בלאט 14 פון 21
Re: הרב יואל ראטה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:37 am
דורך או אינו
על פי שני עדים יקום דבר, ביז דעמאלטס איז דא א חזקת כשרות. לגבי דאס רעדן , כהיום האב איך געפינען נאך א פלאץ וואס שמיעסט אויס אזוי ברייט. דאס איז ביי די אפריקאנער טרייבס. ממש אזוי ר' הלל'ס בית קדשים נאר דארט זאגט מען דאס פאר די בית רחל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:49 am
דורך קורקלענד
קל וחומר האט געשריבן:נאכאמאל, די טענה דא איז נישט וועגן רעדן איבערן נושא נאר אויף די וועג וואס ער רעדט. די געשמאק וואס ער האט פונעם אראפלייגן דעם פראצעדור מיט אלע קאלירן פאר יונגע בחורלעך צייגט אויף עפעס.
פון וואנעט ווייסט איר ווער עס איז געווען אין די אדיענץ? און את''ל אז ס'זענען געווען אינגע בחורים דארט ווער זאגט אז ער האט זיי דאן אויפגעקלערט, ס'איז יתכן אז ס'האט זיי אפעקטירט פונקט ווי דיר.......
Re: הרב יואל ראטה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:06 am
דורך יהודי פשוט
דא קומט אריין יונגע בחורים?? דא קומט אריין אויפגעקלערט?? דא קומט אריין אז דער מענטש איז א שטיק שמוץ, מאן דנפח מתוכו נפח! און אפילו אויב ער האט אויפגעטוהן וועלטן האט ער אויך חרוב געמאכט וועלטן, און אפילו אויב ער וואלט ווען נאר אויפגעטוהן וועלטן און נישט חרוב געמאכט איז דאס נאך אלץ נישט קיין שום היתר פארן רעדן אזוי מיאוס און שמוציג ברבים, און טאמער די סיבה פארן אזוי רעדן איז ווייל אנדעם פארשטייט מען נישט, מיין איך אז עס זענען דא אזעלכע וואס האבן נאך אלץ נישט פארשטאנען און נעקסטע מאל וואס ער רעדט דערפון זאל ער אויך ווייזן פונקטלעך וויזוי מ'איז מוציא ז"ל, אזוי וועט יעדער זיכער פארשטיין, און זיינע חסידים שוטים וועלן ווייטער שרייען חי וקים אז אזוי דארף מען טוהן ווייל אנדערש פארשטייט מען נישט!
Re: הרב יואל ראטה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 5:03 am
דורך או אינו
איך קען אים נישט פין די נאנט אבער מתוך דרשותיו אין כתבים דערקענט זיך אז מ'רעדט דא פין א איד וואס איז ליידיג פין תורה אין אפי' מסורה. נישט נאר א אינו יודע נאר אנערקענט נישט אפצישאצן Heritage and continuity. מוזיק אין זאגען פסוקים איז גרינג , פאון, אין מעדעטעיטאן. חוץ מזה לייגט ער גארנישט אריין חוץ "זיך זעלבסט" אפטמאל מיטן דמין אז חסידות מיינט גלגול שלג סגיפום אין דאסמאל אז ער האט נישט קיין מח.
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 1:17 pm
דורך שבת אחים
יהודי פשוט האט געשריבן:דא קומט אריין יונגע בחורים?? דא קומט אריין אויפגעקלערט?? דא קומט אריין אז דער מענטש איז א שטיק שמוץ, מאן דנפח מתוכו נפח! און אפילו אויב ער האט אויפגעטוהן וועלטן האט ער אויך חרוב געמאכט וועלטן
דהיינו?
חרוב געמאכט וועלטן? ווייל ער האט איינמאל געזאגט א מיאוסע ווארט?
פלוז!!!????
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 1:52 pm
דורך קאצקע ציקער
רחמנה לשזבן איך קען מיך אין מיין ווילדסטן חלום נישט פארשטעלן מיין מנהל אין ישיבה זאל ווען אזוי רעדן ביי זיין פתיחה דרשה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:53 pm
דורך מיש-נייעס
איך זעה נישט דא קיין שום חדשות, מ'האט געשניטן א שטיקל פון א שיעור און געמאכט פון דעם א בער, וואס דען, עס איז נאר בבחינת כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו: איך האב דיר געזאגט! יעצט זעהסטו!
