אנגעוויזן אויף יעדע בילד. דאס האט איבערגעלאזט א רושם פון ערנסטקייט און באגלייבטקייט. ער האט אויסגעקוקט אויפן סטענד ווי א רעליגיעזער פירער, א הוגה-דעות און א טיפער דענקער.
צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער דאס לעבן פון דאס פאר פאלק אין מעקסיקא:
ר' שמואל מאיר: אין די צימער פון די יונגע פאר פאלק, איז געשלאפן נאך איינער, זייענדיג אין מעקסיקא?
חכם: יא, דער ברודער פון די ווייבל איז אויך געשלאפן דארט.
- לויט די הלכות פון די תורה, מעג מען האבן באציאונגען בשעת נאך איינער איז אין צימער.
- ניין.
- לויט דיין השערה, האט די ווייבל מיט איר מאן געהאט באציאונגען בשעת זיי זענען געווען אין מעקסיקא?
- ניין, ווייל זיי האבן נישט געהאט דארט קיין מקוה.
דער עיקר לעבעדיגקייט איז געקומען ביי די קראס-עקזעם, דארט איז געווארן פרייליך.
דער גאווערמענט האט אים געפרעגט צי ער איז געווארן ארעסטירט נאך די פרשה, האט ער געזאגט אז "גענגסטערס" אין די צורה פון פאליציי האבן זיך איינגעבראכן ביי אים און אים גענומען, האט דער שופט זיך אריינגעמישט און געפרעגט "מארשלס?" - האט ער געזאגט "חיות אין די צורה פון מארשלס". האט דער שופט מגיב געווען "אקעי, מארשלס האבן אים ארעסטירט".
דאן האט דער פראסעקיוטער אים געפרעגט, "האסטו שוין געהאט דיין טרייעל?" - האט ער געענטפערט, "אפישעלי האב איך געהאט א סאו-קאלד טרייעל".
- וואס מיינט דאס, ביסטו אריבערגעגאנגען א טרייעל?
- אז דו וועסט קוקן אויף די פעיפערס, וועסטו זען א טרייעל, אבער איך האב זיך מיין מיינונג אויף דער טרייעל.
- האט מען דיר פאראורטיילט?
- אן קיין שום עוועדענץ.
- ביי דיין טרייעל איז נישט געווען קיין שום עוועדענץ?
- אזוי ווי דו הערסט (מיט א שמייכל), מען האט מיר פאראורטיילט אן קיין ברעקל עוועדענץ.
- דו ביסט דא געקומען אויפטרעטן, ווייל דאס וועט דיר העלפן מאכן בעסער דיין מצב אין אפיעלס געריכט.
- איך בין אהערגעקומען ווייל איך וויל אז דער אמת זאל ארויפקומען, אפגעזען צי עס איז פאר מיין טובה אדער נישט.
צווישן אנדערע האט מען אים געפרעגט:
- דו ביסט דער גייסטישער פירער פון לב-טהור?
- יא.
- דו ביסט דער העכסטער אטאריטעט אין די קהילה?
- יא.
- דו גיבסט ארויס אלע באפעלן אין די קהילה?
- יא.
- דער גאנצער עולם איז לאיאל צו דיר. ריכטיג?
- דער גאנצער עולם איז לאיאל צו מיר און איך בין לאיאל צום גאנצן עולם.
- יעדער איינער פאלגט וואס דו זאגסט. איז דאס ריכטיג?
- ווער עס בלייבט אין די קהילה פאלגט וואס איך זאג.
- אויך משפחת וויינגארטן זענען לאיאל צו דיר?
- יא.
- און זיי זענען וויכטיגע מענטשן אין די קהילה?
- יעדער איינער איז וויכטיג אין די קהילה.
- אבער עס זענען דא מענטשן וואס זענען מער וויכטיג ווי אנדערע.
- יעדער איינער איז וויכטיג אין די קהילה.
- אבער א דריי יעריגער קינד, איז פונקט אזוי וויכטיג אין די קהילה?
- וואספארא שאלה. דו ווייסט ווי וויכטיג א דריי יעריג קינד איז ביי אונז?
- אבער משפחת וויינגארטן העלפן דיר פירן די קהילה.
- יעדער איינער העלפט מיר פירן די קהילה.
זיי זענען דאן אריבערגעגאנגען צו די סוגיא פון חתונות אין לב-טהור:
- דו מאכסט אלע שידוכים אין לב-טהור?
- נישט אלע.
