בלאט 14 פון 15

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 2:50 am
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז א טענה.
כ'מיין אז דזשעמס קוגעל האט אסאך ראיות אז מאנאטיעזם איז נישט דוקא די תורה'ס גאט. מי כמוך באלים ה'.
אבער איז נישט אלץ דא חכמים וואס האלטן א שטאפל ווייטער ווי די המון עם?
נאך א שאלה, למשל אין די חוקי חמורבי איז נישט דא קיין עטיקס אזויווי ואהבת לרעך?

א. איך רעד דאך דא צו די ערליכע אידן וואס ליינען נישט קוגעל'ס ביכער ;).
ב. מיר רעדן דאך דא לגבי די ראיה פון 600,000 אידן מקבל זיין אזא טעקסט אלס אויטענטיש. בכלל דער גאנצער מושג פון א divine mass revelation איז אן אומדערהערטע זאך אין די אור אלטע מיטל מזרח, וואו אלע רעליגיעס זענען געווען זייער צומישט און אומקלאר.
ג. ניין. נישט אין יענע געגנט. אפשר הערט מען ענליכע געדאנקען אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע, נישט נעבן ישראל. נעם למשל אזא דין ווי לא תסגיר עבד אל אדוניו, וואס איבעראל דארט האט מען פראקטיצירט פונקט דאס פארקערטע, מ'האט גע'הרג'עט אזא עבד אויפ'ן פלאץ.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:04 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
:lol:
ווענדט זיך, אויב ביסטו א איד וואס פירט זיך ווי די עלטער עלטער זיידעס בימי הביניים דאן קוק דא.

איך דארף נישט צוקומען צו די אלע פארווארפענע מקורות. איך לערן פשט אין "והיה לאות על ידך" אזוי ווי דער רשב"ם און אבן עזרא.

יאיר יאיר, איך זאג דיר אז דו קענסט זיין אן ערליכע מסורהדיגע איד אין טוהן ווי די מאירי עצה'ט. אז די זאלסט נאר לייגען תפילין עשרת ימי תשובה. אין די קומסט מיט צדוקישע עצות. :D
אז מיר פאלגען דעם רשב"ם וואלטען מיר נישט געהאט דעם גאנצען אגרת השבת פינעם אבן עזרא. אין מיר וואלטען געהאלטען שבת אנגעהויבען אינדערפרי ווי די גוים חלילה. אין מיטן אבן עזרא וואלטן מיר געהאט א גאנץ אנדערע מהלך אינעם ענין פין בשר בחלב, איא?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:50 am
דורך נולד מאוחר
יאיר האט געשריבן:ג. ניין. נישט אין יענע געגנט. אפשר הערט מען ענליכע געדאנקען אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע, נישט נעבן ישראל. נעם למשל אזא דין ווי לא תסגיר עבד אל אדוניו, וואס איבעראל דארט האט מען פראקטיצירט פונקט דאס פארקערטע, מ'האט גע'הרג'עט אזא עבד אויפ'ן פלאץ.

סא אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע איז געווען נאך א מתן תורה?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:53 am
דורך נולד מאוחר
kliger האט געשריבן:א חבר האט מיר געפרעגט,
אויב איז דא אזויפל ריליגיעס און אזויפיהל כופרים,און אפילו אין אידישקייט איז דא 100ער מיני וואס יעדער טענהט אז דאס ווייל דער אייבישטער,
פארוואס קומט ער נישט היינט זאגן איינמאל פאר אלעמעל פונקטליך וואס ער וויל,
איך האב אים פראבירט צו ענפערן אזוי ווי דער רמב"ן סוף פרשת בא.
ער טענה'ט אבער אז דעמאלס איז געווען צו פרימיטיווע צייטן
האב איך אים געענפערט אז דאס איז די נסיון טאקע צו גלייבן
ער זאגט אבער אז מען קען נישט באשילדיגן איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין א נסיון

פארוואס טאקע קומט נישט השי"ת? רצונינו לראות את מלכינו!

פארוואס יא וואס איז עם שלעכט אזוי?

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:56 am
דורך kliger
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס יא, וואס איז עם שלעכט אזוי?

וואס?
עס איז א שאד יעדע מענטש וואס וואס דינט נישט דעם אייבירשטען.
און בכלל ער וויל דאך געבן שכר און וויל נישט שטראפן

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:21 am
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:סא אין די ווייטע מזרח ווי אין כינע אדער אינדיע איז געווען נאך א מתן תורה?