והא ראיה אז די זעלבע האבן געקריצט מיט די ציין פארוואס האט ער געטון אזא גוטע זאך ווען ער האט דורכגעבראכן ביי זיך חתונה מאכן אין שול
יא! די שפראך טוט אויף!
יא! הוצאת זרע רייסט אויס די מוח! (עיין ליקוטי מוהר"ן)
יא! דאס איז די איינציגע וועג צו רעדן צו בחורים!
ברוך השם, אז אונז האמיר איין מענטש אין אונזער דור וואס איז גרייט אוועקצוגעבן זיין נאמען און זיין לעבן פאר אנדערע אידן, און די צייט וואס פיסטע נידריג קלאסיגע יונגן פירן דעם דור אין די אדמה אריין מיט מחלוקת,און לצנות, אין אזא שעת חירום וואס בחורים און אינגעלייט ווערן דערטראנקן אין ביטערע צרות אין נסיונות, ואין פוצה פה ומצפצץ, און מען בא'פאטשט זיי נאך אויף די פארעשטעס רח"ל
יא! הייליגע תלמידים געט נאר ער ארויס!! ווייל ער קערט, ווייל עס ווייטוגט איהם, ווייל ער שטייט נישט גלייכגילטיג, ווייל ער שפילט נישט פאליטיק מיט אידישע נשמות
אין אלע דורות האבן נואפים ליצים לצנות געמאכט פון צדיקים קדושים! א צדיק איז פשוט א שפיגל!
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:57 pm
דורך מיש-נייעס
כמבואר בסנהדרין דף ק"ז
דרש רבא מאי דכתיב ובצלעי שמחו ונאספו נאספו עלי נכים קרעו ולא דמו אמר דוד לפני הקב"ה רבש"ע וכו' אלא בשעה שהם עוסקין בארבע מיתות ב"ד פוסקין ממשנתן ואומרים לי דוד הבא על אשת איש מיתתו במה? אמרתי להם הבא על אשת איש מיתתו בחנק ויש לו חלק לעוה"ב אבל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:59 pm
דורך איסר האטלקי
מיש-נייעס האט געשריבן: א צדיק איז פשוט א שפיגל!
איך ווייס נישט, מיין צדיק איז משום איזה סיבה נישט קיין שפיגל...
Re: הרב יואל ראטה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:11 pm
דורך יהודי פשוט
מיש-נייעס האט געשריבן:איך זעה נישט דא קיין שום חדשות, מ'האט געשניטן א שטיקל פון א שיעור און געמאכט פון דעם א בער, וואס דען, עס איז נאר בבחינת כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו: איך האב דיר געזאגט! יעצט זעהסטו!
והא ראיה אז די זעלבע האבן געקריצט מיט די ציין פארוואס האט ער געטון אזא גוטע זאך ווען ער האט דורכגעבראכן ביי זיך חתונה מאכן אין שול
יא! די שפראך טוט אויף!
יא! הוצאת זרע רייסט אויס די מוח! (עיין ליקוטי מוהר"ן)
יא! דאס איז די איינציגע וועג צו רעדן צו בחורים!
ברוך השם, אז אונז האמיר איין מענטש אין אונזער דור וואס איז גרייט אוועקצוגעבן זיין נאמען און זיין לעבן פאר אנדערע אידן, און די צייט וואס פיסטע נידריג קלאסיגע יונגן פירן דעם דור אין די אדמה אריין מיט מחלוקת,און לצנות, אין אזא שעת חירום וואס בחורים און אינגעלייט ווערן דערטראנקן אין ביטערע צרות אין נסיונות, ואין פוצה פה ומצפצץ, און מען בא'פאטשט זיי נאך אויף די פארעשטעס רח"ל
יא! הייליגע תלמידים געט נאר ער ארויס!! ווייל ער קערט, ווייל עס ווייטוגט איהם, ווייל ער שטייט נישט גלייכגילטיג, ווייל ער שפילט נישט פאליטיק מיט אידישע נשמות
אין אלע דורות האבן נואפים ליצים לצנות געמאכט פון צדיקים קדושים! א צדיק איז פשוט א שפיגל!