- אבער דו ביסט אן אקטיווער חלק אין די שידוכים.
- ... (נישט געענטפערט געהעריג)
- מען קען נישט צוגיין צו א חתונה אן דעם וואס דו זאלסט געבן א בלעסינג.
- רוף עס אן אויף די וועג.
- דיין טאטע פלעגט מאכן אלע שידוכים אין לב-טהור?
- נישט אלע.
- דו האלסט אז שידוכים אונטער די עלטער פון אכצן איז א פראבלעם?
- ניין.
- דו ביסט מחזק שידוכים אונטער אכצן?
- יא.
- און דאס איז דיין טעסטעמאני?
- יא.
- לויט די איינפירונגען פון לב-טהור, דארף מען האבן **** נאך די חתונה?
- לויט די איינפירונגען פון "די תורה", דארף מען האבן "רילעישנס" נאך די חתונה.
- לויט די איינפירונגען פון לב-טהור, דארף מען האבן **** נאך די חתונה?
- לויט די איינפירונגען פון "די תורה", דארף מען האבן "רילעישנס" נאך די חתונה.
- לויט די איינפירונגען פון לב-טהור, דארף מען האבן **** נאך די חתונה?
- אקעי, פ-ל-י-זזז...
- דו וועסט מיר נישט איינטיילן ווי אזוי צו פרעגן מיינע קושיות.
- און דו וועסט מיר נישט איינטיילן ווי אזוי צו ענטפערן...
שופט: אקעי, דינג זיך נישט מיט אים, ער האט שוין געענטפערט... "נעקסט קוועסטשן".
- ווי אלט איז 'דזשען' (די מיידל) געווען ביי איר חתונה?
- דרייצן, פערצן, איך געדענק נישט.
- דו האסט אנגעפירט די חתונה און געגעבן דיין בלעסינג?
- יא.
- און דו ווייסט נישט ווי אלט זי איז געווען?
- איך בין נישט אין די ביזנעס צו געדענקען די עלטער פון די מיידלעך, אפשר זענען ענק יא אין די ביזנעס...
- צו ווייסטו אז האבן קינדער אין א יונגע עלטער איז א הויכע ריזיקע פון סכנה?
- לויט די דאקטוירים צו וועמען איך האב גערעדט, איז גארנישט פארהאן קיין גרעסערע סכנה ביי יונגערע ווי ביי עלטערע.
- לב-טהור האט במשך די יארן ארומגעוואנדערט אין עטליכע לענדער.
- יא.
- ישראל, אמעריקע, קאנאדע, גוטאמאלא, מעקסיקא און צוריק צו גואטאמאלא.
- מעקסיקא איז געווען אויף א צייטוויליגע קורצע צייט.
- אבער די אלע לענדער זענען געווען.
- יא.
- און פון איבעראל איז מען אוועקגעגאנגען, וויבאלד מען האט געהאט צוטון מיט די לאקאלע רעגירונגען.
- יא.
- און אלעמאל איז געווען טשיילד אביוז קלאגעס.
- סאו-קאלד טשיילד אביוז קלאגעס (מיט די צוויי פינגער פון ביידע הענט, בתנועה הידועה...).
דאן איז מען אריבערגעגאנגען צו א צווייטער נושא.
- ווען איז דיין טאטע געשטארבן?
- דער חכם האט געענטפערט מיטן דאטום.
- ער איז געשטארבן ווען ער איז געגאנגען אין א מקוה זיך טובל'ען. ריכטיג?
- יא.
- ער איז געגאנגען אין א טייך. ריכטיג?
- יא.
- עס איז פארהאן אסאך טייכן אין מעקסיקא. ריכטיג?
- איך ווייס נישט אויב ס'איז דא אסאך. ס'איז דא דארט טייכן.
- א טייך איז כשר פאר א מקוה.
- א מענער מקוה. יא.
- און א פרויען מקוה נישט?
- נישט אלעמאל. ס'האט קאנדישנס. מ'דארף אלעמאל דן זיין און עס מכשיר זיין. ס'איז נישט אזוי פשוט.
(דאס איז געווען א פרואוו פון דער גאווערמענט ארויסצוברענגען, אז די מיידל האט געהאט א כשר'ע מקוה אין מעקסיקא, אבער דער רבי האט דאס שנעל פארווישט ברוב חכמתו.)
שפעטער איז מען אריבער צו די צייטן איידער מען האט אפגענומען די מיידל קיין מעקסיקא.
- די דריי וויינגארטן ברידער זענען דיינע חסידים (פאלאערס). ריכטיג?
