בלאט 14 פון 29

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:02 pm
דורך ירח בן יומו
וויזניצער רבי איז מחזיר עטרה ליושנה, אויף די ברייטע וועלט ווען מ'וויל זיך אידענעטפירן מיט יודישע ניגונים איז הבה נגילה "די" יודישע ניגון. (איך געדענק אמאל איין די טיימס איז עס געווען באשריבן), ביי אונז ווייסט אפילו נישט די עולם פון אזא ניגון,

זאגט די וויזניצער רבי אז די ניגון שטאמט פון חסידים און מ'דארף צוריק כאפן די ניגון צו די קדושה און ער האט זיך ארויסגעלאזט און א פלאם פייערדיגע געזאנג פון הבה נגילה,

יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז איבער'ס יאר וועט מען עס שוין זינגן ביי די זעקסטע הקפה.
https://www.youtube.com/watch?t=16&v=I11GnSwLQ7A

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:10 pm
דורך HotCoffee
אין בעלזא פלעגט מען זינגען די ניגון, איך בין נישט זיכער אויב ביי די זעקסטע אדער זיבעטע הקפה, מען האט אויפגעהערט ווען די 'ציונים' האבן גענומען דעם ניגון פאר זייער הבה נגילה געזאנג.

צווי יאר צוריק האט מען דארט צוריק אנגעהויבן זינגען די ניגון, לאו דווקא ביי די הקפות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:11 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 6:02 pm
דורך גדעון
חזרתי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 7:19 pm
דורך געוואלדיג
שלום עליכם, וועלקאם בעק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:04 pm
דורך צלפחד
I am sure this has been mentioned here somewhere, but just in case..
Bas Kol
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bUvu3VZHBAY[/youtube]
vs.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YBHQbu5rbdQ[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 5:32 pm
דורך ודי למבין
פון מייעס קען מען מאכן א גאנצע אשכול פון זיינע געגנבטע ניגונים. אנגעהויבן פון מייקל דזשעקסאן ביז פיפט הארמאני...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:59 pm
דורך י.ל.פרץ
[youtube]http://youtu.be/yopNkcDzQQw/]
אינטראו צו יואלי גרינפעלד׳ס ״ביעטס״

לאמיר טרינקן א לחיים

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:52 am
דורך יואליש
די ניגון איז מיר באקאנט פון די ישיבה יארן ווי בדחנים פלעגן בדחן'ען דערויף. ס'שיינט צו זיין א פאפולערע אידישע קאמוניסטישע ניגון פון די 1930ס. אויף גוגעל האב איך געזעהן אז ס'איז געווען פאפולער צו זינגן ביי די ענדע פון פארברענגן, צו אלס סאלידאריטעט צו קאמוניזים אדער גאר אלס - אידישע - פעראדיע דערפון.

...אונזער ליבער חבר סטאלין איי איי איי איי...

...פאר אקטאבאר'ס רעוועלוציע איי איי איי איי, פארן סטאלין'ס קאנסטיטוציע איי איי איי איי....

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u4agvq9eHQM[/youtube]

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 10:23 am
דורך שמערל
אין ישראל איז דער ניגון פיל מער פאפולאר, אמנון יצחק מאכט דאך מיט דעם ניגון בעלי תשובה, זעהט אויס עס האט א העכערע כח...

אבער פארוואס אננעמען אז דער ניגון איז מער קאמוניסטיש ווי אידיש? יעדער שמויגער וואס האט געוואלט גרעפסן אפאר גראמען האט גענוצט דעם דעמאלטס'דיגער פאפולארער פאלקס ניגון, בונדיסטן אוו ציוניסטן צוגלייך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 10:47 am
דורך יואליש
אמת. די ליריקס אונטער וועלכע זי איז באקאנט פון יענע יארן איז קאמוניסטיש. כ'בין זיכער מ'קען טרעפן אנדערע אויך.

די ספרדישע ווערסיע, אדער ישראלישע ווערסיע, האט א קנייטש אנדערש פאר איר אנהייב. נישט זיכער וויאזוי כ'קען עס נאטירן. אנשטאט איי די די דיי דיי, הייבט זיך עס אן הו הא הו הא. די ישראל'ישע תנועה איז מער קלאב טאנץ ווי פאלקסיש.

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 2:44 am
דורך ishchusid
יואליש האט געשריבן:די ניגון איז מיר באקאנט פון די ישיבה יארן ווי בדחנים פלעגן בדחן'ען דערויף. ס'שיינט צו זיין א פאפולערע אידישע קאמוניסטישע ניגון פון די 1930ס. אויף גוגעל האב איך געזעהן אז ס'איז געווען פאפולער צו זינגן ביי די ענדע פון פארברענגן, צו אלס סאלידאריטעט צו קאמוניזים אדער גאר אלס - אידישע - פעראדיע דערפון.