כידוע וואס ר' אשר זעליג מרגלית האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן רוזינ'ער איבער די רביס פון אונער דור און די חסידים וואס וועלן שרייען קדוש קדוש... אן אפענע רוח הקודש...
Re: הרב יואל ראטה
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 6:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי ציט מען אוועק דער שמועס פון דער נושא. צו מ׳טאנצט יא צו מ׳טאנצט נישט אויף די פארענטשעס איז נישט דער נושא. ער האט גערעדט פון די ענין ווי ס׳גלוסט זיך איהם אויפ׳ן מינוט. דאס אז ׳נאר׳ דער שפראך טוט אויף איז באשטעטיגט דורך קיין אנדערע ווי דער וואס האט ליעב צו רעדען דער שפראך. א צווייטע וואס האט ליעב עפעס אנדערש זאגט אז עפעס אנדערש טוט אויף.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 10:29 pm
דורך גאנצל
איך ווייס ניט וואס אבער דער רעדט זיכער ווי איינער וואס איז ער געבליבען אן א מוח.........
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 9:21 pm
דורך חקרן
מיש נייעס טייערער.
דו, מיט נאך מענטשן אזוי ווי דו, וויינען מיט בלוטיגע טרערן, היתכן - מען האט גענומען אן אויסצוג פון צוויי מינוט, פון צווישן א שעה'דיגע דרשה, ארויסגענומען און פארשפרייט פארן גאנצן עולם. היתכן, אזוי צו באשמוצן א מענטש על לא עוול בכפו, נישט אראפגעבנדיג דעם גאנצן שמועס כמו שהיא. אן עוולה שאין כדוגמתו.
לאמיר אויפפרישן אלטע זכרון קעמערלעך:
געדענקסטו נאך ר' יואלי'ש, ווען דו האסט געטאן די זעלבע זאך, אבער אקאראט פונקט די זעלבע?
עס איז געווען אמאל א איד, א מרביץ תורה און א גוטזאגער, מיטן נאמען ר' אברהם מרדכי מלאך הי"ו. דער ר' אברהם מרדכי האט געהאלטן א גאנצע דרשה ביים שבת קרבתנו, וואס אינצווישן האט ער געמאכט א דזשאוק אויפן באגלייטן ניגון מיט וואס מען באגלייט א חתן. זענען געקומען פרייליכע אידן, ארויסגענומען יענעם שטיקל און ארומגעשיקט. א שיינע דזשאוק, אמת?
אבער דו האסט נישט אנגענומען דעם דזשאוק כמו שהיא. דו ביסט געגאנגען, באזירט אויף דעם קליינעם קליפ, און אים מיס אראפגעריסן, זאגנדיג אז ער דארף נישט דערציילן פאר די גאנצע וועלט אז ער האט נישט קיין שלום-בית, אפגע'חוזק'ט אויף א מיסער פארנעם פון די גאנצע זאך. יעדער האט דאס געזען און דער קליפ איז אויך ארומגעגאנגען.
דעמאלס איז דאס געווען אקעי דאס צו טון, ס'איז געווען א שיינע זאך. אמת? - יעצט קומט אלעס צוריק צו דיר.
ר' אברהם מרדכי מלאך איז דעמאלס געגאנגען, און ביי א שמועס האט ער ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, זיך באציענדיג צו דיר מיטן פולסטן מאס רעספעקט (אנדערש ווי דו וואס דו האסט זיך ביליג באצויגן צו אים זעלבסט, און נישט בלויז אראפגעריסן דעם געדאנק...). דו האסט דאס געזען און געהערט, און עס איז דיר נישט איינגעפאלן אויפצוהייבן א טעלעפאן און זאגן פאר ר' אברהם מרדכי "איימסארי", פשוט איימסארי.