- יא.
- דו האסט זיי געהייסן טון זאכן אין אמעריקע, לטובת די מיידל.
- יא.
- און שמואל מאיר וויינגארטן האט דיר געפאלגט און ער האט געטון וואס דו האסט געהייסן.
- עסק שמואל מאיר עבאוט איט.
- דו האסט אים געהייסן אז ער זאל זיך אריינלייגן אין דער לעגאלער מצב פון די קינדער, אז מען זאל וויסן וואס מען קען טון און וואס נישט.
- ריכטיג.
- איז שמואל מאיר א טרענירטער לויער?
- די שאלה איז וואס דו רופסט אן טרענירט.
- ער איז געגאנגען אין א לאו סקול?
- ניין.
- דעמאלס איז ער נישט קיין טרענירטע לויער.
- אויב איז דער דעפענישן פון א טרענירטער לויער, איינער וואס איז געגאנגען אין לאו סקול, דאן איז ער נישט קיין טרענירטער לויער.
- דו האסט געפיילט א פעטישן אין גוטאמאלא, אז די קינדער געהערן פאר די טאטע?
דא האט זיך דער חכם גענומען שרייען: "די קינדער זענען ברוטאל און אכזריות'דיג אוועקגעשלעפט געווארן פון גוטאמאלא, מען האט זיי געשלעפט און געפייניגט...
דער שופט האט אפגעשטעלט די שרייעריי, געהייסן באפרייען די דזשורי אויף א וויילע. דאן האט ער שטרענג אנגעזאגט דעם חכם, אז ער זאל ענטפערן בלויז אויף וואס מען פרעגט אים און נישט געבן קיין לאנגע דרשות. ער האט דאן ארויסגעשיקט דעם חכם, און ר' שמואל מאיר האט גע'טענה'ט אז דער פראסעקיוטער פרעגט דווקא אזעלכע שאלות וואס וועט מאכן אויפגערעגט דעם רבי'ן, כדאי די דזשורי זאל זען אן אויפגערעגטער מענטש. והראיה, אז אויך ביי די פריעדיגע טרייעל האט ער געפרעגט די שאלה, און דווקא די שאלה האט אויפגערעגט דעם רבי'ן. איך געדענק שוין נישט וואס דער שופט האט געזאגט דערויף.
שפעטער ווען דער דזשורי איז צוריקגעקומען, האט מען ממשיך געווען מיט די שאלות פארן חכם:
- דו ביסט געווען פארמישט אין די פלאנירונגען פון נעמען די מיידל קיין מעקסיקא?
- יא, זיכער.
- ביי יענע שמועסן, האט מען גערעדט איבער צוריקברענגען די מיידל צו די קהילה, אדער איר צוריקברענגען צו איר מאן.
- איר צוריקברענגען צו איר מאן.
- פארוואס?
- ווייל זי האט אזוי געוואלט.
- משפחת וויינגארטן פאלגט אלעס וואס דו זאגסט. יא?
- יא.
- דו האסט געשיקט מיט שמואל מאיר א סעלפאן פאר די מיידל.
- יא.
- דו האסט דעמאלס גערעדט מיט די מיידל?
- יא.
- דו האסט דירעקטירט די מיידל, אז זי זאל אוועקגיין פון איר מאמע.
- (ער האט א געשריי געגעבן) יאאאאא!
מען האט ממשיך געווען ווייטער:
- אין די דאטום פון......... ווען מען האט גענומען די קינדער, האסטו גערעדט מיט פאליציי?
- אין די דאטום פון......... ווען די קינדער זענען "אנטלאפן", האב איך נישט גערעדט מיט די פאליציי.
- לויט דיינע ווערטער האסטו געהאלטן, אז די מיידלעך זענען אין א סכנה און דו ראטעוועסט זיי. האסטו זיך געוואנדן צו די פאליציי אז קינדער זענען אין א סכנה?
- ניין.
- נאך וואס די קינדער זענען ארויסגעקומען פון דעם הויז און אריינגעגאנגען אין קאר, וואו האסטו זיי גענומען?
- אין א האטעל.
- און נאכדעם.
- צו די עירפארט (איך פארפעל דא אפאר וויכטיגע ענינים איבער די נסיעות, וואס עס איז נישט קיין נפקא-מינה בנוגע אונזער שמועס).
- דו האסט זיי גענומען פאר דעם צו די טאטע?
- ניין.
- צו די פאליציי?
- ניין.
