בלאט 14 פון 17
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 5:42 pm
דורך אונטער חכם
יין שרף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.
פון די אנדערע זייט , אויב זי וואלט געגאנגען זיצן וואלט זי ווארשיינליך קיינמאל נישט מודה געווען, און ער וואלט געבליבן אין תפיסה.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:31 pm
דורך בן ישי
ברוך השם אז די געזעץ וואס קען בעז"ה פארלייכטערען פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות איז היינט אינדערפרי דורכגעגאנגען די ספעציעלע קאמיטי אין וועט געשטעלט ווערן פאר א וואוט אין די קומענדיגע פאר וואכן אין האפענטליך דורכגיין.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 11:42 pm
דורך בן ישי
די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 11:55 pm
דורך איסר האטלקי
נאדלער איז קעגן דעם ווייל געוויסע אידישע ארגאניזאציעס זענען קעגן דעם. זיי ווילן מ'זאל נאכגעבן מער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:47 pm
דורך החוקר
וואס איך קען נישט פארשטיין. וואס האט גאווערנער בראון אנטקעגן מאכן א ד.נ.א. טעסט, ער וואלט עס אליין געדארפט פארלאנגען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:42 am
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house
ברוך השם די בילל איז נעכטן דורכגעגאנגען אין קאנגרעס יעצט האפט מען אז ס'זאל דורכגיין אין סענאט דערנאך האט שוין טראמפ געמאלדן אז ער וועט עס סיינען
https://www.congress.gov/bill/115th-con ... -bill/5682
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 12:34 pm
דורך שמעקעדיג
3.5 מיליאן דאלער פאר אומריכטיג-פאראורטיילטער ארעסטאנט.
https://www.fox23.com/news/national-new ... /802333736
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה פאסירט דאס צענדליגער מאל, יאר-איין יאר-אויס. איז דא עפעס וואס קען געטון ווערן דאס צו פארמיידן? צי זעהען נישט די פראקורארן איין אז זיי קריכן צומאל אויף גראדע ווענט און אויב די באווייזן זענען נישט 100% קראנט טאר מען נישט ארעסטירן?
איך טראכט אז די איינציגסטע עצה איז אויב מען טרעפט אזא מעשה, זאל דער פראקוראר באצאלן די שטראף פון זיין טאש..... (שיינע חלומות)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:52 am
דורך טמיר
עס איז א וועק-אויף דערמאנונג צו אינזין האבן ביי השיבה שופטיך כבראשונה וכו', יעדע שטיק צייט קומט נאך אזא טרייסל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:30 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אז די איינציגסטע עצה איז אויב מען טרעפט אזא מעשה, זאל דער פראקוראר באצאלן די שטראף פון זיין טאש..... (שיינע חלומות)

דער מענטש טראכט און.....
.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:47 pm
דורך קורקלענד
א
שיינע ארטיקל וואס ברענגט ארויס ווי לעכערליך, קאראפטירט און אומיושרדיג די פראסעקיוטער'ס פירן זיך אויף.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:44 am
דורך שמעקעדיג
יוסטיץ....
איינער קען די מעשה פון די צעבראכענע בריק אין כעלם וואס אנשטאט פאררעכטן האט מען געבויעט א שפיטאל דערנעבן?
.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:56 pm
דורך אונטער חכם
כ'זעה די "עסקנים" האבן באשלאסן ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט מיט א געלט אקציע פאר די פריזאן רעפארעם בילל.
איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?
צו דארף איך גלייבן אז פונקט יעצט דארף מען האבן אונזערע פאר דאללער דורכצופירן דעם בילל?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:09 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט ווי וויכטיק די פאר טאלער איז, אבער איין זאך איז זיכער אז די וואס שטייען אונטער דעם פארדינען די רעקאגניציע פון אונזער קאמיוניטי, און וואס מער געלט צייגט אלץ מער וויפיל מיר שטיצן זייער הארוואניע. ס'געווען געציילטע וואס טוען שוין דערין כמעט צען יאר! זיי זענען געגאנגען אין וואשינגטאן פון טיר צו טיר, פון איין פאליטישן צום אנדערן און שטייטלעך איבערגערעדט איינס ביי איינס. דאס ביסל וואס מיר קענען צולייגן איז אפאר דאלער צו ווייזן אמווייניגסטנס אז מיר אפרישיעטן די ארבייט זייערע. אויך קען זיין אז די געלט איז טאקע וויכטיג אויך.....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:40 pm
דורך וואלווי
אונטער חכם האט געשריבן:כ'זעה די "עסקנים" האבן באשלאסן ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט מיט א געלט אקציע פאר די פריזאן רעפארעם בילל.
איינער ווייסט וואס דא גייט פאר?
צו דארף איך גלייבן אז פונקט יעצט דארף מען האבן אונזערע פאר דאללער דורכצופירן דעם בילל?
אויב דו ביסט נישט באקאנט מיט די סיסטעם אין וואשינגטון...
אלעס ארבעט דורך lobbying , אין דאס קאסט ממון ודמים כידוע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:29 am
דורך אונטער חכם
איך פארשטיי אז געלט איז זייער וויכטיג פאר יעדע זאך אין וואשינגטאן, די שאלה איז פארוואס פונקט יעצט ווען עס שטייט ביים שפיץ פונעם סדר היום, און פילע רייכע און מאכטפולע גרופעס זענען שוין אריינגעמישט דא, האט מען זיך דערמאנט אז מען דארף צוקומען צו אפאר דאלער פון היימישן עולם?
אויב האט מען געדארפט אונזער געלט, האט מען עס געדארפט ביים אנהייבן ארבעטן, נישט יעצט
עס שמעקט מער ווי איינער וואס זוכט פשוט אויסצונוצן דאס אז די בילל איז יעצט אין די נייעס, צו מאכן געלט, אדער פובליסיטי, אדער ביידע.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:52 am
דורך בן ישי
די עסקנים זאגן אז ביז יעצט איז געווען בעסער אז ס'שטיל.
יעצט מאכט שוין נישט אויס און ממילא קענען זיי שוין ארויסקומען אין די עפנטליכקייט צו בעטן די עולם צו נעמען א חלק אין די גרויסע הוצאות פאר די לאביאיסטן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:57 am
דורך קורקלענד
.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 12:07 pm
דורך החוקר
בן ישי האט געשריבן:די עסקנים זאגן אז ביז יעצט איז געווען בעסער אז ס'שטיל.
יעצט מאכט שוין נישט אויס און ממילא קענען זיי שוין ארויסקומען אין די עפנטליכקייט צו בעטן די עולם צו נעמען א חלק אין די גרויסע הוצאות פאר די לאביאיסטן.
וואס קאסט יעצט צו לאביען? לאביאיסטן האט מען געדארפט א יאר צוויי דריי צוריק און איך גלייב נישט זיי האבן גענומען א העד טשעק פון גמ"ח.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 11:18 pm
דורך קורקלענד
קומט צו פארדאנקען קריס קריסטי פאר די רעפארם בּילל? ווען נישט קריסטי וואלט קושנער נישט געווען אזוי אויסן פאר רעפארם?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:07 am
דורך איסר האטלקי
אודאי האט נאך יעצט געקאסט צו לאביען, מ'האט נאך נעכטן געזוכט נאך רעפובליקאנער סענעטארן עס צו שטיצן. די ביל האט נעכטן צופרי געהאט 5 פראצענט שאנס ס'זאל געברענגט ווערן פאר אן אפשטימונג, עד שבא טראמפ והניח פרעשור על ראש המעדזשאריטי לידער והתהפך עלינו לטובה.
נס חנוכה תשע"ט.