יענער געגנט איז נתפתח געווארן אנדערש (און דאס איז אויך געווען פיל שפעטער ווי די אנגעבליכע צייט פון מתן תורה.) בכל אופן, איך ברענג דא נישט קיין ראיה אויף די אמיתית התורה, איך זאג נאר אז דעם כוזרי'ס ראיה קען זיין גוט כאטש אין יענע צייטן האבן מענטשן געגלייבט מאדנע זאכן, ווייל פאר די אידן וואס האבן געוואוינט אין כנען איז אן איינציגער באשעפער און ואהבת לריעך כמוך געווען מאדנע. ושוב חזרה ראיית הכוזרי לאיתנו.

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:23 am
דורך יאיר
מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:בקיצור, וואס איז געבליבן, דארף איך לייגן תפילין מארגן אדער נישט?
:lol:
ווענדט זיך, אויב ביסטו א איד וואס פירט זיך ווי די עלטער עלטער זיידעס בימי הביניים דאן קוק דא.

איך דארף נישט צוקומען צו די אלע פארווארפענע מקורות. איך לערן פשט אין "והיה לאות על ידך" אזוי ווי דער רשב"ם און אבן עזרא.

יאיר יאיר, איך זאג דיר אז דו קענסט זיין אן ערליכע מסורהדיגע איד אין טוהן ווי די מאירי עצה'ט. אז די זאלסט נאר לייגען תפילין עשרת ימי תשובה. אין די קומסט מיט צדוקישע עצות. :D
אז מיר פאלגען דעם רשב"ם וואלטען מיר נישט געהאט דעם גאנצען אגרת השבת פינעם אבן עזרא. אין מיר וואלטען געהאלטען שבת אנגעהויבען אינדערפרי ווי די גוים חלילה. אין מיטן אבן עזרא וואלטן מיר געהאט א גאנץ אנדערע מהלך אינעם ענין פין בשר בחלב, איא?

די דרשות חז"ל אויף בשר בחלב איז דאך גאר א מסתבר'דיגע זאך. אמער, עס שטייט דאך דריי מאל, הלא דבר הוא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:42 pm
דורך שמעקעדיג
מוח שליט האט געשריבן:וביותר אויב ביסטו פין די גאר גרויסע צדיקים, אין מיר זענען נישט אין די טעג פין עשרת ימי תשובה, דאן קוק דא
מה שביארנו שהדברים אמורים במי שמיקל בהנחת תפלין דרך פירוק עול מצות הוא מפני שיש נמנעים מזה מצד אחר והוא שהתפלין צריכים גוף נקי ושצריך להזהר שלא יישן בהם ושלא יסיח דעתו מהם וכל שכן שלא יתעסק בשום דבר לכלוך מה שאין כל זה בציצית ובתלמוד המערב הזכירו במקצת חכמים שהיו נזהרים שלא להניחם אלא בימים ידועים בשנה והיה בהם מי שלא היה מניחם אלא אחר שבאו עליו יסורים ונתרפא שהיה חושב בעצמו שמרקו היסורים את עונותיו והיו סומכים זה למה שנ' הרופא לכל תחלואיכי הגואל משחת חייכי המעטרכי חסד ורחמים וראה איך הפליגו בכונה כלומר שהן צריכין גוף נקי מעבירות ומהרהורים ואין ראוי להניחם אלא לאחר התשובה וקצת חכמים נוהגים להניחם בימים שבין ר"ה ליום הכפורים אחר התשובה והטבילה והוודויין וכן הדבר נכון בעיני: [בית הבחירה למאירי מסכת ברכות דף יד עמוד ב]

אויב אבער דו ביסט א היינט צייטיגער מאדערענער איד :) זאלסטו אוודאי לייגען תפילין.


איך האב עס אמאל געזעהן אין תוספות אין מסכת שבת, דארט ביי די מעשה אלישע בעל כנפיים (דף מט.).
תוס' זאגט דארט אז א קרקפתא איז מען נאר אויב מען לייגט נישט תפלין אלס א בזיון, ד.ה. מען איז מבזה די מצוה,
אבער סתם אזוי גייט מען נישט אריין אין דעם גדר.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:30 pm
דורך דולה ומשקה
טאקע וועגן ס'ליידער געווארען א מציאות פון אזא דערהער פון OTD איז געשריבען געווארען דעם קונטרס
http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... bdv8CY2lWw

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:09 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
וואס האט מען געטוהן אינדערהיים, פאר צוויי הונדערט יאר צוריק, אויב איז עמיצער אפגעפארן נאכ'ן האבן קינדער? מ'האט אויך נישט צוגעלאזט צו די קינדער אדער האט זיך עס דעמאלטס געוואנדן אין וויפיל איינפלוס אדער כח, עס האט געהאט ווער פון די צדדים?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 9:45 pm
דורך גנדי
בעלזער עסקן אברהם פרסטר האט פארלאזט די חרדישע וועלט אינאיינעם מיט די ווייב און 8 קינדער

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 10:54 pm
דורך אביסעל שכל
אווי האט ער געוואונט?