- דו האסט גערופן טשיילד פראטעקשן?
- רחמנא לצלן. איך וועל קיינעם אין מיין לעבן נישט ראטן צו רופן טשיילד פראטעקשן אין אמעריקע.
- האסט גערופן אן אמבאלאנס?
- נאו וועי...
- ווען דו ביסט געקומען קיין מעקסיקא, האסטו גערופן די טשיילד פראטעקשן פאר די קינדער?
- וואס קלערסטו, איך זאל געבן די קינדער צו זיצן אינאיינעם מיט די מעקסיקאנער מערדערס?
- האסט זיי דארט געברענגט צו די טאטע?
- די טאטע איז געווען אויפן וועג אהין, ער האט זיי געדארפט טרעפן, אבער ער האט עס נישט געמאכט...
- האט מען דיר ארעסטירט אין מעקסיקא?
- יא, אבער מען האט מיר גראד ארויסגעלאזט.
- וואו זענען די קינדער געווען?
- זיי האבן זיך באהאלטן אין א שאפע.
- דו האסט געלאזט די קינדער אליין, באהאלטן אין א שאפע, און דו האסט נישט דערציילט פאר קיינעם. דו האסט זיך נישט געזארגט פאר די וואוילזיין פון די קינדער? - איך האב געמיינט אז דו טראכסט אלעמאל בלויז פון די קינדער'ס גוטסקייט. פארוואס האסטו דאס נישט געזאגט פאר די פאליציי ווען מען האט דיר ארעסטירט?
- איך זאל גיין דערציילן פאר יענע רוצחים אז עס איז דא נאך קינדער, זיי זאלן קענען שלעכטס טון?
- דו האלסט אז עס איז פארהאן אמאל א מציאות, למשל אויף צו ראטעווען קינדער וכדומה, אז מען מעג זאגן ליגנט פאר די גאווערמענט?
- יא, זיכער.
- איך האב מער נישט קיין שאלות.
...
פארגעסן צו שרייבן:
ערגעץ אינמיטן, האט מען אויסגעפרעגט דעם חכם איבער די קליידונג וואס מען האט געקויפט פאר די קינדער, האט דער גאווערמענט גערעדט איבער די קליידער וואס מען האט געקויפט אין וואלמארט, האט דער חכם געזאגט אז נישט אלע קליידער האט מען געקויפט אין וואלמארט, טייל זאכן האט מען געקויפט אין טארגעט.
"סא, יא אר מאר עי טארגעט גיי" האט דער פראסעקיוטער געענטפערט.
"אבדזשעקשן" האט ר' שמואל מאיר אויסגערופן.
"אבדזשעקשן סוסטעינט" זאגט דער דזשאדזש.
...
עד כאן בערך וואס עס איז געווען אין קארט. איך האב אסאך אויסגעלאזט. דאס איז אויסער די עדות פון דער בחור, וואס דערויף פאדערט זיך א באזונדערע אפהאנדלונג.
מארגן וועט זיין רי-דירעקט פאר די רבי. משפחת וויינגארטן גייען אים ווידער אויספרעגן. דערנאך וועט קומען ר' מאיר יששכר מיט אנדערע עדות.
אגב, עס האט געדארפט זיין היינט נאך אן עדות, אבער יענעמ'ס לויער האט אנגעדרייט אז ער זאל נישט קומען עדות זאגן. עס איז געווען גאנץ אינטערעסאנט און יענע לויער איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט א שמייכל פון אויער צו אויער...
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:45 am
דורך Visionary
יישר כח פאר די שיינע באריכט. זייער אינטערטעינינג אבער עס גייט זיי קנאפע העלפן און אפשר גאר באגראבן נאך מער. למעשה פאר די זשורי גייט זיין א שאלה אויב דא איז געווען א קידנעפינג פון א ליגאלער גארדיען און שוין. די אלע זאכן איז נישט וויכטיג.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 9:55 am
דורך אלע צוזאמען
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 20, 2024 4:04 am
עס איז געווען היינט א פילפארביגע טאג אין קארט, עס דוכט זיך מיר אז זינט דער טרייעל האט זיך אנגעהויבן איז נאכנישט געווען אזא אינטערעסאנטער טאג אין קארט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די עדות'שאפט פון דער בחור, וועמען מען האט אויך געהאלפן אנטלויפן אין דעם שבת חנוכה. עס איז איראניש צו באמערקן, אז טוט זיך א קעיס איבער קידנעפן צוויי קינדער, בשעת ביידע קינדער שטייען אויפן סטענד און שרייען אז זיי האבן געוואלט צוריקגיין קיין לב-טהור, זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף און זיי זענען געווען פרייליך צוריקצוגיין, בשעת זיי זאגן אויך אז זיי זענען דארט אין אמעריקע אריבערגעגאנגען שווערע צייטן. אבער עכ"ז רעדט מען איבער א ברוטאלע קידנעפינג. אן אינטערעסאנטע וועלט דאס.
