בלאט 14 פון 15
נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 11:41 am
דורך כוכב
איינער האט שמואל ארי עקשטיינס נומער, כמוטשע מיך מיט אן עין הרע, מענטשן פארגעניגן מיר נישט, מדארף גיסן בליי.
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מזל טוב פאר מיין 500 תגובה,
מיט דער תגובה ענדיגט זיך מיין שרייבען אויף ק''ש
ליידער איז דאס ''לכאורה'' מיין לעצטע תגובה,
כ'האף זאכן וועלן זיך טוישן,
איי לאוו יו אלל לייק בראדערס, וויל מיסס יו טאנס, הצלחה רבה
Wow, end of a era
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:04 am
דורך רויטע וואנצעס
עלטערן נעמסט א לעקציע פון דעם, ווי שטארק די נאמען פון א קינד, האט א השפעה אויף אים פאר זיין גאנץ לעבן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:53 am
דורך שמעקעדיג
וועלכע זאכן האפסטו עס וועט זיך טוישן?
איך קען נישט וואונטשן מזל טוב פאר א לעצטע תגובה... די שטיבל וועט נישט זיין די זעלבע אן אזא שטילער ווי דו..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:57 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג מ'טאר נישט פרעגן, מ'איז א דורש אל המתים...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:57 am
דורך BAL TSHIVA
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:מזל טוב פאר מיין 500 תגובה,
מיט דער תגובה ענדיגט זיך מיין שרייבען אויף ק''ש
ליידער איז דאס ''לכאורה'' מיין לעצטע תגובה,
כ'האף זאכן וועלן זיך טוישן,
איי לאוו יו אלל לייק בראדערס, וויל מיסס יו טאנס, הצלחה רבה
Wow, end of a era
Is all OK? Any help needed?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:09 am
דורך יין שרף
בשום אין אופן לא נשכח ולא נסלח!
שטילע קום צוריק, גארנישט מאכט אזוי פיל נאוז ווי דיין שטילקייט...
אונז גיימיר אלע טוישן "די זאכן" נאר די קום צוריק!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:10 am
דורך יין שרף
איך מיין גאר מ'גייט אים ארויסנעמען די סטיטשעס...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:04 pm
דורך בשבילי!
וויאזוי גייט דאס אדורך אזוי אומבארקטערהייט קיינער זעט נישט?
רבותי!! שמעקעדיג האט דערגרייכט 10,000 תגובות!!!!!
[center]מזל טוב שמעקעדיג!![/center]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:43 pm
דורך שטילע אינגערמאן
בשבילי, ביסט נישט געווען אין די ארמארי פייערן די מזל טוב?
ווען דען איז יענער הויכע געפיצטע אינגערמאן מיטן באקל שיךאין אויסגעפליקטע בארד?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:26 pm
דורך דולה ומשקה
[center]צו מיין 2000'סטע תגובה הבא עלינו לטובה!!!![/center]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:26 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך נישטא קיין מזל טוב פאר געפילטע פאר די 6,000 תגובות? וואס איז דאס מיט אונז??????
[center]מזל טוב געפילטע פיש!!!!!!!!
לרגל ששת אלפים תגובות מלא חן וחסד!!![/center]כוכב האט געשריבן:
[center]# קיפ איט קאמין בעיבי[/center]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שוין באלד מער סלייסעס [tag]געפילטע פיש[/tag] ווי אין די ארמארי כ"א כסלו!!!
טעפל האט געשריבן:מזל טוב געפילטע זעקס טויזענט זאפטיגע אנ"געפילטע" תגובות מיט (פיש) זאפט!
גייז! איר האט אמאל געהערט פונעם @טעג סיסטעם? איר ווייס וויפיל שעות טעראפי איר וואלט מיר געקענט פארמיידן ווען איך זע דאס מיט אפאר מאנאט צוריק?
ברוכים תהיו, ברוכים תהיו, א הארציגע דאנק פאר די קאמפלימענטן און וואונטשערייען, מ'מוז זיך טאקע אנגארטלען און שרייבן עפטער, אפשר דארף מען טרעפן א נייע דזשאב, אפשר דעמאלס וועל איך האבן מער צייט...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:06 pm
דורך גימפל
בין איך דער איינציגסטער וואס האט באמערקט אז @מאטי האלט שוין ביי 2,002 תגובות, און ס'איז שא שטיל?? (אפשר זייט @שמעקעדיג איז אריבער 10,000 תגובות איז 2,000 שוין נישט קיין גרויסע עסק.)
מזל טוב מאטי!!!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:35 pm
דורך שמעקעדיג
שמחתי באומרים לי כו'
מזל טוב מאטי!!!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:35 pm
דורך berlbalaguleh
רבותי: טייערע חברי הקאווע שטיבל שיחיו: איך געב מיר אליינס אפ א הארציגן מזל טוב. דער אייבישטער זאלל העלפן אז איך זאלל קענען טיילן לייקס און הונדערטערס פאר כלל ישראל עמו"ש.
כ'האב געזעהן אז דער קאונטער גייט קלאפן דעם שיינעם, גרויסן און חשוב'ן מספר 5,000. און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג. האביך מיך אליינס מכבד געוועין מיט א ווארעמען מזל טוב ווינטש. אכיה"ר...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:05 pm
דורך דריידל
א דאפעלטער מזל טוב פאר אונזער לאנגיעריגער בעל עגלה פאר סורפעסן 5,000 תגובות און 5,000 לייקס געטיילט.
