בלאט 13 פון 13

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 11:29 pm
דורך ערליכער איד
קיינער האט נישט דא קיין פראבלעם מיט הלכה.
עס סתם א מחלוקת שלא לש״ש פון אני ואפסי, קאנטראל, סאטמאר איז בעה״ב אין וויליאמסבורג…

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 12:23 pm
דורך שמן למאור
הרב חיים לייב כ"ץ שליט"א

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 5:22 pm
דורך אבטח ולא אפחד
איז דא א קלארע פסק פון סיי וועלכער רב אדער פוסק אז אפילו מיין רב האלט קלאר אז סאיז מותר עם כל זאת טאר איך נישט טראגן?

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 4:03 pm
דורך Yesh
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:איז דא א קלארע פסק פון סיי וועלכער רב אדער פוסק אז אפילו מיין רב האלט קלאר אז סאיז מותר עם כל זאת טאר איך נישט טראגן?
אפלו די סאטמערע דיינעם האלטען אז ס׳מותר. נאך אלץ ״זאגען״ זיי אז מ׳טאר נישט טראגען.

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 12:33 am
דורך פאלגזאם
שמן למאור האט געשריבן:הרב חיים לייב כ"ץ שליט"א
איך פארשטיי נישט. ער קריגט זיך מיטן גאון הדור רב'צ מ'באבוב?

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:56 am
דורך אבטח ולא אפחד
פאלגזאם האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:הרב חיים לייב כ"ץ שליט"א
איך פארשטיי נישט. ער קריגט זיך מיטן גאון הדור רב'צ מ'באבוב?
דהיינו?

Re: הקדמה צו פארשטיין קבלה

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:16 am
דורך יעקב מעקסוועל
אבטח ולא אפחד האט געשריבן: דהיינו?
שוואנצונעס...

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 9:29 am
דורך די אנדערע זייט
היינט איז די יארצייט פון האי גאון וצדיק ר' פישעלע הערשקאוויטש ז''ל
ס'איז זיכער אז מיט דעם וואס ער האט מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש, און מזכה געווען יהדות וויליאמסבורג מיט א כשר'ע עירוב, ארויסווייזענדיג אז די תורה און אירע דינים גייען אהן אויכעט אין די שטאט, טראץ דעם וואס אפאר יחודים האבן געוואלט אויסשטעלן די תורה לויט זייערע רצונות,
אז די זכות וועט אים ביישטיין,
יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג יוני 13, 2023 11:38 pm
דורך אינטערסאנטער
תפוח האט געשריבן:@אינטערסאנטער קודם כל אלע דריי רבנים המכשירים זענען מצוי און דו קענסט זיי טרעפן צו פרעגן.

ועוד, איך בין כמעט זיכער איך האב געזעהן א געמיינזאמע בריוו פון די דריי רבנים אויפן כשרות העירוב.

אויב דו טראגסט נישט מיטן עירוב און נאכן זעהן א בריוו וועסטו אנהייבן טראגן, וועל איך פרובירן צו שאפן די בריון.
יא אויב איך זע ערנסטע רבנים וואס נעמען אחריות אויף די עירוב וועל איך מיך פארלאזן אויף זיי (נישט בפרהסיא ווייל איך דארף נישט קיין קולות.....)

נשלח: דינסטאג יוני 13, 2023 11:42 pm
דורך הקטן
אינטערסאנטער האט געשריבן:

זענען די דריי רבנים אויסגערעכנט פריער, ערענסטע רבנים?

נשלח: דינסטאג יוני 13, 2023 11:59 pm
דורך קורקלענד

נשלח: דינסטאג יוני 13, 2023 11:59 pm
דורך אלע צוזאמען
אינטערסאנטער האט געשריבן:
תפוח האט געשריבן:@אינטערסאנטער קודם כל אלע דריי רבנים המכשירים זענען מצוי און דו קענסט זיי טרעפן צו פרעגן.

ועוד, איך בין כמעט זיכער איך האב געזעהן א געמיינזאמע בריוו פון די דריי רבנים אויפן כשרות העירוב.

אויב דו טראגסט נישט מיטן עירוב און נאכן זעהן א בריוו וועסטו אנהייבן טראגן, וועל איך פרובירן צו שאפן די בריון.
יא אויב איך זע ערנסטע רבנים וואס נעמען אחריות אויף די עירוב וועל איך מיך פארלאזן אויף זיי (נישט בפרהסיא ווייל איך דארף נישט קיין קולות.....)
מ'שרייט שוין לאנג נישט אין וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
דורך הקטן
קורקלענד האט געשריבן:דא איז א טייל פון די בריוון.
האט ער נישט געזאגט נאר אויב ער זעט ערענסטע רבנים
דו האלסט טאקע דאס רבנים וואס האבן די חוצפה מתיר צי זיין דעם עירב זענען ערענסט?!?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:10 am
דורך צומישט און צוחישט
קורקלענד האט געשריבן:דא איז א טייל פון די בריוון.
די בריוון באציען זיך צום עירוב הכללי בברוקלין,וואס איז די כוונה,איז דא איין עירוב איבער גאנץ ברוקלין?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:25 am
דורך אינטערסאנטער
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דא איז א טייל פון די בריוון.
די בריוון באציען זיך צום עירוב הכללי בברוקלין,וואס איז די כוונה,איז דא איין עירוב איבער גאנץ ברוקלין?
די בריוו פון זיידא איז א שטארקע בריוו, ער שרייבט אז ער איז מפקח אויף דעם וכו', אבער וואס איז פשט אז די בריוו איז בלויז געשריבן געווארן פאריאר תשפ"ב. דעמאלס האט ער אנגעפאנגען קער צו נעמען? און נאך א זאך יעדער פארלאזט זיך בלויז אויף איין דיין הרב זיידא? ווי זענען די אנדערע רבנים (אין די אנדערע בריוו שטייט אז זיי פארלאזן זיך אויף הרב זיידא)