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:18 pm
דורך smart
קען איינער שרייבען אביסעל מער וועגן דעם אברהם פירסטער??

די פאל איז שוין א עכטע חידוש, א היימישער זאל אפפארען נאך מיט די גאנצע משפחה?? און איינער וואס איז געווען פארצווייגט אין די קהלה.

דעעס דארף מען קענען...

סאמטינג פאני!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:00 pm
דורך ירח בן יומו
לויט ווי די יודעי דבר אין בעלז געבען איבער איז דאס א שפיל פון די ארגון צוהר אנגעפירט דורך די בעלזער רב אז ער זאל נאנט ווערען מיט אלע נושרים איון שפעטער וועט ער זיי אלע מחזיר בתשובה זיין.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
און וואס איז מיט די חילולי שבת און אכילת נבילות וטריפות ווילאנג ער "מאכט זיך" אז ער איז א חילוני...? ס'איז נישט מסתבר...!

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:10 pm
דורך יאיר
מאנכע זאגן פארקערט. בעלזער רב איז א באהאלטענער כופר, נאר ער מאכט זיך ווי א פרומער און ווען ער וועט שוין האבן א ווייסע בארד וועט ער ארויסגיין צו די פראגע צוזאמען מיט זיינע טויזנטער חסידים (אויסער 'איך אויך' פארשטייט זיך, וועלכער וועט ערשט דעמאלטס איינזען דעם אמת און ווערן א ס"ח).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:52 am
דורך נח געציל
לויט ווי פרסטר און זיי פרוי זענען מסביר אינעם אינטערוויו, האבן זיי איבערגעלאזט דאס יהדות צוליב דעם וואס זיי האבן אנערקענט אז דער בעלזער רבי איז נישט קיין גאט, אדער א שותף מיט גאט כביכול, אדער א דירעקטער פארמיטלער צווישן גאט און די מענטשהייט.

פרסטר פארציילט אז זיי פלעגן זיך סומך זיין אויף דעם בעלזער רבין אין אלע ענינים ממש, און אן זיין ווארט האט מען זיך נישט גערירט. ווען פרוי פרסטר האט געברויכט האבן א קינד און דער רבי האט איר נישט געוואלט אויפנעמען האט זי פשוט נישט געוואלט האבן דאס קינד.

דער בראך האט זיך אנגעהויבן ווען לעצטנס איז דעם רבי׳נס התנהגות כלפי די חסידים זייער קאלט. ווען ער האט געהאט א פינאנציאלע געפעכט מיט אן אנדערן חסיד האט אים דער רבי נישט געוואלט העלפן, און ווען זיין ווייב איז זיך געגאנגען דורכרעדן איבער א פראבלעם מיט די קינדער האט איר דער רבי פשוט אויסגעלאכט.

דער קראך איז געווען ווען פרסטר, וואס האט געדינט אלץ מנהל כללי פון די בעלזער מוסדות, איז געגאנגען צום רבין דורכרעדן מהלכים וויאזוי צו ראטעווען דעם מוסד פון פינאנציעלע שוועריגקייטן וואס האט זיך געמאכט. פרסטר פארציילט אז ער האט געפרעגט דעם רבין וואס דער סדר פון די פינאנציעלע פריאריטעטן זענען, דער רבי האט אים אנגעקוקט און געזאגט אז דער הויפט פריאריטעט איז די גרויסע חתונה פון זיין אייניקל... פרסטר זאגט אז ער האט דעמאלטס אנערקענט אז דער רבי מיינט גארנישט קיין רוחניות אדער קדושת המוסד וכדו׳, ער מיינט נאר זיך.

לויט פרסטר, איז פאר אים, און פאר חסידים בכלל, אסאך אסאך שווערער די כפירה אינעם רבין ווי די כפירה אינעם בורא עולם, און איינמאל ער האט אנערקענט אז ער גלייבט נישט מער אז דער רבי איז א גאט האט ער אנגעהויבן האבן ערנסטע קושיות איבער זיין גאנצע אמונה אין הקב״ה.

פרסטר׳ס לעצטע אויספרואוו איבער דת איז געווען ווען ער איז געגאנגען אויף א שבת צום בעלזער רבין און ער האט ארומגעטראגן א טעלעפאן אין טאש. כאטש וואס ער האט שוין דאן נישט געהאלטן אז דער רבי איז א גאט איז ער אבער געווען זיכער אז דער רבי וועט שפירן אז ער איז מחלל שבת. אבער צו זיין אנטוישונג האט דער רבי גארנישט אויפגעפאסט כאטש ער האט זיך געדרייט א גאנץ שבת גאר נאנט צו אים.

