בלאט 14 פון 22

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 11:47 am
דורך פיינע קאווע
רבותי איך קען נאך אלץ נישט קומען צו זיך. און ווער קען יא. די איינציגסטע זאך וואס העלפט אביסל איז דאס חזר'ן כסדר "אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט". דאס איז געווען דער רצון השי"ת" איך זאג עס ארויס בפה מלא. איך חזר עס מיט מיינע קינדערלעך וואס זענען אלע ערשיטערט.
פארוואס דאס האט פאסירט פארווי פארווען ווייס איך אליין נישט. נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל ה'. אני מאמין באמונה שלימה אז אזוי האט געדארפט פאסירן. מיר וועלן זיך פארבעסרן און בעטן און האפן צו השי"ת אז אזוינע עונשים זאל נמתק ווערן און נישט פאסירן בעתיד

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=47rCUL5X2Hw[/youtube]

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:12 pm
דורך שמעקעדיג
קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:14 pm
דורך קאמפיאטער
חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.

ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.


שוין לאנג ניש געהערט אזוינע שטותים! קול מבשר איז דיר גארנישט שילדיג! ווילסט עפען אויף אליינס אין טי וויאזוי די פארשטייסט, אין שיס נישט קיין נביאות אויף יענעמס חשבון.

איך האלט ער האט זייער קליג געהאנדעלט, אין אזא איינער וואס האט נישט געוויסט אז דא איז דא א אינגעל האט נישט געדארפט צי וויסען.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:15 pm
דורך קאך_לעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!


פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:18 pm
דורך sunbar
דער מעשה איז שוידערליך. איך האב זיך נישט געקענט צוזאמנעמען דורכצוליינען אלע תגובות.
יעצט ליידער האבן זיי נישט איבערגעלאזט קיין זש'ק. עס רייסט! !!

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:28 pm
דורך בדחן
קאמפיאטער האט געשריבן:
חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.

ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.


שוין לאנג ניש געהערט אזוינע שטותים! קול מבשר איז דיר גארנישט שילדיג! ווילסט עפען אויף אליינס אין טי וויאזוי די פארשטייסט, אין שיס נישט קיין נביאות אויף יענעמס חשבון.

איך האלט ער האט זייער קליג געהאנדעלט, אין אזא איינער וואס האט נישט געוויסט אז דא איז דא א אינגעל האט נישט געדארפט צי וויסען.


רעג זיך נישט, כך דרכם כסל למו, זעט אויס אז די טראגעדיע פאר זיך איז נישט בכח אריינצוגיבן אביסל דעת פאר די וואס דארפן עס,

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:32 pm
דורך זר זהב
קרעדיט 'דעפרעסט' אייוועלט

טייערע ברידער
כי כל ראש לחלי וכל לבב דוי- מיר האבן נאכנישט בכלל באגריפן וואס דא איז געשען, אידישע הערצער בלוטיגן און אונזערע געפילן זענען צוריסן, כי לקינו מיד ה' כפליים על כל חטאתי', מיר זענען דורך א ביטערע ביטערע צרה וואס לאזט נישט צוריה, וימאן להתנחם אידן דרייען זיך ארום אנע קאפ צובראכן און צושטאכן אויף א שרעקליכן פארנעם אוי טאטע.

לאמיר אבער געדענקן טייערע ברידער מיר זענען אידישע קינדער, און מיר זענען מאמינים בני מאמינים, יא סאיז פשוטע זאכן אבער ס'איז צייט איבעצו'חזר'ן פשוטע דיבורים אמונה. מיר האבן א גרויסן טאטען אין הימל וואס ליעבט אונז, און וואס באגיסט אונז מיט חסד ורחמים שטענדיג שטענדיג, מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער אומגליק איז געווען א טובה. יא א גענאדע וואס דער רבוש"ע האט געטון מיט זיין עם קרובו, ווי פאני און אום רעליסטיש עס הערט זיך גלייבן מיר מיט א גאנצע ריינע אמונה אז כל מה דעביד רחמנא אלעס אלעס אויך דעם טויט פון א אינג פארפאלק און זייער שעפעלע איז לטב עביד,

