בלאט 14 פון 21

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:16 pm
דורך chosen people
אויף דיין ערשטע שאלה, ביי מיר ווען איך גיי אריין אין עני קאנטעקט, נישט ביי די דייל עפפ נאר ביי קאנטעקט עפפ, איז דא א אפשען וואס הייסט רינגטאון, און דארט קענסטו טוישן יענעמס רינגטאון.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:46 pm
דורך נולד מאוחר
ביי מיר אויך. קען זיין ער וויל קענען מאכן ס'זאל זינגן נפשי חולת ווען זיין פרוי רופט עם. פאר דעם דארף ער שוין יא אן עפפ, ניין?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
נולד..........!!!!!!!!!!

קיבארד

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:58 am
דורך petergrifin
א נײע קיבארד פון גוגל יעצט ארויס געקומען קוים פרובירט איך מײן אז סאיז גאנץ גיט כ׳װעל לאזן שמעקידיג מחליט זײן ;)

https://play.google.com/store/apps/deta ... thod.latin

דא גוגלס מודעה
https://plus.google.com/+android/posts/caeWaRkUyrE

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:39 am
דורך נייגעריגער
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס די גיהנם ווען איך גיי אדורך מיין ליסטע פון רינגערס זענען אריינגעמישט מיינע 500 MP3 ניגונים? אזויפיל שכל האט נישט דער ענדרויד להפסיק מזה לזה?

קוקט אויס אז עס ווענדט זיך ווי קלוג דער באלעבאס איז! ווייל מיין ענדרויד ברענגט נישט ארויף די מוזיק פיילס אלץ רינגטאונס, נאר אויב איך לייג צו דעם ניגון צו רינגטאונס דורך אן אפציע אינעם מוזיק פלעיער!

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:36 pm
דורך שמעקעדיג
chosen people האט געשריבן:אויף דיין ערשטע שאלה, ביי מיר ווען איך גיי אריין אין עני קאנטעקט, נישט ביי די דייל עפפ נאר ביי קאנטעקט עפפ, איז דא א אפשען וואס הייסט רינגטאון, און דארט קענסטו טוישן יענעמס רינגטאון.

אדרבה, אפשר קענסטו מיר אנצייגן וואו איך קען אנשטעלן א אנדערע רינגטאון פאר "קול מבשר".

Nowhere_Ringtone_Setting.jpg
Nowhere_Ringtone_Setting.jpg (22.01 KiB) געזען געווארן 2148 מאל


נייגעריגער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס די גיהנם ווען איך גיי אדורך מיין ליסטע פון רינגערס זענען אריינגעמישט מיינע 500 MP3 ניגונים? אזויפיל שכל האט נישט דער ענדרויד להפסיק מזה לזה?

קוקט אויס אז עס ווענדט זיך ווי קלוג דער באלעבאס איז! ווייל מיין ענדרויד ברענגט נישט ארויף די מוזיק פיילס אלץ רינגטאונס, נאר אויב איך לייג צו דעם ניגון צו רינגטאונס דורך אן אפציע אינעם מוזיק פלעיער!


אהא, שקויעך פאר די קאמפלימענט, און אפשר ביסטו אזוי קלוג און גוט און זאגסט מיר ווי איך קען מאכן א הפסק טהרה צווישן די רינגטאונס און MP שלש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:15 pm
דורך נולד מאוחר
בילד
ווען די האסט אפן די קאנטעקט דריק די מעניוא קנעפל.

נשלח: מוצ"ש יוני 08, 2013 10:41 pm
דורך chosen people
איך האב אים געלעקסי.

