בלאט 14 פון 46

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 1:16 am
דורך נולד מאוחר
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די טיבעט'ער בודהיסטן האבן א מנהג פון 'הימל באגרעבעניש', זיי לייגן ארויס די טויטע אויף די בערג אז די פייגל זאלן זיי עסן.

צי ווייזען אז די נפש לעבט ווייטער און די גוף איז גארנישט ווערט מער.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 1:26 am
דורך נולד מאוחר
אז אין gmail האט מען צען סקאנדעס ציריק ציען אדער עדיטען א געשיקטע אימעיל.
https://www.google.com/get/googletips?utm_source=Google&utm_medium=HPP%20Mobile&utm_campaign=5%2F21

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:49 am
דורך איחוד פעלד
נולד מאוחר האט געשריבן:אז אין gmail האט מען צען סקאנדעס ציריק ציען אדער עדיטען א געשיקטע אימעיל.
https://www.google.com/get/googletips?utm_source=Google&utm_medium=HPP%20Mobile&utm_campaign=5%2F21


דער לינק איז נישט גוט

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:59 am
דורך ברסלבער
https://www.google.com/get/googletips/c ... ut/detail/

עס קומט נישט אוטאמאטיש, מען דארף עס אנשטעלן ביי די לעבס.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:18 am
דורך ונבנתה העיר
אז עס איז דא א בילד ווי פרעזידענט לינקאן גיבט זיין געטיסבורג אדרעס, געווען געדרוקט אין די וואכעדיגע המודיע מאגאזין [וואס האט זיך, דר"א, שטארק ארויפגעארבעט אין די לעצטע תקופה].

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:09 am
דורך ונבנתה העיר
אז די אינטערסטעיט 80 לויפט פון ניו יארק ביז קאליפארניע, כמעט 3000 מייל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז אמאל געווען באשריבן אין "דער איד" דער גאנצער אינטערסטעיט סיסטעם, זייער אינטרעסאנט, אבער געווען אביסל צו הויך-שפיציג פאר מיין פשוט'ע קאפ.
איך בין נייגעריג עד היום איינער זאל עס באשרייבן מיטן גאנצן סדר, אויף א היימישן אידיש (לאפוקי פון די מלקקים וואס גייען מיר יעצט לינקען צו וויקי וכדומה), ווי אזוי ארבעטן די נומערן, וועלכע נומערן פאר וועלכע דירעקציעס א.א.וו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
לויטן זכרון (ח'ו נישט געקוקט אין וויקי) איז דא 6+ טרווועיס וואס לויפן פון דרום צו צפון, און 6 וואס לויפן פון מזרח צו מערב. פרעזידענט רוזעוועלט איז אויפגעקומען מיט דעם, היות ס'איז געווען א חרבן מיט צענדליגע ראודס אין יעדע סטעיט, אן קיין געהעריגע מענעזשמענט, פלאס מענטשען האבן אסאך געבלאנזשעט. אלס א סימן צו וויסן אין וועלכע ריכטונג מ'פארט, האט מען די ראודס פון מזרח צו מערב געמאכט גלייכע נאמבערס אזויווי 4,6,8 וכו', און פון צפון צו דרום odd נאמבערס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:02 pm
דורך געפילטע פיש
נישט געוויסט אז 5 איז א גלייכע נומבער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
פאראכטען. א דאנק.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 12:35 am
דורך ונבנתה העיר
1. אז בערעניקי, א טאכטער פון אגריפס המלך, האט געהאט א רילעישאנשיפ מיט טיטוס פאר ער איז געווארן דער קיסר פון רוים.

2. אז טיטוס איז געווען קיסר ווען פאמפעי איז איבערגעדעקט - און פרעזעווירט - געווארן פון א וואלקעינא.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 10:44 am
דורך פיש כאפער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לויטן זכרון (ח'ו נישט געקוקט אין וויקי) […]פרעזידענט רוזעוועלט איז אויפגעקומען מיט דעם.


