בלאט 14 פון 23
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm
דורך מארמאראשער
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 11:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תיקון טעות: ווען א חסידישע איד בינדט זיך צו די שיך...
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 11:02 pm
דורך מארמאראשער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,
די רמ"ע מפאנו האט עס נישט געזאגט, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.
די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.
איך האף אז די ויואל משה ווענדסטו בעסער אפ ווי די רמע מפאני
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 11:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 11:56 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
רבינו סר מן הדרך[emoji23][emoji23][emoji23] ב"ה מ'האמער דערלעבט, משיח! קענסט שוין קומען
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:33 am
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
קען נישט זיין??
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:24 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
היבש אינטערסאנט!
א ניק א טוטער, האט נאך קיין פרישטאג נישט פארפאסט פאר כבוד שמים, נניח אז ער 'קען' לערנען (ווייסטעך וויאזוי די היינטיגע 'קענערס' רעדן), קומט און איז 'מחליט' אז א ספר וואס א איד א אויסעגווענליכע עובד ה' א צדיק הדור, א גאון מופלג וכו' האט פארפאסט, איז 'מופרך ועומד'.
נישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:59 pm
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:14 pm
דורך מארמאראשער
כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:19 pm
דורך סקרן
מארמאראשער האט געשריבן:כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
ווער איז רבינו און ווער איז הגהק
איך נאר וויסן ווער ס'וועט לערנען ויואל משה און ווער על הגאולה
אלס א סייד נאוט די איינציגסטע וואס זענען שולדיג אז ציונות פלאקערט אין ווילי ווי קיינמאהל פריער זענט עטס
ווען איינער וואקסט אויף און פארשטייט אין וואס ער גלייבט קען ער זיך האלטן ביי דעם
משא"כ ווען יעדעס מאהל ער פרעגט שרייט מען אים אן ציוני! אדער שעמסט זיך נישט צו פרעגן אויפן הייליגן רבי'ן איז זייער שווער צו בלייבן ביי דעם
נאך דערצו ווען אלע זיינע חברים אין ישיבה גלייבן נישט אין דעם
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:25 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: אפילו לויט די וואס זאגן אז דאס ווארט שטאמט פון בעלזא איז עס נישט די שטאט, נאר דער רב. ומעשה שהיה כך היה. (אין דעם ווארט אליינס איז אויך דא עטליכע גירסאות.) איינער פון די יושבים אין בעלזא איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט געפוצטע שטיוול. און דער רב האט דאס באמערקט. האט ער איהם אויפמערקזאם געמאכט אויף דעים. האט דער יושב געפרעגט..."רבי, וואס האביך דען געטון"...?! האט איהם דער רב געזאגט א טייטש אויף דעם פסוק יעקב חבל נחלתו. אז די אידן זענען אזוי ווי א שטריק. אויב א יושב אין בעלזא פוצט זיך די שטיוול, שמד'ט זיך א איד אין פאריז...! וי"א אז די מעשה איז געווען מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. ווייל ביז דאן איז מען געגאנגען מיט בענדלעך אויפ'ן העמד. און א חסיד איז אמאל אריינגעקומען מיט דעם מאדערנעם לבוש, קנעפלעך...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:31 pm
דורך מארמאראשער
סדא טערעפי פאר אזע איינעם, איימין סאיז זייער נישט עטיש אפצילייקענען א שיטה וואס האט צענדליגע ספרים אויף דעם ווייל איינער האט אנגעשריגן דיין שכן'ס חבר פארן פרעגן א קשיא
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:35 pm
דורך מארמאראשער
אגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נקודת-אמת האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.
דא
viewtopic.php?p=338930#p338930Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:33 pm
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נקודת-אמת האט געשריבן:(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
דא
viewtopic.php?p=338930#p338930
ייש"כ ידידנו הרב ליטוואק פאר'ן דאס צו-טרעפן
און בעיקר האט איהר לכאורה געמיינט די שורה:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'זאגט א הוספה צו דעם בשם ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א - ווען א בחור אין עטרת (זיין ישיבה) כאפט א שמועס אין מיט'ן לערנען, ווארפט מען שטענדער'ס אין פאנאוויעז!
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:08 pm
דורך הקטן
מארמאראשער האט געשריבן:אגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
וואו אזוי גייט דער טייטש?
קען מען אויך זאגן אז ווען מיר וועלן וויינגער זיך נאך געבען די תאות וועלען די כופרים אין א"י אנפאנגען גלייבן און מאפן קיין יאגאנדע?
(ע"ד בעלז און ווארשא)איז אפשר זאל מען טאקע לערנען ווייניגער ויאל משה און מער זיך אפגעבן מיט זיך, וואו די רמע מפאני טייטשט
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:44 pm
דורך calculator
די מעשה איז אזוי. עס איז זייער א שיינע תורה (לשיטתם) ווי לאנג ער זאגט עס ביי שלש סעודות אדער כו' אב פאר א שיינע דברי אגדה אבער אז ער פרעגט עס ביי הלכה למעשה'דיגע שיעור אין די קשיא איז דאך א הארבע קשיא אין מיט די דברי אגדה פארענטפערט ער די קשיא איז wath a joke
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 7:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:נישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג
אזעלכע שטותים צו רעדן, איך מיין אז פון מיין ניק אליין קענסטו וויסן ווער מיינע רביים זענען געווען.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 5:53 pm
דורך קל וחומר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
אמאל געהערט מפי חכם אז די בעסטע פירכה אויפן ויואל משה איז דער ויואל משה זעלבסט והדברים ידועים למעיינים בספר.
אגב, איז אינטערסאנט אז דער ספר ווערט גערופן דורך איר נאכפאלגער 'ספר הקדוש', ווייסט איינער פון נאך א הלכה ספר וואס האט דעם טיטול 'קדוש'?
(א שיטה הקדושה איז טאקע פארהאן נאך איינס דהיינו שוואנצאנעס).
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 6:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די צונאמען 'הקדוש' ווערט געווענליך געגעבן פאר ספרים וואס רעדן ארום קבלה, וועגן דעם רופט מען חסידישע ספרים 'ספרים הקדושים' ווייל זיי זענען געבויט אויף קבלה. די 'ויואל משה' איז טאקע נישט קיין קבלה ספר אבער אויך נישט קיין הלכה ספר. די גאנצע ספר איז יסודות אין אמונה, און השקפה טהורה און נישט ווייל ס'רעדט וועגן ציונות.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 7:22 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 7:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
אינזער רביה"ק זי"ע איז דער עכטער, אלע אנדערע מאכן נאך אינזערס