נשלח: מוצ"ש יוני 08, 2013 10:45 pm
דורך chosen people
און ביי מיר איז די רינגטואנס אויכעט אפגעטיילט פון די אנדערע מוזיק.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:28 pm
דורך חד גדיא
א נייע פראבלעם מיט מיין פאון. פון ווען איך דרוק די ON קנעפל, נעמט בערך דריי סעקונדעס ביז עס צינדט זיך אן. נארמאל דארף זיך עס אנצינדן אין א האלבע רגע אדער ווייניגער.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
ליידיג אויס אלע אלטע CACHE פון אלע פראגראמען (מ'האט שוין אויבן צוגעברענגט כמה גוטע עפפס דערויף) און ריסטארט דיין פאון. דאס מאכט עס געווענליך צוריק שנעל.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:45 pm
דורך ונבנתה העיר
זה היום עשה ה', ענדליך בין איך דערגאנגען ווי אזוי מען קען זעהן היברו באוקס אויף ענדרויד.

מען דאונלאוד פייערפאקס, פון מעניו-טאלס-עד אנס אינסטאלט מען פי די עף וויוער, והנה עס ארבעט לשמחת כל המתאבלים עלי' שוין יאהרן לאנג.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
אסאך מאל ווערט מיר קשה פשוט'ע פונקציעס, כאילו זיי עקזיסטירן נישט, כ'ווייס נישט פארוואס :(
וואו קען איך אנשטעלן וועלכע SOUND מיין פאון זאל מאכן ווען איך באקום א טעקסט מעסעדש, א וואויס מעיל, וכדומה?

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 8:04 pm
דורך דעת תורה
[tag]ונבנתה העיר[/tag], שוין דערגאנגען דעם סוד בעפאר, אבער עס איז ווייט נישט קיין מוציא מיט האניג, עס קריכט און שלעפט, שוין גרינגער צו דאונלאודן.

בעצם איז עס א חרפה און א בושה אז ענדרויד זאל נישט קענען צושטעלן אביסל ספרים. וואס דען איז דער אינטערנעט געמאכט געווארן אז נישט פאר היברו בוקס? אויפן אייפאון דאגעגן איז א מחי' סאפארי שטעלט אהער געהעריג דעם היברו בוקס.

און פארוואס טאקע האט נאכנישט היברו בוקס קיין עפפ?

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 8:51 pm
דורך ונבנתה העיר
עס נעמט טאקע עטליכע סעקונדן, אבער ווייט פון א דאונלאוד מיטמאכעניש, לכאורה ווענד זיך עס אין דיין הארדווער.

פאר עפל האבן זיי גראדע יא אן עפפ, גיי פארשטיי.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:31 pm
דורך דעת תורה
פאר עפל האבן זיי געהאט א עפפ. שוין מער נישט בנמצא. אז איינער האט נאך דעם פייל - אויב קען מען עס אינסטאלירן אויפן אייפאון 5 - זאל מיר ביטע מזכה זיין דערמיט, ושכמ"ה (= ושכרו כפול מן השמים).

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:57 pm
דורך דעת תורה
נאך א זאך וואס איך מוטשע זיך מיט ענדרויד, איז די מעגליכקייט צו וואטשן פילם'ס (כשר'ע פארשטייט זיך) "בצפייה ישירה" ווי ס'הייסט. איז דאס א פראבלעם מיט פלעש? ווען כ'האב פרובירט צו אינסטאלירן די פלעש אפק. פייל וואס [tag]געפילטע פיש[/tag] האט דא צוגעצייכנט, האב איך באקומען א מעסעזש אז פלעש איז שוין אינסטאלד. זאל איך דאך אינסטאלירן דוקא די פייל (אפילו עס וועט אויסמעקן די אינסטאלירטע ווערסיע)?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:04 am
דורך געפילטע פיש
געב מיר א דוגמא (לינק) פון א פילם, וועל איך זען וואס מ'ברויך האבן פאר דעם.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:02 am
דורך ונבנתה העיר
און דו ניצט די סטאק-בראוזער, יא?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:10 am
דורך דעת תורה
קראום

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:19 am
דורך ונבנתה העיר
נע, כ'מיין אז פלעש ארבעט נאר אינעם סטאק-בראוזער.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:29 am
דורך דעת תורה
יישר כח! ס'ארבעט טאקע.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 8:25 pm
דורך chosen people