זיי האבן נישט קיין אנונג וואס טוט זיך מיט זיך, וואס ווינדערסטו דיך אזוי....
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 10:59 am
דורך חכמת שלמה
די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:22 am
דורך פארדעכטיגער
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑
די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.
חכמת. די געזעץ טוישט זיך טאמער די קינדער האבן יא אדער נישט געוואלט גיין?
אויב עפעס איז לכאורה פארקערט, א דזשורי קען ענדערש וואטן נישט גילטי ווען מען ווייזט זיי אז למעשה האבן די קינדער געוואלט גיין, מען קען זיי אפשר גרינגער פארדרייען די קאפ מיט פילינגס וכדו'. אבער אין די אפיעלס ווי דארט זענען דא דזשאדזשעס וואס טוען א גאנצע טאג אין די געזעץ, זיי וועט לכאורה נישט מאכן קיין חילוק די אלע זייטיגע זאכן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:43 pm
דורך פארדעכטיגער
פאר דרייסיג יאר צוריק, נאוועמבער 1994 האט די חכם תמ"ל טאטע געווארן קאנוויקטעד דא אין ברוקלין פאר א סימילער קידנעפינג קריים. האב איך געטראכט דא אראפ צו ברענגען א ניו יארק טיימס ארטיקל פון דעמאלטס, סאיז אינטערעסנט צו זעהן ווי זיין טאטע שלמהלע אדער ארז ווי מען ריפט איהם, האט געטרייעט צו פלעין די זעלבע געים ביי די דיפענס זייט, ארויס צו ברענגען פאר די דזשורי אז די קינד האט געהאט טראבעלט עלטערן, און די עלטערן האבן איהם געשלאגן. דא האט איר א לינק צו די ארטיקל.
https://www.nytimes.com/1994/11/10/nyre ... youth.html
איך וועל אראפ ברענגען א פאר שטיקלעך וואס איז מער'סטע נוגע פאר אונזערע קעיס דאהי, ווער ס'וויל קען ליינען די גאנצע ארטיקל.
Rabbi Shlomo Helbrans, the leader of a small Hasidic sect in Brooklyn, was convicted yesterday of kidnapping a Jewish teenager who disappeared from his family for two years and became the center of an emotionally charged battle between the worlds of secular and ultra-Orthodox Jewry.
One of the prosecutors in the case, Assistant District Attorney Michael Vecchione, told reporters, "The jury saw there was a kidnapping, as unusual as it was."
A juror, Condell White, said the jury believed that Rabbi Helbrans "was making the decisions behind closed doors" that led to the help that Shai had in disappearing.
Although Shai testified for the defense and said he ran away voluntarily, Justice Owens had instructed the jurors that the youth's decision did not by itself absolve the defendants of the charges, given Shai's age.
The judge said that under state law, a person can still be guilty of kidnapping if he helps somebody under 16 disappear from his parents or legal guardians without their consent.
In his testimony, Shai said he decided to run away because his mother regularly beat him and added that the Helbranses had not helped him flee. But in a vigorous cross-examination, one of the prosecutors, Alan Vinegrad, sought to show that Shai was inventing stories of abuse by his mother in an effort to help the defendants.
The prosecution evidence included statements that Shai's parents testified the defendants had made, including the rabbi's purported remark: "If you don't want your son to be religious, I have the right to take him away from you."
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:44 pm
דורך Visionary
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑
די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.
עס גייט זיי גארנישט העלפן אויף אפיעלס. די שאלה וואס די דזשורי גייט פסק'נען איז אויב די ווייגארטן'ס זענען געווען פארט פון א קידנעפינג, און אויב עס איז געווען אינוואלווד ס*קס טרעפעקינג. דאס אויב דאס מיידל אדער אינגל האבן נישט געוואלט זיין ביי די מאמע מאכט נישט אויס קיין טראפ.