--
איך ווייס נישט צו זיינע ווערטער זאגט מער איבער אים אליינס, צי איבער בעלזער רבי, צי איבער בעלזער חסידים, צי איבער חסידים בכלל, צי איבער אט״ד׳ס בכלל, צי איבער מענטשן בכלל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:59 am
דורך פידלער
My two cents --
זאגט מער איבער אים אליינס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 9:09 am
דורך קאסטנער
סזאגט איבער א יעדע רבי וואס די חסידים'ס אידישקייט באשטייט פין גלייבן אינעם רבי'ן א שטייגער ווי סקווירא ווי עס זענען אויך דא אסאך געגליטשטע וועגען די איינע סיבה פין איינזען אז די רבי האט מיט גאט זילטש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 9:30 am
דורך כוכב
בעיקר זאגט עס איבער בעלזער חסידים, וואלט ער אנגעקוקט דעם רבי'ן ווי א סאטמארער קוקט אן די היינטיגע רבי'ס אלס פאורפולע פאליטישע פירער וואלט ער נישט געהאט אזא משבר.
אבער איינמאל מ'נעמט אריין אין קאפ אז ער האט געהאלטן בעלזער רב אלס א צדיק איז זיין געשיכטע גאנץ פארשטענדליך. שטעלט אייך פאר -- א ווילדער משל -- א דורכגעברענטער סאטמארער חסיד פון רבינו יואל וואס זיין גאנצע אידישקייט דרייט זיך ארום דעם רבי'ן ווערט איין טאג געוואויר אויפ'ן רבי'ן דאס וואס פרסטער איז געוואויר געווארן אויפן בעלזער, זיין גאנצע אידישקייט וואלט געליטן א צוזאמענברוך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:48 pm
דורך אחד העם
סהערט זיך מיר עפעס מאדנע די גאנצע געשיכטע, סלייגט זיך מיר שווער אן אז עס זענען טאקע פארהאנען מענטשען וואס זענען טאקע נישט ביכולת מחלק צו זיין צווישען א גראבען רבין ביז עפעס באהאלטען און אומ-אידענטיפעצירט כביכול גאט, איך וויס נישט וואס די אלא מאי איז, אפשר איז עס אז פאנאטישע חסידות אן קיינע מחשבה דוגמת בעלז וסקווירא פראדעצירט בלויז טיפשים, און אפילו אירע כופרים זענען אויך נישט מכח חכמה, אדער גאר וועט מען אפשר מוזען איינזעצען, אזוי ווי סחסידישט זיך אזוי כופר'ט זיך, אז אלס חסיד גלייבט מען ווי א נער און נערנות, פאלט נישט עפעס פלוצלינג ארויף אויפן קאפ חכמה און מחשבה, און די שפיץ ווי ער האט געקענט אנקומען איז איינזעהן אז בעלזער רבי איז נישט קדוש פינעם רחם...
יעצט איז גאט שולדיג אז ער האט געגלייבט ווי א נער...
וצ"ע
כוכב דיין ביאור געפעלט מיר אויך נישט, כמש"כ לא מאמין שיש כאלו בני אדם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:17 pm
דורך לעיקוואד
סזאגט בעיקר אויף די צייטונג און מידיע וואס באווייזט אזוי טיפשותדיג אראפצולייגען א מעשה אזוי אז עס קומט צו לאכן מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר. קען זיין דער איז נישט דער נעקסטער איינשטיין דאך בין איך זיכער אז איינער מיט אביסעל שכל וואלט געקענט ארויסנעמן פון עם מער א מענטשליכע מעשה. נאר אז דער צייטונג שרייבער איז נאך א גרעסערע מן הארץ ווי דער 'סעלעבריטי' (למשל שרייבן מהעדה החרדית ווען יעדער יונגל ווייסט וואס דאס איז עדה''ח פאר א בעלזער..) קומט מען ארויס מיט אזוינע פורים כתבות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 7:54 pm
דורך לעיקוואד
נח געציל האט געשריבן:פרסטר׳ס לעצטע אויספרואוו איבער דת איז געווען ווען ער איז געגאנגען אויף א שבת צום בעלזער רבין און ער האט ארומגעטראגן א טעלעפאן אין טאש. כאטש וואס ער האט שוין דאן נישט געהאלטן אז דער רבי איז א גאט איז ער אבער געווען זיכער אז דער רבי וועט שפירן אז ער איז מחלל שבת. אבער צו זיין אנטוישונג האט דער רבי גארנישט אויפגעפאסט כאטש ער האט זיך געדרייט א גאנץ שבת גאר נאנט צו אים..


לאור מה שנתברר אז עס איז נישט דא קיין איסור טראגען א סעלפאן אין טאש שבת, קען ווייטער זיין אז בעלזער רבי האט רוח הקודש, און פערסטער קען צוריק זיך אנטוהן דער שטריימל.