בלאט 14 פון 19

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
עצה טובה, נעמט מיט אן אלטע סמארטפון און נעמט עס ארויס, און אויב ס'גארנישט געשען דאן קענט איר אויך ארויס נעמען ס'צווייטע.

(וואס צו טון מיט'ן ערשטן אויב ס'געשענט יא א מהומה, דאס לאז איך פאר אייך)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
עפ"י הוראת הרבנים אז מ'טאר נישט האנדלן מיט א ביזנעס וואס נוצט www, וויל איך דא מעורר זיין נישט צו האנדלן מיט די פירמע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
גראדע שטייט ארגאניזאציע און נישט ביזנעס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:59 pm
דורך שטיינער
א פלעינע פאשקעוויל, ער וועט נאך מארגען אנפאנגען ברענגן ליסטעס, להסיר מכשול.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:07 am
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:גראדע שטייט ארגאניזאציע און נישט ביזנעס

וואו שטייט? איך רעד פון אן אנדערן הוראת הרבנים, הגם דאס זענען גראדע די זעלביגע רבנים וואס האבן גע'אסר'ט ארגינעזאציעס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:08 pm
דורך שמעקעדיג
mevakesh האט געשריבן:אונז קענען אלע לאכן פון די מאדנע צעטלעך און תקנות אבער וואס קען מען טוען עס ארבייט
עס איז היינט דא מערערע בתי מדרשים וואס מענטשן שעמען זיך אדער האבען מורא ארויסצונעמען א סמארטפאן וכו'
אונז זענען הייליג גערעכט אבער זיי געווינען

אז מען דארף דעם גנב נעמט מען אים פון די תלי'....
דא האסטו א גוט ווארט פון די 'מעלות' דעם חודש - וואס מיט איין זאץ גיבט עס צו פארשטיין פארוואס זיי געווינען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:11 pm
דורך שמעקעדיג
הגם די מערכה אקעגן ארויסנעמען א סמארטפאון אין ביהמ"ד קען איך נאך פארשטיין, סיי מפני כבוד ביהמ"ד (אבער לפי זה איז א געהעריגע פליפ פאון אויך אסור), און סיי מחמת מראית עין, נישט יעדער ווייסט צי ס'איז כשר, און בפרט רייצט עס אן די קלענערע קינדער, (עכ"פ אזוי טענה'ן די מחנכים).

למעשה אין רוב גרויסע בתי מדרשים, בפרט סאטמארע, סיי אין וומסב"ג, סיי אין קרית יאל און סיי אין מאנסי, פארלאנגט מען פון אלע מתפללים נישט ארויסצונעמען קיין שום סמארטפאון אין ביהמ"ד באיזה אופן שהוא. צעביסלעך ווערט די תקנה א נחלת כלל.
אבער אלע פלאקאטן זאגן אז מען זאל עס טון בדרכי נועם, נישט פראטעסטירן אדער באשייגעצן דעם חבר, נאר איידעלערהייט אויפמערקזאם מאכן אז עס איז שלא לפי התקנות ושלא לפי כבוד ביהמ"ד.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:14 pm
דורך איש את רעהו
[tag]שמעקעדיג[/tag] גערעכט אין די גרויסע צענטערן ווערט זייער שיין צוביסלעך פארמינערט דעם סמארטפאון באנוץ עס איז א שיינע דערגרייכונג

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 8:32 pm
דורך ירא שמים
בילד
שוין לאנג נישט גענוצט די אשכול.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 10:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=103576

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 11:22 am
דורך דעת תורה
איך שרייב אויך אונטער דעם שטר קבלה: איך נעם מיך אונטער אז די ראש ישיבה אדער הנהלה וועט נישט זיך באטייליגן ביי א חתונה פון בלא בלא בלא. דאס שטייט דא, נישט קיין התחייבות נישט צו האבן..

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 1:44 pm
דורך שמעקעדיג
מאדנע.
איך כאפ נישט פונקטליך, וואס פאסירט טאמער זיי טוישן זייער מיינד און וועלן יא פארמאגן עפעס א גע'אסרט'ע דעווייס בעפאר די 120 יאר? די קידושין איז נישט חל למפרע? אדער הייסט עס ווי בלויז א פשוט'ער מענטש האט מסדר קידושין געווען, נישט דער חשוב'ער ראשעשיווע?
(ואגב, נאך די 120 ווערט עס מותר?)

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:55 pm
דורך שמעון וואלף
זאלן זיי זיך דערוואגן מיך צו בעטן קאווע געלט נעקסטן חודש

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 3:46 pm
דורך שמעקעדיג
וואו איז דאס??

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 4:04 pm
דורך געוואלדיג
עס זעהט אויס ווי הגאון הרב פוקס האט זיך שוין מיאש געווען פון ביאת המשיח, ברויך ער מקיים זיין אליין דעם תורה חדשה מאיתי תצא.

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 5:54 pm
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי הגאון הרב פוקס האט זיך שוין מיאש געווען פון ביאת המשיח, ברויך ער מקיים זיין אליין דעם תורה חדשה מאיתי תצא.


