בלאט 14 פון 16
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 7:29 pm
דורך נהורא נפישא
לויט ווי איך זעה יעצט אין ערוך השולחן איז שוין בימיו אפגעקילט געווארן די מחלוקה עד כדי כך די ערוך השולחן דרוקט זיך אויס אז אלו ואלו דברי אלקים חיים.
פון די תשובה פון הגר"ז זעט מען אז די המצאה איז געווען צו לייזן א הלכהדיגע פראבלעם. די אלטע מעסערס האבן געקענט זיין אדערזייער גלאט אבער נישט אזוי שארף, אדער האט מען עס טאקע געקענט מאכן שארף אבער דעמאלטס האט מען געמוזט מפשר זיין אויף די גלאטקייט נישט אז עס זאל זיין פראבלעמאטיש מדינא דאס הייסט א פגימה האוגרת וואס האנקערט, נאר א פגימה וואס מ'איז מחמיר לכתחלה מכח אין אנו בקיאין. מיט דיי נייע מעסערס האט מען געקענט אהערשטעלן ביידע בתכלית ההידור. די טענות פון די מתנגדים זענען מסתם טאקע געווען מערערע, צי וואס כ'האב אויבן דערמאנט צו אז די חסידים זענען זיך מתחסד און מוציא לעז אויף די פריערדיגע. די בעל התניא שטעלט אבער קלאר אז מדינא זענען די אלטע מעסערס כשר בלי שום פקפוק.
נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 8:58 pm
דורך ארי נוהם
אז דער רמב"ם האלט, אז אוריה החתי איז נישט געווען קיין איד נאר א גר תושב (מעם החתים), און וועגן דעם האט דוד המלך אפילו נישט געזינדיגט מיטן איר הייראטן. זיין חטא איז נאר געווען אז ער האט עס געטון אויף אן אומפאסיגער וועג.
וז"ל רבינו אברהם בן הרמב"ם בתשובותיו סי' כ"ה: "ואבא מארי זצו"ל היה סובר שאוריה החתי גר תושב".
זע אויך דא א לענגערע שיינע אפהאנדלונג איבער די פרשה פון דוד ובת שבע.
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 12:33 am
דורך ארי נוהם
אז די טיפע נושא פון "קוקוריקו" פארנעמט גאנצע צוויי בלעטער פשטים אין פורום אוצר החכמה...
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=12103#p12103
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2017 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
וויכטיגע מעלדונג...
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 6:53 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:וויכטיגע מעלדונג...
פונקט אזוי וויכטיג און ריכטיג ווי מפרסם זיין הכרת הטוב פאר אוצר הספרים פון ר' פישלע אדער א צווייטער קאלעקטאר פון הארד קאפי'ס ס'נאר מענטשליכקייט. אין די סעקולער וועלט איז זייער שטרענג צו סייטען א יעדע סאורס אפי' ביז די לעצטע וועבסייט דיטעיל.
נאר די צווייטע פערעגרעף, ואיני
רוצה לפרטם כי רבים הם, מעיקס נאו סענס... פארוואס זאל ער נישט וועלען, ואינו יכול כצ"ל, וכן הוא נוסח המליצה. חוץ אז ער באהאלט עפעס ובאמת "אינו רוצה".
שוין. גענוג פילאפאסירט פאר איין טאג.
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
הכרת הטוב איז א זייער א שיינע זאך, ס'האט מיר נאר געברענגט א שמייכל דער נוסח דערפון דורך לאזן מעלדן עומק כוונתו אין דעם ווארט "מצאתי", עפעס אזא סארט "שמעתי ממורי" געדאנק.
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 11:18 pm
דורך וואלווי
אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 11:32 pm
דורך איסר האטלקי
וואלווי האט געשריבן:אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...
יאסל קרויזער דערציילט אז ווען רבי עובדיה יוסף איז אוועק, האט אים איינער נאכגעזאגט בשם המגיד רבי אשר ווייס, אז זינט דער רמב"ם איז נאכנישט געווען אזא גדול בתורה ווי רבי עובדיה.
ווען דער תולדות אברהם יצחק רבי האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען: "וואס הייסט? ער ווייסט נישט אז עס איז געווען אן אמרי חיים?..."
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 9:34 pm
דורך טרויבן88
IMG_20171014_213201.jpg
פאראינטערעסירטע ביטע רופט
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:03 pm
דורך וואלווי
אויב איינער האט גאטס זיך צו אמפערען מיט א דזשאיש מאדער אין לאו קוואליפייד ער אלס א דזשו מיט גאטס?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פונקט געזען היינט נאכגעברענגט אין א ספר בשם דער מהרי"ץ חיות אין יבמות, און איך האב עס נאכגעקוקט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:14 pm
דורך מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:32 pm
דורך וואלווי
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:34 pm
דורך וואלווי
האסט מקיים געווען דעם ראוי לפרסמו עיי"ש. אז וועסטעס טון פערציג טעג קענסטו געהאלפן ווערן אויך...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 8:36 am
דורך געוואלדיג
און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 10:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געוואלדיג האט געשריבן:און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.....
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 11:32 am
דורך געוואלדיג
לאו דווקא, מפוזרי רעדט אין הלכות יבום וחליצה אין איך רעד אין הלכות חסידות והמסתעף...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 11:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 7:14 pm
דורך וואלווי
וואלווי האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד
לכאורה יא אן עמקות...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 9:22 pm
דורך מפוזרי
מפוזרי האט געשריבן: געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 9:49 pm
דורך שמעון וואלף
די אבן עזרא ברענגט אז ס'זענען דא וואס זאגן אז "גיד הנשה" איז גאר די אבר תשמיש
בגיד הנשה - ידוע כאשר העתיקו קדמונינו ז"ל ואין בו ספק כי אם לחסרי הדעת ותולדות שמפרשים שהוא האבר ויפרשו הנשה, מגזרת נשים. לדעת זה המלאך שנראה ליעקב שהוא גוף יתבאר לך אם השם יפקח את לבבך בפרשת כי שמי בקרבו:
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 5:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, חסרי הדעת רעדען אזוי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט אויסגעהערט דער וואודרידזשער רב שליט"א חומש מיט רמב"ן אויף פרשת וישלח, ווי ער דערמאנט א מעשה השם פון הרב אלעזר אשכנזי, אין פרק ל"ג וואס זאגט
ולהיות שנמשך נזק ליעקב בנגיעת כף הירך שלא הוליד עוד, לזכר זה נצטוה ישראל לבלתי אכול גיד הנשה
האט דאס א שייכות מיט די ווערטער פון די אבן עזרא?