איך האב געהערט א דרשה פון דיר, ווי אזוי דו רעדסט צו די פרויען פאר ראש-השנה (אגב, דארט האסטו געמוזט אריינווארפן א משל פון א נאוזי-באדי וואס דער אויבערשטער פיטערט אים, אז ער מוז פונקט דורכגיין די מקוה ווען פרויען גייען דארט, ווייל דער אויבערשטער פיטערט אים... דאס האסטו געפינען פאר וויכטיג צו ברענגען אלס משל רעדנדיג צו פרויען - אבער לאמיר דאס שוין דורכלאזן). זאגסטו דארט צווישן אנדערע ווי פשוט עס איז צו זאגן "איימסארי", און פארוואס עס איז אזוי שווער פאר מענטשן צו זאגן דער פשוט'ער ווארט "איימסארי". דו האסט דארט געזאגט "עס איז דער שענסטער ווארט צו זאגן פאר יענעם, איימסארי". אבער פארוואס האסטו דאס נישט געקענט זאגן?
מה שנוגע לעניננו: איך האב לעצטנס געהערט א שמועס פון דיר, אויב איך וועל קענען וועל איך עס דא ארויפלייגן. דארט ברענגסטו ארויס אז אלעס וואס מען טוט פאר יענעם, קומט צוריק צו דער מענטש. אויב מען טשעפעט איינעם, צום סוף וועט מען דיר די זעלבע טשעפענען. ישמע אזניך מה שפיך מדבר.
צום סוף: יואלי, עס איז נאך אלס נישט שפעט, דו קענסט נאך יעצט אויפהייבן א טעלפאן צו ר' אברהם מרדכי מלאך און אים איבערבעטן, ער וועט דיר זיכער מוחל זיין. און טראכט נישט אז ווייל איך האב עס יעצט געשריבן, פאסט עס נישט צו טון, און טראכט נישט אז ווייל עס איז א תגובה אויף קאווע שטיבל איז גארנישט און טראכט נישט אז עס באדערט דיר נישט אז מען באשמוצט דיר דא. קבל את האמת ממי שאומרו. דו האסט איינעם באליידיגט, בעט אים איבער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
ווען די רבי האט געוויינט פון די חטא הידיעה האבן ענק חוזק געמאכט אז מען מאכט זיכער אז די עולם זאל נישט פארשטיין וואס מען מיינט...
קומט א איד מיט גאטס און זאגט דאס ארויס ברחל בתך... ווייטער נישט גוט...
די אמת איז איך קען בחורים וואס האבן קיין רמזים נישט געכאפט און ווי לאנג מען איז נישט מסביר די פארנעפלטע סוגיא כאפט ער אינגאנצן נישט די נושא.
ווען א בחור הערט קלאר חובתו בעולמו באקומט ער מער פאוער צו וואס עז איז ריכטיג.
כידוע איז די איינציגסטע חטא וואס מען פארשיקט א בחור פון ישיבה ביי ר' יואל איז ווען א בחור איז מחטיא א צווייטער באונס, דאס איז די הוראה פון מוהרא''ש
אין די ספרי מוסר טרעפט מען גענוג ברייטע לשונות, נאר וויבאלד עס איז לשון קודש ווערט עס צו וואסערט.
עס איז קלאר ער וואלט נישט געדארפט רעדן אויף די אופן בפרט ער ווייסט עס פארט ארום אין די צדיקים'ליך פון די היינטיגע דור וועלן זיכער מאכן אז יעדער זעהט דאס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:43 pm
דורך ליפא
חקרן, גוט. אבער איך האלט אז דו נידערסט דא אראפ הרב מלאך. זיין וויץ מיט'ן חתן באגלייטן אפילו ס'וואלט געווען בלויז דער וויץ אליין איז גארנישט ראנג געווען צו זאגן פאר א בדחן.
פון דיינע ווערטער קוקט עס אויס ווי דו געסט עפעס לעגיטימיטעט דא צו הרב ראטה ווי כאילו הרב מלאך'ס וויץ האט אויסגעזען ראנג ווייל ס'געווען געשטיקעלט. בכלל נישט. (און הרב ראטה האט דארט עפעס נישט פארגינען די אטענשען פון הרב מלאך און זיך קיוט געמאכט אויף רב מלאך חשבון.)
משא''כ וואס ראטה האט דא געזאגט (וויאזוי ער האט עס געזאגט) איז דאך סתם סיק געשטיקעלט צי נישט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:44 pm
דורך קאצקע ציקער
עמעזאן ברחל בתך הקטנה איז איין זאך און ברחל בתך הנאקעטע איז א צווייטע זאך וד"ל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:עמעזאן ברחל בתך הקטנה איז איין זאך און ברחל בתך הנאקעטע איז א צווייטע זאך וד"ל
ביסט גערעכט.
