בלאט 14 פון 213
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:27 am
דורך שמעקעדיג
זאג מיר נישט!
איך שטאפ עס אלץ צו...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:45 am
דורך לאדיך אפ
מעג מען מאכן התרת נדרים ביינאכט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:45 am
דורך זר זהב
ניין
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:58 am
דורך ידען
איך האב א פאר מינוט צוריק געמאכט התרת נדרים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:08 am
דורך זר זהב
אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:18 am
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:
וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?
חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:55 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט
שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף ג האט געשריבן:כיצד היא ההתרה, יאמר לו ג' פעמים: מותר לך, או שרוי לך, או מחול לך, (בכל לשון שיאמר), (ב"י בשם הרמב"ם), אפילו מעומד, ובקרובים, ובלילה, ובשבת, אפילו אם היה אפשר לו מאתמול לישאל עליו, ובלבד שיהיה לצורך השבת, כגון שנדר שלא לאכול או ליבטל מעונג השבת. וחרמי צבור, נהגו להתיר אף על פי שאינם לצורך השבת.
נאר ווייסט וואס נאך דער מחבר שרייבט? גיב א קוק:
שולחן ערוך יורה דעה הלכות נדרים סימן רכח סעיף א האט געשריבן:מי שנדר ונתחרט, יש תקנה ע"י חרטה, א ואפילו נדר באלהי ישראל. כיצד יעשה, ילך אצל חכם מומחה, דגמיר וסביר, ואם אין יחיד מומחה ילך אצל שלשה הדיוטות, והוא דגמירי להו וסבירי וגם יודעים לפתוח לו פתח, ויתירו לו. והאידנא אין מומחה שיהא ראוי להתיר ביחיד.
זאגטס'זשע טייערע אידן, וויפיל פון די דריי הדיוטות וואס האבן אייך מתיר נדר געווען ווייסן וואס לפתוח לו פתח מיינט, איך רעד שוין נישט פון אייגענטליך פותח זיין פתחים?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 10:02 am
דורך נס קאווע
זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. כ'געדענק אז מ'קען נישט ביינאכט
זעהסטעך אז ער האט עס דורכגעמאכט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:32 pm
דורך נולד מאוחר
די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד, איז אפי מ'האט זיך געשוירען אפאר וואכן ציריק און מ'האט קליינע האר?
אין אנדערע ווערטער איז עס א ככוד פארן יו''ט אז מען שערט זיך אדער די כבוד איז די קליינע האר?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:03 pm
דורך שמואל הלוי
נולד מאוחר האט געשריבן:די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד
די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:15 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:די ענין וואס די טור ברענגט אז מען דארף זיך שערן די האר און בארד
די בארד האסטו צוגעלייגט? אדער ס'שטייט אויך אין טור?
כ'מיין געפילטע פיש האט עס שוין ערגעץ וואו געברענגט. עס שטייט קלאר אין טור אבער דער מחבר לאזט עס אויס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:26 pm
דורך אךשמח
ידען האט געשריבן:איז אמת אז צושטאפען די נאז ווען מע סניזט איז נישט געזונט פאר די הארץ?
ליין דא אביסל איבער אפהאלטן פון סניזן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:16 pm
דורך ידען
כאמער אויסגעלערענט אז סע הייסט stifling אבער איך זעה נישט אז סע שאט פאר די הארץ. אפשר פאר די מח אדער אויערען.
כאב נישט געוויסט אז גוגל האט אזא סערוויס ווי yahoo answers. אבער זייער נישט קלאר און עכט מיאוס. סע פאסט נישט פאר גוגל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:44 pm
דורך זר זהב
סיז יאהו'ס סערוויס, נישט גוג'לס!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:16 pm
דורך גוטזאגער
/?איינער ווייסט אפשר וואס עס זיכט א שלאנג אויף די סימבאל/לאגא פון הצלה/
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:36 pm
דורך יידל
גראדע מיין איך אז די חברות הצלה פון ניו יארק האבן נישט דעם שלאנג אויף זייער סיבמאל, בלויז א פאקל אויף א הארץ:

זע
דא פארן רמז פונעם שלאנג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:49 pm
דורך villager
פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 9:54 pm
דורך villager
ידען האט געשריבן:אסאך מענטשען האק אויף התאחדות הכשר אז סע גארנישט ווערט, און די זעלבע מענטשען וועלען עסן זאכען מיט זייער הכשר, וואסי פשט?
ווייל סהאט אויך OU,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון התרת נדרים, לאמיך שוין פרעגן א שאלה וואס איך וויל שוין יארן לאנג פארשטיין:
וואס איז פשט פון מאכן יעדן יאר באזונדער התרת נדרים?
צום סוף נאכן מתיר זיין, מאכט יעדער א "מסירת מודעה" אז מהיום והלאה, וועלן אלע נדרים זיין בטל ומבוטל "מעתה ועד עולם".
זיי וועלן נישט חל זיין, לא שרירין ולא קיימין, ס'איז גארנישט ווערד.
לכאורה, מיט די ווערטער זענען מיר שוין געקאווערד, ווי אונזער אייגענע ווערטער, "מעתה ועד עולם".
פארוואס'זשע נאכאמאל יאר-איין-יאר-אויס?
חוץ מזה וואס איך ווייס ביי מיר אז איך אליין בין ווייט פון דעם גאנצן ענין, איך מאך נישט קיין נדרים, איך נעם זיך נישט אונטער קיין קבלות, און ווען איך זאג שוין יא עפעס צו איז עס געווענליך "בלי נדר".
אבער כ'רעד שוין נישט פון מיר. על הכלל כולו יצא.
מה זה ועל מה זה?
איינס פון די טעמים, לפענ"ד פארוואס מען מאכט התרת נדרים א יעדעס יאר איז, ווייל ס'קען זיין א חשש פון א נדר א זאך וואס מען האט זיך געפירט דריי מאל און מען האט נישט געזגט בפירוש "בלי נדר" אזוי ווי ס'שטייט אין נוסח פון התרת נדרים "וכל דבר טוב שנהגתי שלש פעמים ולא אמרתי שיהא בלי נדר. אויך שטייט "קבלה בלב" אפילו מען האט עס נישט ארויסגעזאגט. און א מענטש קען נישט געדענקען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:58 pm
דורך שמעקעדיג
villager האט געשריבן:פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:01 pm
דורך זר זהב
יענע שטיקלאך זענען פון גרעסערע אימפארטענס ודו"ק
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:53 pm
דורך שמעקעדיג
א נייע מעשה. מהיכי תיתי?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:55 pm
דורך זר זהב
קאממען סענדס