בכלל, דארף זיי איינער זאגן אז אויפרעגן א דזשאדזש איז נישט קיין גוטע איידיע.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:55 pm
דורך נייעסריפארטער
חכם מכל האדם האט געשריבן: ↑
בשום אופן נישט ערלויבט צו כאפן בילדער אין געריכט. זייער שטרענג פארסירט. קיינער זאל חלילה נישט זיין א אובער חכם.
נישט מעגליך צו כאפן בילדער, פאר מ'גייט דורך סעקיוריטי נעמען זיי אוועק די סעלפאונס און קאמערעס.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 2:00 pm
דורך נייעסריפארטער
Visionary האט געשריבן: ↑
בכלל, דארף זיי איינער זאגן אז אויפרעגן א זשאדזש איז נישט קיין גוטע איידיע.
זיי האלטן שוין נאכדעם, ער האט זיך שוין אויפגערעגט מערערע מאל, און שוין אפילו געסטראשעט אז אויב זיי פאלגן נישט די רוללס וועט ער אוועקנעמען זייער פרא סע סטעטוס (זיי וועלן זיך נישט קענען אליין רעפרעזענטירן.)
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 2:15 pm
דורך פארדעכטיגער
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑
די עיקר זאך אויף וואס עס טוט אויף, איז פאר אפילס, דארט נעמט מען צוזאמען יעדע ווארט און מען זעט וואס מען האט גערעדט, און דארט זעט עס א שופט. דאס איז וואס עס גייט זיי העלפן.
אז דו רעדסט פון אפיעלס, דא האסטו א ציטריט פון ארז אלברנס "אפיעל" אויף וואס דו פארלאזט זיך אזוי שטארק. איך וועל אויך אראפברענגען א לינק:
https://casetext.com/case/people-v-helbrans
People v. Helbrans, 228 A.D.2d 612, 617 (N.Y. App. Div. 1996)
The defendant, however, argues that these movements, and the concealment, were not done "without consent". Shai, he claims, was a runaway who sought refuge in the defendant's precincts, and was not held down, but acquiesced, free to leave the places in which he was harbored whenever he wanted to do so. The corollary of the defendant's argument is that he could not have "interfered substantially with the liberty" of someone who sought or availed himself of the very refuge that is offered by a harborer.
We disagree. Shai was 13 years old. In Penal Law § 135.00 (1) the Legislature has defined the absence of "consent" as follows: "A person is so moved or confined `without consent' when such is accomplished by (a) physical force, intimidation or deception, or (b) any means whatever, including acquiescence of the victim, if he is a child less than sixteen years old or an incompetent person and the parent, guardian or other person or institution having lawful control or custody of him has not acquiesced in the movement or confinement" (emphasis supplied).
As the Court recognized in People v. De Vyver ( 89 A.D.2d 745), the Legislature has made it plain that the acquiescence or even the willingness of a child will not satisfy the consent element of the statute. The court did not err in instructing the jury accordingly. Moreover, we have no doubt that the Legislature intended to characterize actions such as those of the defendant as constituting a substantial interference with a person's liberty, in
that a person under the age of 16 years, such as Shai, is legally incapable of consenting to such actions.
Conclusion:
The jury was warranted in concluding that the defendant and his followers willfully severed all parental access to Shai, with the design to prevent them from raising or even seeing the child, while keeping the parents anxious and uninformed, even as to the child's whereabouts. In all,
we find no basis to disturb the conviction.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:12 pm
דורך מופת הדור
אין א אינטערעסאנטע צופאל, איז דער טאטע פון די וויינגארטנס אויך געווען אויף טרייעל מיט 16 יאר צוריק דא אין ניו יtרק דעי צייט אין יאר, און איז געפינען געווארן שולדיג תענית אסתר / פורים אינדערפרי. יהא זכרו ברוך.
לויט מיין זכרון איז עס 15 יאר פון משפט וויינגארטן.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:59 pm
דורך פארדעכטיגער
סwאיז געווען March 11, 2009
דא איז א בילד פון די וויינגארטען משפחה אין פראנט פון די קאורטהויז ביים טרייעל פון זייערע טאטע.
זיי זעהן דא אויס אזוי אינעסענט. נעבעך.
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 6:36 pm
דורך איך אויך
ווי זענען די מיידלעך פון די בילד היינט?
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:44 pm
דורך חכמת שלמה
היינט סוף טאג איז געווען אזאנס און אזעלעכס... דער דזשאדזש האט זיך אזוי אויפגערעגט אויף זיי, אז נאר... אנגעשייגעצט איז גאלד געזאגט.
אויב איך וועל האבן צייט, וועל איך שפעטער אריינקומען מיט א פולן באריכט.