בערל דיינע זיסע תגובות און לייקס (אויך סמייליס ע"ה) וואס די טיילסט ביד רחבה ברענגט ארויס דיין גוטהארציגקייט און גאלדענע מידות. די ברענגסט כבוד און עהרע פאר אונזער שטיבל!
שרייטס אלע: מזל טוב!, מזל טוב!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב בערל.... דו לאזט זיך אראפ מן ההר אל העם צו די קליינע קינדערלעך מיט דיינע קיוט ערציילונגען פונעם אמאליגע לעבן, מיט אזא פשטות אז כ'ערלויב זיך דיר צו רופן בערל אן א ר'.
א ריזיגע דאנק פאר דיינע באשטייערונגען פון וועלכע מיר אלע זענען נהנה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 5:31 pm
דורך לית דין בר נש
רבותי אונז גיימיר לכאורה נאך דער וואך זוכה זיין אז אונזער שטיבל זאל היטן א פערטל מיליאן תגובות
עס איז דא ווייניגער ווי 500 צו גיין
איך וואלט געוואלט בעטן אונזער חשובע ניק [tag]כוכב[/tag] זאל מחי' מתים זיין איינער פון די אמאליגער וועטעראנען א דוגמא ווי [tag]קופערניקוס[/tag] אפצושרייבן א מעכטיגע ארטיקל לכבוד דער מיילסטאו"ן
איי וואס בעטסטו כוכב? ווייל איך האב גיזעהן ביי די שושנים זאוועראכע אז ער האט העכערע כוחות אין צוריק ברענגען אלטע נשמות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:48 pm
דורך דולה ומשקה
א דאנק פאר ארויף ברענגען דעם אשכול, איך האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען דער ערשטע בלאט פון דעם אשכול און דער דאטום ווען זיי זענען געשריבען געווארען. 400 תגובות בימים ההם איז געוועהן א דערגרייכונג, או מי יתנו לי אבר...
וכעת עתה קומט [tag]לית דין בר נש[/tag] און מאכט אונז אויפמערקזאם אז קאווע שטיבל האלט ווייניגער ווי 500 תגובות צו א פערטל מיליון תגובות. וואלטן אונז בכלל דאס געקענט זעהן דעמאלס אין יענע ערשטע און גוטע צייטן? אוי מי יתן לי אבר...
אוי וואס איז געווארען מיט דולה ומשקה פון יענע לעכטיגע צייטען, פון קלענער דער עולם גרעסער דער שמחה. אוי מי יתן לי אבר...
אבער שטייענדיק דאן לאנג צוריק ווען מ'האט געלעכצט פאר א פרישע תגובה, פון סיי וועלעכע ניק, האט מען געהאפט אז מ'זאל שוין אנקומען צו ווי אונז האלטן היינטן. דעמאלטץ האט מען אויך געהערט ברומען - אוי מי יתן לי אבר...
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 12:08 am
דורך קאווע טרינקער
יעצט כאפ איך זיך וויאזוי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט עס געמאכט צו 10,000 תגובות. א וואונדער? שוין אפאר יאר וואס ער
ציילט ספירה דא אין קאווע שטיבל יעדע נאכט!
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 12:59 am
דורך שמעקעדיג
ספירת העומר אוכל פירותיהם בעולם הזה...
אבער דאס איז באמת א שוואכער אויסרייד, עס איז שוין לאנג אריבער 11,000, טא נישט דאס איז דער תירוץ...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
[center]מזל טוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag][/center][center]לרגל דיין 4,000'טע תגובה.[/center]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
[center]
ראש המדברים בכל מקום, אוי ווי גוט און פאסיגוואס ער שרייבט איז אזוי בא'טעמ'ט און שמייסיגיעדער באלעקט זיך מיט זיינע תגובות, עפ"ר היבש שפאסיגטיכטיגע גראמער, צימבלט מענטשהייט, ארבעט פלייסיגער איז אן אלטער העלד, א ג'ינג'י וואס רעדט בייסיג.וואונדערט איר זיך שוין, און איר זענט אים נישט משיגווילט איר וויסן ווער איז דער יונגערמאן א יאר דרייסיגאבער ס'איז אים שוין ארויסגעפאלן די בארד, ווי כעס'יג!נאר אפאר וואנצעס-הארעלעך געבליבן העכערן 'באקל' פאסיקצויבערנדיג זיינע ארומיגע מיט געדאנקען שפיזיג אייזיגעפעס א ראמאנטישע בריה, לא יוגדר בשום שיח ושיגס'איז פון אנאנדער וועלט, פון וואס יעדער קוועלט: הי איז ביג!!!ה"ה מורה מורינו הגאון הגדול [tag]רויטע וואנצעס[/tag] שליט"א,
מגדולי משפיעי עירנו קאווע שטיבל והגלילות יצ"ו.מז"ט לרגל הגיעך למספר ד' אלפים פעמים הטובות ניסים ונפלאות שעשית עם קדמונינו ועמנו, ע"י כתיבת דבריך הנפלאים המלהיבים את הדעת ואת הרעיון, להנאת הכלל [והפרט...]. ישלם לך ה' פעלך הטוב וישמחך כשמחך בגן עדן מקדם, אמן![/center]
נ.ב. נעקסטיים פליז פיק דיך א קלענערע נאמען. ס'איז נישט פעיר כ'זאל מיך דארפן מוטשענען אזוי לאנג צו מאכן א גראם פאר אזא לאנגע נאמען ווי ר-ו-י-ט-ע-ו-ו-א-נ-צ-ע-ס... נאכדערצו ווען אלע שורות ענדיגן זיך מיטן זעלבן גראם...