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:29 am

דאס איז אויף א נייער עירוב וואס נעמט ארים כמעט גאנץ ברוקלין נישט נאר ווילי
brooklyn-eruv-announcement/

אינטערסאנטער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:ווער זענען די אנדערע צוויי?
הרב מייעס דומ"ץ בעלזא וומסב"ג, חתן רבי פישעלע
הרב הערשקאוויטש בן רבי פישעלע ודומ"ץ בקלז"ב
ערלעדיגט, אבער איך וויל זעהן א דרשה, בריוו, צעטל וכדומה, אז זיי שרייבן אז זיי נעמען אחריות אויף די עירוב כל כולו
זיי נישט באזארגט ס'איז דא א כתב הכשר, מיט דרשות, פין אלע דריי וואו אלע שרייבן אינטער א יעדעס יאר אזוי א יעדער השגחה

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 12:51 am
דורך צומישט און צוחישט
בעצם איז דא צוויי נקודות, איינס צו דער רב-דיין איז בכלל מתיר א עירוב אין ברוקלין,אבער נאכדעם איז די שאלה ווער טראגט די אחריות אויף א וועכענטליכע פארנעם אז מ'קוקט עס טאקע דורך, און מ'פארעכט פראבלעמען,וכו' אויף דעים בין איך נייגעריג ווער ס'נעמט די אחריות איו ווילי, וויל וויפיל איך ווייס פון איינעם וואס האט געפרעגט הרב זיידא האט ער בכלל נישט מודה געווען אז ער איז אחראי.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:16 am
דורך שמעון וואלף
Yesh האט געשריבן:איך האב געהירט אז סאיז דא א תשובה פין ר׳ יחזקאל ראטה אז די ערוב אין ווילאמסבארג איז
כשר אין ר׳ ישראל חיים מנשה האט עם געבעטן ער זאל עס באהאלטן
איינער ווייסט פין דעם?
אינ אויב יא ווי קען מען עס זעין?
קען זיין ס'דא א תשובה פון ר' יחזקאל וואס ער האט נישט געוואלט מפרסם זיין מחמת איזה סיבה, אבער צו זאגן אז ס'איז ווייל ריח"מ האט אים געבעטן מעיקס נאו סענס.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 1:08 pm
דורך Yesh
שמעון וואלף האט געשריבן:
Yesh האט געשריבן:איך האב געהירט אז סאיז דא א תשובה פין ר׳ יחזקאל ראטה אז די ערוב אין ווילאמסבארג איז
כשר אין ר׳ ישראל חיים מנשה האט עם געבעטן ער זאל עס באהאלטן
איינער ווייסט פין דעם?
אינ אויב יא ווי קען מען עס זעין?
קען זיין ס'דא א תשובה פון ר' יחזקאל וואס ער האט נישט געוואלט מפרסם זיין מחמת איזה סיבה, אבער צו זאגן אז ס'איז ווייל ריח"מ האט אים געבעטן מעיקס נאו סענס.
אזוי האב איך געהערט פין איינער וואס איז געוון גאנץ נאנט מיט רי יחזקאל

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 5:28 pm
דורך תפוח
אינטערסאנטער האט געשריבן:
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דא איז א טייל פון די בריוון.
די בריוון באציען זיך צום עירוב הכללי בברוקלין,וואס איז די כוונה,איז דא איין עירוב איבער גאנץ ברוקלין?
די בריוו פון זיידא איז א שטארקע בריוו, ער שרייבט אז ער איז מפקח אויף דעם וכו', אבער וואס איז פשט אז די בריוו איז בלויז געשריבן געווארן פאריאר תשפ"ב. דעמאלס האט ער אנגעפאנגען קער צו נעמען? און נאך א זאך יעדער פארלאזט זיך בלויז אויף איין דיין הרב זיידא? ווי זענען די אנדערע רבנים (אין די אנדערע בריוו שטייט אז זיי פארלאזן זיך אויף הרב זיידא)
דא האסטו קודם די אריגינעלע בריוו פון רבי פישל ז"ל. איך פרוביר נאך צו טרעפן אנליין מער בריוון.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 9:19 pm
דורך אינטערסאנטער
תפוח האט געשריבן:דא האסטו קודם די אריגינעלע בריוו פון רבי פישל ז"ל. איך פרוביר נאך צו טרעפן אנליין מער בריוון.
טאקע די און אזעלכע סארט בריוון האבן געמאכט אז איך זאל נישט וועלן טראגן אין וויליאמסבורג. ווייל אפילו די רבנים שרייבן אז אן עירוב אין וויליאמסבורג איז כשר, שטייט בכלל נישט אז זיי נעמען די אחריות, עס שטייט אז עס איז דא עפעס א בית דין המיוחד לעניני עירובין, א בן בלי שם, נישט ר' פישעלע און נישט דער אודוואריער רב זכרונם לברכה שרייבן דארט אז די עירוב איז אינטער זייער השגחה תמידית.

עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א הסכמה אויף א געוויסע רב המכשיר, אבער דער רב המכשיר אליינס איז נישט צום האבן.

נאר וואס דען, די בריוו פון הרב יעקב זיידה איז יא עפעס, ווייל ער שרייבט אז "נתמנה מאתנו צוות משגיחים שיפקחו על העירוב" שרייבט ער דאך אז ער שטייט אינטער די השגחה, איז דאס שוין אן אנדערע מעשה.