פרעזידענט אייזענהאוער איז אויפגעקומען דערמיט, און מען האט עס געענדיגט דורכאויס בוש 41 צייטן. מען האט דורכאויס יענע דרייסיג יאר ארויפגעלייגט א שטייער אויף די גאז אז ס׳זאל זיך אפצאלן די בויען פון אזא גרויסער אונטערנעמונג. און אוודאי ווען מען האט געענדיגט בויען איז עס קיינמאל נישט אראפגעקומען. מיר צאלן נאכאלץ יענע שטייערן.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 11:12 am
דורך שמערל
[tag]פישכאפער[/tag]
זאכן וואס די ווייסט נאכאלטס נישט.

אז זייט יענע דרייסיג יאר האט זיך אמעריקע נישט פארמאכט, מען האלט און איין בויען נייע בריקן און הייוועיס, און פארעכטן די אלטע.

די קאסט פון געז איז נישט געשטיגן אזוי דראמטיש אין פארגלייך צו די קאסט פון קאנסטראקשן, ברענגענדיג א דראמטישע וואוקס אין הוצאות, און פארקלענערונג אין הכנסה.

עס זענען דא היינט אסאך מער קארס אויפן הייוועי ווי פערציג יאר צוריק, אבער זיי נוצן פיל ווייניגער געז. אראפרענגענדיג די שטייער פער קאר, ארויפברענגענדיג די קאסט פאר גרעסערע און מער אפגענוצטע הייוועיס.

אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.

די הייוועי אסאויסיעשאן שטייט מיט א ריזיגע דעפיציט. און צוליב דעם גרידלאק אין סענאט און קאנגרעס, איז זי געבינדן די הענט. און קען גארנישט טוהן צו פארבעסערן דעם מצב, צווינגענדיג די לאקאלע סטעיטס ארויפצולייגן אייגענע טעקסעס, צו קענען טיילווייז דעקן די הוצאות ההייוועיס.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 11:36 am
דורך שמעקעדיג
מען וואלט געקענט עפענען א באזונדערן אשכול צו דעבאטירן דעם שרעקליכן מצב פון די אמעריקאנער ראודס און בריקן.

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:35 am
דורך petergrifin
שמערל האט געשריבן:[tag]פישכאפער[/tag]
אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.


איך קען דיך פארצײלען די סוד פון װי די רעגירונג קען פארשאפען געלט אפילו איך װײק מיך נישט אין מקװה.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:34 pm
דורך שמעקעדיג
אז קינדער אונטער די 2 יאר זאלן נישט קוקן אויף קיין שום סקרין, עס איז נישט געזונט פאר זיי!

גענומען פון דא

.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:40 pm
דורך אפטעמיסט
אוי וויי! מיין צוויי יעריגער שמענדריק האט מער מיין פאון ווי מיר און קוקט אפילו פארנאגראפיע :o :o

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
נו, 2 יאר איז שוין בסדר!
דארפסטו נאר גיין צו TAG, און אלעס איז מסודר......

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 7:03 pm
דורך איך אויך
אז שמעקי האט א קראש אויף בעלעגלינו.

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 7:18 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אויך נישט געוואוסט.
ייש"כ פארן מודיע זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:36 pm
דורך קינד_אן_קייט
אז ניקסאן האט געהאט א אנגעגרייטע ״הספד״ אין פאל די Apollo 11 מיסיע צו די לבנה וועט טראגיש דורכפאלן און די אסטראנאטן וועלן בלייבן שטעקן אין חלל.

כ׳ווייס שוין פון לאנג אז צייטונגען און שרייבער גרייטן אן גאנצע ארטיקלען אויף פערזענליכקייטן נאך בחיים חיותם, אבער דאך איז עס אינטערעסאנט, סיי די אומזיכערקייט פון די מיסיע , סיי דער ציור פון א לוי׳ / הספד ווי די גופים זענען אויף אן אנדערן פלאנעט, און אויך די דרשה אליין.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:47 pm
דורך כוכב
געהערט אמאל אז דער ניו יארק טיימס האט גרייט אין די ארכיוון צוויי טויזנט הערכות און פראפילן אויף בארימטע פערזענליכקייטן, אנגעגרייט פאר דעם טאג וואס זיי וועלן פארמאכן די אויגן.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 4:01 pm
דורך פלעין יודיש
קול מבשר אויכעט
(בידעי קאמינא...)