בלאט 14 פון 14

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:28 pm
דורך היכי דמי
"גאווערנער קאומו"
12.PNG
גענומען פון דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68004

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:29 pm
דורך היכי דמי
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:28 pm "גאווערנער קאומו"
12.PNG

גענומען פון דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68004
וועל מיר זעהן צו אייוועלט וועט לאזן די אשכול אפען

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 5:38 pm
דורך קהל'ס נער
ווען עפנט מען א אשכול איבער איעדע ניק, איבער ווען זיין קאפי גיסט זיך אויס, ווען ער גליטשט זיך אויס און ווען ער מאכט א הויכע האפטשו אין מיטן שמונה, לייק סיריעסלי וואס די גיהנם, פארוואס דארף מען אויספראקען איעדער וואס מאכט א טעות?

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:02 am
דורך אשרי העם
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:28 am איך קען נישט פארשטיין וויאזוי קינדליין האט אדורך געלאזט אזא ארטיקל, וויאזוי דארף א היימישע סאטמערער בחור'ל, וואס ביי זיי גייט מען א קורצע רעקל שפירן?

ווי איז דער מגיה?
זאל ער זיך אנטוהן א לאנגע

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:09 am
דורך הכנה דרבה
און וואס איז אויב מארגן קומט אן אנדערע פאנאטיקער און ברעינוואשט איהם אז מ'דארף גיין מיט א קורצע? ס'דאך אין לדבר סוף. זיי אזוי גוט און טרעף בעסערע זאכן אריינצולייגן אין אינגע מוחות.

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 7:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:28 am איך קען נישט פארשטיין וויאזוי קינדליין האט אדורך געלאזט אזא ארטיקל, וויאזוי דארף א היימישע סאטמערער בחור'ל, וואס ביי זיי גייט מען א קורצע רעקל שפירן?

ווי איז דער מגיה?
כמובן אז די מעשה לא היה ולא נברא, עי' בתשובות חת"ס חו"מ קס"ח און דו וועסט זען אז עס האט נישט קיין שייכות כלל וכלל.

Re:

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
סיסטעם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:55 am
טראלל האט געשריבן:די פסוק אין ירמיה איז מיר נישט אויפפאלענד ווייל ס'געשריבן געווארן פאר'ן ברית החדשה, קען זיין פאר אנדערע איז עס יא. ווען ס'וואלט געוועהן פון א ספרדישע אדער מזרחישע פייטן וואלט עס אויך נישט געוועהן מאדנע, פון אן אשכנזישע פייטן וואלט איך ערווארט צו זיין מער פארזיכטיג :D
קיינמאל האט מען נישט אכטונג געגעבן פון דעם פסוק, ווייל עס זאגט גארנישט צו ארויסהעלפן איינעמס רעליגיע.
בסך הכל פארקויפן די ישראלישער מיסיונערן פאר אומוויסענדע תמימות'דיגע, כאילו עס איז דא א פסוק וואס די רבנים ווילן נישט אז מען זאל עס זעהן, ווייל עס הערט זיך זייער פארדעכטיגט. אבער למעשה איז עס סתם אויסגעזויגן פון פינגער אז איינער פראבירט עס צו באהאלטן.
לכאורה וועגן דעם האסטו אפגעמאכט אז עס איז אויפפאלענד און "אומפארזיכטיג".
סיסטעם: ס'ווענדט זיך וויאזוי איינער קוקט עס אן.ווען איינער האט נישט קיין אגענדא אדער איז נישט אומ-וויסנד פארשטייט ער אז דאס איז געשריבן געווארן אין גייסט פון "תשובה" וואס ירמיה זאגט פאר די אידן.

נאר די קריסטליכע מיסיאנערן האבן עס גענימען אלס א "ראיה" צו זייערע שטותים. פונקט אזוי ווי זיי זאגן אויף אנדערע פסוקים אין ישעיה און יחזקאל אז דאס גייט ארויף אויף זייער שמויגער.

ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין ארץ ישראל איז דא א "אידישער" רעפארטער מיט'ן נאמען יאיר פינטו. ער און א סאך פון זיינע קאלעגעס רעפארטן זייער פאזיטיוו איבער די נייעס פון די מלחמה אין ארץ ישראל.

די פראבלעים איז אז ער איז זייער א "פרומער" מאמין אין יאשקע. כ'פארשטיי נישט וויאזוי ער האלט זיך נאך פאר א "איד".

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 1:02 am
דורך מיסטעריע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 7:35 am
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:28 am איך קען נישט פארשטיין וויאזוי קינדליין האט אדורך געלאזט אזא ארטיקל, וויאזוי דארף א היימישע סאטמערער בחור'ל, וואס ביי זיי גייט מען א קורצע רעקל שפירן?

ווי איז דער מגיה?
כמובן אז די מעשה לא היה ולא נברא, עי' בתשובות חת"ס חו"מ קס"ח און דו וועסט זען אז עס האט נישט קיין שייכות כלל וכלל.
אגב, איך גלייב אז לייבוש לאנגער וועט ח"ו נישט שרייבן אויף א קנייטש הוט, צוליב ער אליינס גייט אזוי, שרייבט ער נאר בנוגע א רעקל

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:57 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
מיסטעריע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:28 am איך קען נישט פארשטיין וויאזוי קינדליין האט אדורך געלאזט אזא ארטיקל, וויאזוי דארף א היימישע סאטמערער בחור'ל, וואס ביי זיי גייט מען א קורצע רעקל שפירן?

ווי איז דער מגיה?
אגב אפאר וואכן צוריק אינמיטן פון א פאלשע משניות אינטערוויאו איז געשטאנען אינמיטן די אינטערוויאו: גראפיקער רמבם ...

Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 4:22 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:57 pm

image00011.jpg