פארט נעמען עס די בחורים דארט אויף אנדערש ווי דיר מכמה טעמים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:11 am
דורך סמבטיון
עמעזאן , ביזט א תלמיד פון יואלי ראטה? וואס פארטיידיגסטו אים אזוי? ער האט גערעד ווי א מנוול און דערפאר קומט אז מען זאל אים אראפרייסן, מען רעד נישט אזוי און שוין. סענעמט אבער נישט אועק פון אלע זיינע אנדערע מעלות וואס ער טוט אויף פארן כלל,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 1:48 pm
דורך אישתישבי
גראדע איז נישט זיכער אז מען טאר נישט אזוי רעדן, אויב פעלט אויס איז ההכרח לא יגונה. ער וואלט נאר געברויכט זיכער מאכן עס איז נישטא קיין קאמערא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:09 pm
דורך יהודי פשוט
עס איז אוודאי געוועהן א הכרח אזוי צו רעדן ווייל ווען ער זאגט ווען סתם מוציא זיין ז"ל וואלט דאך קיינער דארט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, דארטן זענען דאך אלע בחורים זייער תמימות'דיג זיי וואלטן מסתמא געמיינט אז ער רעדט פון עפעס א נייעם ספר וואס מ'האט מוציא געוועהן לאור און עס הייסט זרע לבטלה, פארדעם האט ער געמוזט צוויי מאל איבערחזר'ן אז מען כאפט אן וכו' ווארעם וכו' מען רייבט וכו' יעצט ברוך השם פארשטייט שוין יעדער, איך מיין אבער אז עס זענען דא דארט אזעלכע בחורים וואס ווייסן נישט ווי דאס איז דער ברית נעקסטע מאל דארף ער בעסער מסביר זיין, אפשר זענען דא דארטן בחורים וואס מיינען אז מען מאכט דעם ברית אויפן פינקי פינגער.... שוטים, נעמט ענק אהן פאר אים.....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 3:20 pm
דורך מפיל קינד
עמעזאן האט געשריבן:עס איז קלאר ער וואלט נישט געדארפט רעדן אויף די אופן בפרט ער ווייסט עס פארט ארום אין די צדיקים'ליך פון די היינטיגע דור וועלן זיכער מאכן אז יעדער זעהט דאס.
נאך דיינע הסברים בטוטו"ד ודפח"ח וואס איז שלעכט אז עס פארט ארום?
דיינע רייד מאכן אלעס אזוי קלאר, מיר קענען קוים ווארטן ער זאל שוין רעדן נאכאמאל, אבער נאך אסאך מער בפרטי פרטים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:51 pm
דורך וואלווי
יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז אוודאי געוועהן א הכרח אזוי צו רעדן ווייל ווען ער זאגט ווען סתם מוציא זיין ז"ל וואלט דאך קיינער דארט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, דארטן זענען דאך אלע בחורים זייער תמימות'דיג זיי וואלטן מסתמא געמיינט אז ער רעדט פון עפעס א נייעם ספר וואס מ'האט מוציא געוועהן לאור און עס הייסט זרע לבטלה, פארדעם האט ער געמוזט צוויי מאל איבערחזר'ן אז מען כאפט אן וכו' ווארעם וכו' מען רייבט וכו' יעצט ברוך השם פארשטייט שוין יעדער, איך מיין אבער אז עס זענען דא דארט אזעלכע בחורים וואס ווייסן נישט ווי דאס איז דער ברית נעקסטע מאל דארף ער בעסער מסביר זיין, אפשר זענען דא דארטן בחורים וואס מיינען אז מען מאכט דעם ברית אויפן פינקי פינגער.... שוטים, נעמט ענק אהן פאר אים.....
אזעלעכע "פשוטע יודישע" ווערטער האביך שוין לאנג נישט געהערט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:37 am
דורך אישתישבי
דאס איז דאך זיין קונץ, ער רעדט איין די בחורים אז דער ברית איז דער פינקי, והראי', יוסף הצדיק האט געקענט מוציא זיין פין אלע צען פינגער, און די בחורים זיצען אין רייבען די פינגער און ווארטן אויף נחת.