מיר פארשטייען נישט זיינע טיפע וועגן, עס איז בודאי בודאי אלטע חשבונות וואס ווערט אויסגעגליכן מיט א שיינקייט. עס איז א קליינער שטיקל פון דעם גרויסן וואונדערליכן פאזל וואס וועט צום סוף זיך אויסשטעלן אזוי שיין אזוי הערליך און אזוי פארשטענדליך. אזוי ווי דער טאטע שליט"א הרב זילבערשטיין האט געזאגט נעכטן ביי די לוי' ווען משיח וועט קומען וועלן מיר הערשט זעהן אז ס'איז אלעס געווען פונקטליך אין פלאץ, עס האט געדארפט אזוי געשען און גארנישט איז בטעות.
נאר מיר אידישע קינדער האבן דעם אומבאגרייפליכן כח פון שטיין אין שאטן פון דאס שרעקליכסטע און אויסרופן מיט שטארקייט רבוש"ע די ווייסט וואס די טוסט! להגיד כי ישר ה' צורי ולא עולתה בו. מיר ווייסן און זענען מאמין אז פאר די פארפאלק פאר די עלטערן און פארן קינד איז געשען דאס בעסטע וואס איז שייך עס זאל זיי געשען,

רבוש"ע דיין ליבשאפט צו דיין אידישן פאלק איז ענדלאז און מעכטיגער ווי סיי וואס, מיר זענען קלאר אז די האסט אונז ליב און די אלע טראגעדיגעס זענען אויך פון דעם זעלבן קוואל פון ליבשאפט, דער הייליגער באר מים חיים שרייבט פרשת עקב אז ווען א מאמע דארף אמאל טראגן דאס קינד צו א דאקטער און דאס קינד וויינט, וויינט די מאמע מיט אבער זי לאזט דעם דאקטער ווייטער טון וואס מען דארף טאקע פון גרויס ליבשאפט צו דעם קינד דערשטיקט זי די מיטערליכע געפילן און לאזט דאס קינד וויינען. כלל ישראל וויינט אין די טעג א ביטער געוויין. דער רבוש"ע דער גרעסטער מרחם וויינט אויך מיט כשישראל בצער שכינה מה אומרת קלני מראשי קלנני מזרועי, אבער דער אויבערשטער זאגט קינדערלעך וואס זאל איך טון אז איך ווייס אז דאס איז פאר ענק געווען דאס בעסטע,

מוצאי שבת קודש האבן מיר געזאגט ביי מעריב ברוך אתה ה' אוהב עמו ישראל. דעם קומענדיגן פרימארגן נאך דעם פינסטערען נאכט האבן מיר אבער ווייטער געזאגט ברוך אתה ה' הבוחר בעמו ישראל באהבה, רבוש"ע די האסט אונז ליב די ביסט חלילה נישט אנטוישט פון אונז און די פירסט דיך אויס דיינס מיט אונז דיין באליבט פאלק אויפן בעסטן און שענסטן אופן, גראדע דאס מאל אויף א וועג וואס מיר פארשטייען נישט.

מיר וועלן דעם שבת קודש ווייטער זאגן ביי נשמת די נצחיות'דיגע ווערטער -המנהג עולמו בחסד ובריותיו ברחמים- אלעס אלעס איז נאר בלויז רחמנות די גאנצע הנהגה פון די בריאה איז בחסד וברחמים, אויך די מדת הדין איז רחמנות. ווי צדיקים האבן געטייטשט דמינו אלקים חסדיך בקרב היכליך. דמינו אלקים דאס וואס אונז האט זיך געדיכט אז עס איז אלקים – מדת הדין, איז אבער חסדיך בקרב היכליך אויבן זעהט מען אז ס'איז אין אמת'ן גוט גוט.



- פון הייליגן קאצקער איז דא א ווארט: היטיבו נגן בתרועה כי ישר דבר ה' – היטיבו נגן מען דארף זיך גוט אריינזינגען בתרועה – ווען מען איז צובראכן אז - כי ישר דבר ה' !

- דער הייליגער יסוד העבודה טייטשט כי יודע ה' דרך צדיקים ודרך רשעים תאבד. כי יודע ה' – דער אייבירשטער ווייסט וואס ער טוט דאס איז דרך צדיקים- אזוי טראכטן די צדיקים, אבער ודרך רשעים- איז תאבד- ס'איז פארלוירן אנזעץ..

- רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט כידוע א שווער לעבן געהאט, פון אלע קינדער זיינע איז אים געווען איין בחור'ל וואס איז געווען געראטן און געזונט. מען האט גערעדט ערנסט א שידוך פאר אים און מען האט זיך שוין געגרייט צו די בעשאוי, פלוצלינג האט דער בחור געכאפט א שווערע נערווען אטאקע אויפן פלאץ, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. דער ערשיטערטער פאטער רבי יעקב מאיר האט דאן געבעטן איינער זאל אים צופירן צו די נענטסטע וואלד אין שכינות, עטליכע נאנטע וואס האבן פשוט זיך געשראקן פאר דאס פאלגענדע האבן דערפאר באהאלטנערהייט זיך מיטגעכאפט אין וואלד זעהן וואס דא גייט פאסירן. רבי יעקב מאיר האט זיך ארויפגעזעצט אויף א בוים און אנגעפאנגן זינגן איינמאל און נאכאמאל דעם ברסלבער ניגון אויף צור משלו אכלנו ברכו אמוני שבענו והותרנו כדבר ה' און דאן אנגעהויבן זאגן "רבוש"ע צור משלו אכלנו – דיינע צרות האבן מיר טועם געווען און פארט ברכו אמוני ! אפילו ס'איז א מצב פון שבענו והותרנו- די צרות איז אנע עק אנע ברעג דאנקן מיר דיר. פארוואס ווייל כדבר ה' כדבר ה' ! אז עס קומט פון דיין גזירה איז עס צום גוטן---

- ליקוטי אמרים תניא אגרות קודש פרק י"א.
להשכילך בינה. כי לא זו הדרך ישכון אור ה' להיות חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי ע"ז ארז"ל בטל רצונך כו' דהיינו שיהי' רצונו בטל במציאות ולא יהיה לו שום רצון כלל בעניני עולם הזה כולם הנכללים בבני חיי ומזוני וכמארז"ל שע"כ אתה חי:
וביאור הענין הוא רק אמונה אמיתית ביוצר בראשית דהיינו שהבריאה יש מאין הנק' ראשית חכמה והיא חכמתו שאינה מושגת לשום נברא הבריאה הזאת היא בכל עת ורגע שמתהוים כל הברואים יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל וכשיתבונן האדם בעומק הבנתו ויצייר בדעתו הווייתו מאין בכל רגע ורגע ממש האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם להאמין דלית אתר פנוי מיני' ובאור פני מלך חיים וע"כ עוז וחדוה במקומו הואיל והוא רק טוב כל היום וע"כ ראשית הכל שישמח האדם ויגל בכל עת ושעה ויחיה ממש באמונתו בה' המחיה ומטיב עמו בכל רגע ומי שמתעצב ומתאונן מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה והרי זה ככופר ח"ו וע"כ הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת. אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית ומי שאין שוין לו מראה בעצמו שהוא מערב רב דלגרמייהו עבדין ואוהב א"ע לצאת מתחת יד ה' ולחיות בחיי עו"ג בשביל אהבתו א"ע וע"כ הוא חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי זה טוב לו ונוח לו שלא נברא כי עיקר בריאת האדם בעוה"ז הוא בשביל לנסותו בנסיונות אלו ולדעת את אשר בלבבו אם יפנה לבבו אחרי אלהים אחרים שהם תאוות הגוף המשתלשלים מס"א ובהם הוא חפץ או אם חפצו ורצונו לחיות חיים אמיתים המשתלשלים מאלקים חיים אף שאינו יכול:
ויאמין שבאמת הוא חי בהם וכל צרכיו וכל עניניו משתלשלים באמת בפרטי פרטיותיהם שלא מס"א כי מה' מצעדי גבר כוננו ואין מלה כו' ואם כן הכל טוב בתכלית רק שאינו מושג ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז:

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:55 pm
דורך איחוד פעלד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד ביזט אף, עז אלוועיס. סאררי.



איך ווארט נאך אלץ אויף א הסבר מיט וואס איך בין אף.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 12:58 pm
דורך קעניגרייך
חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.

ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.

שטותים מיט הבלים. ער האט נישט געקענט רעדן דערפון וקל להבין. און יעדער האט געוויסט און מתפלל געווען.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:04 pm
דורך גאלד
די חפץ חיים האט אמאל געפרעגט א איד וויזוי גייט עס,
האט דער איד געענטפערט עס קען זיין בעסער,
האט דער חפץ חיים געזאגט, ווען ס'וואלט געקענט זיין בעסער וואלט געווען בעסער, דאס וואס עס איז, איז די בעסטע וואס קען נאר זיין,

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:24 pm
דורך ציגרעטל
אזוי פארטוהן אין מיין טעגליכע ארבייט מיין קאפ קען נישט אויפהערן טראכטן פון וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז די לעצטע פאר טעג און די מכה בפטיש ווי די זיסע ריינע נשמה'לע איז צוריקגענומען געווארן פון ווי ער איז געקומען האב איך זיך דערמאנט פון די ניגון פון MBD איך מיין אז עס איז זייער אין פלאץ...
youtu.be/294rkuwhUi8

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 1:46 pm
דורך שמעקעדיג
קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!


פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!


איך בין אויפגעברויזט, איך קען זיך נישט מצמצם זיין, אבער בקיצור ממש וועל איך דיר פרעגן קענסט מיר זאגן פארוואס האט נעכטן אויסגעפעלט די אלע "נארישע" הספדים, סיי אין ווילי, סיי אין מאנסי? מען קען זיך עפעס מקבל זיין און פארטיג! וואס עפעס רעדן און וויינען? כלשונך: "וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קשיות מיט תרעומות אויפן הייליגן באשעפער..."

מיין גאט! דער באשעפער ווייסט אז מיר זענען צושאסן, קיינער האט נישט קיין תערומות ח"ו, מען מעג זיך - און מען דארף זיך - אויסגעבן, איך בין זיכער אז אין הימל האט מען הנאה פון די אלע הספדים און גראמען, עס איז יעדן מעורר.

אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין א קבלה טובה, מען ווייסט דאס אליינס, אבער מיר זענען גענוג צושאסן און צובראכן, מיר דארפן חיזוק אויף ווייטער, נישט איינער זאל קומען און אונז ווייטער שפייען אין פנים אריין און דערנידערן די אלע הערליכע שרייבערס דא וואס גיבן אויס זייער הארצווייטאג. ס'איז נישט קיין סתירה מיט קבלות טובות.

דאס איז בקיצור ממש.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
זשאליא אקעוועדא julio-acevedo איז באשילדיגט אין זיין די דרייווער וואס האט געהרג'עט משפחת גלויבער
http://www.ibtimes.com/police-identify- ... by-1110790

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
יוסף זילבערשטיין א ברידער פון רייזל גלויבער רעדט וועגן די שרעקליכע טראגעדיא
בילד

http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1278855

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:16 pm
דורך זר זהב
חלפת אבן באיש! (כ'ווייס ס'נישט דיין שולד)

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:חלפת אבן באיש! (כ'ווייס ס'נישט דיין שולד)

געפיקסט

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:זשאליא אקעוועדא julio-acevedo איז באשילדיגט אין זיין די דרייווער וואס האט געהרג'עט משפחת גלויבער
http://www.ibtimes.com/police-identify- ... by-1110790

אקעוועדא איז שוין געזעצען אין תפיסה פאר פארברעכענס. זיי מאמע זאגט אז זי האט גארנישט מיט אים

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:39 pm
דורך למדן
וואס איז דאס אינשורענס פראוד פאר ערלויבן א צווייטן צו דרייוון?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:41 pm
דורך לעמיל
די דרייווער וואס האט לכאורה געמאכט די עקסידענט

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:47 pm
דורך גאלד
מ'זאגט עס

הוּלִיאָוׁ אַסעֶוועֶידאָוׁ

נייַעס באַריכט

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:50 pm
דורך גינות
קינד וואס איז געבוירן געווארען נאך די שוידערליכע עקסידענט ליידער אוועק ר"ל

www.zingmit.com/baby-born-after-tragic-accident-pronounced-dead-rl/

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 2:53 pm
דורך גאלד
פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,