ער האט עוקר געווען א מצוה עשה דאורייתא פון וקדשתו אויף א זעלטענע מהודר'דיגע אופן בתוך א מנין יודען.

אזוי ווי דערמאנט ערגעץ ווי דא אין ק"ש די דמיון צום נחש הקדמוני וואס האט מוסיף געווען גדרים וסיגים און צום סוף געפירט אז די אשה הקדמונית האט עובר געוווען אויף א ציווי מפורשת פינ'ם בוית"ש און גורם געווען א חורבן עד ביאת גואל צדק

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 7:44 pm
דורך דעת תורה
מסתמא האט ער עפעס א סמך לדבריו. איז נישט דא א מדובר אין די פוסקים וועגן א כהן וואס פירט זיך נישט ערליך?

יעצט פאלט מיר ביי אז היות פונעם ציווי וקדשתו לערנט מען ארויס - 'על כרחו', איז דאך פשט אז דער ציווי גייט אן אפילו אויף א עבריין אויך.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 1:01 am
דורך שמעקעדיג
נעבעך וואס די כהנים מאכן מיט. נישטא קיין וועג ארויס פון די 'פריוויליגיע'.... אוי וואלט ער זיך געוואונטשן צו זיין א פשוט'ער שלישי....

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 8:50 pm
דורך מור וקציעה
ב"קסבה" של בי"ש: הסיפור על הסמארטפון שנגנב והתשובה המפתיעה של הרב

תייר מחו"ל שהשתתף בשמחה משפחתית ב"קסבה" של בית שמש, הופתע לאחר שאחד מקיצוני השכונה גנב את הסמארטפון שהיה בידי בנו. לאחר מהומה השניים פנו לגאון רבי יהושע רוזנברגר שיפסוק בנידון. מה ענה הרב?


יום שלישי כ"ב סיון תשע"ו 20:20 28/06/2016

בילד

המלחמה במכשירים החכמים הלא כשרים קנתה לה שביתה אצל אנשים קיצוניים, שגם אם רק ידמה להם שהמכשיר שמחזיק אדם אחר אינו כשר מיד יגערו בו לעיני כל.

הסיפור הבא התרחש בשבוע שעבר ב"קסבה" של בית שמש. אדם שהגיע מחו"ל עם בנו להשתתף בחתונה משפחתית הביא לבנו מכשיר גלקסי שברשותו על מנת שישחק במשחקים שבמכשיר מחוץ לאולם, שם תוך דקות התקבצו סביבו עשרות ילדים שלא ראו מכשיר כזה בחייהם.

האב, שלא ידע על החומרה להסתובב עם מכשיר כזה באזור הקיצוני של בית שמש, התבשר תוך מספר דקות כי המכשיר נלקח מידי בנו על ידי תושב המקום.

לדברי עדי ראייה ששוחחו עם "בחדרי חרדים", במקום התפתחה מהומה גדולה כאשר האב מנסה בכל כוחו להשיב לחזקתו את המכשיר, אך זאת ללא הועיל. בסופו של דבר הוחלט לפנות במקום לרב שיכריע האם צריך להשיב את המכשיר לבעליו.

השניים פנו לגאון רבי יהושע רוזנברגר, רב קרית הרמ"א בעיר וחבר בד"ץ העדה החרדית. אבי הילד טען להגנתו כי הוא תייר מזדמן וכי הוא לא בקיא בכללי השכונה ובנוסף טען כי למכשיר, על אף היותו סמארטפון, לא היה בו כלל אינטרנט.


הרב ענה לשניים: אני לא יכול להכריע בסוגייה.


סוף טוב הכל טוב: גונב המכשיר המשיך בסירובו שלא להחזיר את המכשיר עד שאחד מבני המשפחה הבהיר לגנב כי לא כדאי לו להתעסק עם אותו תייר והוא החליט להשיב את המכשיר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:26 pm
דורך לייבעלע
איך האב א מומע א טיטשער אין סאטמער סקול מאנסי די וואך שבת איז די משפחה צאמגעקימען און געשמועסט פון טעקנאלעדשי מיט די מוסדות האט זי פארציילט אז עס איז געווען א אסיפה פין אלע טיטשערס און מען האט זיי באפוילען אויב מען הערט א קינד רעדען וועגען קאמפיאטערס אדער סמארטפונס אינדערהיים איז מען מחיוב צי קימען פארציילען פאר די הנהלה מען זאל קעיר נעמען פין די עלטערען

די זאך האט ארויפגעברעחנגט בייז בליט ביי די פארזאמעלטע אסאך עלטערע מענטשן פין די באטייליגטע האבען זיך אויסגעדריקט אז דאס דערמאנט פון רוסלאנד ווען די קעי דשי בי האט באפוילען קינדער צי מאסערען אויף די עלטערען

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 11:40 am
דורך קאוריג
וועלכע סאטמאר איז דאס, חיים יושע אדער ארונים?

Sent from my SD4930UR using Tapatalk

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 8:04 pm
דורך החוקר
download_20170330_200311.jpg

נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 7:53 am
דורך סאשי פיש
^