...אונזער ליבער חבר סטאלין איי איי איי איי...

...פאר אקטאבאר'ס רעוועלוציע איי איי איי איי, פארן סטאלין'ס קאנסטיטוציע איי איי איי איי....

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=u4agvq9eHQM[/youtube]

מיר ליגט אין קאפ פון אלס קינד ליריקס אויף דעם ניגון, די גאנצע סאטמארע אידילאגע (שיטה בלע"ז) אין פיר שורות

די רבי איז געפארן קיין בעל הארבער איי איי איי איי
מען טאר נישט קוקן אויף קיין ווייבער איי איי איי איי
ציונים שלאגן זיך מיט די אראבער איי איי איי איי
איך האב א כאווער, ליפא בראווער איי איי איי איי

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:42 am
דורך מענטשאלע

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 10:56 am
דורך מענטשאלע

נשלח: דינסטאג פעברואר 09, 2016 7:27 pm
דורך יהושע חיים
מענטשאלע האט געשריבן:נאך א היימיש ניגון
https://www.facebook.com/vioLinz/videos ... 796458968/


אביסל היסטאריע אויף דעם זמר
https://en.wikipedia.org/wiki/Misirlou

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:22 am
דורך מענטשאלע
שוין נאך חודש אדר, אבער ס'איז כדאי צו ווייסן דעם מקור.
https://www.youtube.com/watch?v=3iGJq0O ... ata_player

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:33 pm
דורך יאסל ראקאווער
צלפחד האט געשריבן:דאס בלעטעלע - יו"ט עהרליך

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=88gLWwq5G5M[/youtube]



די ניגון איז די Volga boatman און איז א טראדצניאלע רוסישע פאלקס ניגון וואס שטאמט פון רוסישע שיף מאטראזען (וויקיפידיא).
הגם ס'קלאפט נישט מיט די בלעטעלע מיין איך אז די יום טוב ערליך ניגון פון די בעל שם איז ממש דאס.

https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA

[youtube]https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 1:54 pm
דורך יואליש
יאסל ראקאווער האט געשריבן:
צלפחד האט געשריבן:דאס בלעטעלע - יו"ט עהרליך

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=88gLWwq5G5M[/youtube]



די ניגון איז די Volga boatman און איז א טראדצניאלע רוסישע פאלקס ניגון וואס שטאמט פון רוסישע שיף מאטראזען (וויקיפידיא).
הגם ס'קלאפט נישט מיט די בלעטעלע מיין איך אז די יום טוב ערליך ניגון פון די בעל שם איז ממש דאס.

https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA

[youtube]https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA[/youtube]


כ'מיין ס'איז זייער רחוק.

אינטערעסאנט כ'האב די רוסישע ניגון געהערט צענדליגע מאל די לעצטע וואך און כ'האב נישט געמאכט די בלעטעלע צושטעל. אז מ'ווערט צוגעוואוינט צו די רוסישע ניגון הערט מען שוין נישט קיין ענליכקייטן. מיר האט זיך געדאכט אז כ'געדענק א לובאוויטשע תנועה וואס ענדעלט שטארק.

דרך אגב, כ'האב נעכטן געטראפן נאך א יו"ט עהרליך ניגון אין א רוסישע פאלק ניגון. כ'האף עס אריופצולייגן דא נאך שבת.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:56 am
דורך ודי למבין
יואליש האט געשריבן:
דרך אגב, כ'האב נעכטן געטראפן נאך א יו"ט עהרליך ניגון אין א רוסישע פאלק ניגון. כ'האף עס אריופצולייגן דא נאך שבת.


בין איך דער איינציגסטער וואס ווארט דערויף?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:04 am
דורך [NAMELESS]
.

ברוך השם - יו"ט עהרליך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 2:09 pm
דורך יואליש
אקיי אקיי @ודי למבין און @בן אדם, געוואלט האב איך שרייבן מער, אבער כ'האב נישט די צייט און דער עולם איז אומגעדולדיג. ;)

אלזא, יו"ט עהרליך'ס "ברוך השם" ניגון (א ראד מיט א רינדל, די גאנצע געזינדל, אלע קינדער טאנצן מיטן גוף דעם גאנצן.. יא טיי טיי, יא טיי טיי ברוך השם) איז רעקארדירט אויף זיין ערשטע אלבום: אידיש נחת. אין מיין מיינונג איז עס די דאזיגע רוסישע פאלקס טאנץ (אנדערע באצייכן עס אלס אן "אוקריינישע" פאלקס ליד).


https://youtu.be/9a2hwgOttvM

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:23 pm
דורך ודי למבין
אמ"ג! גין גאלד! די הייליגע ניגונים וואס מ'האט אונז געפיטערט יעדע צופרי איז גאר הורתו ולידתו ב...

גוד דזשאב, יואל, קיעפ איט אפ...

Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:30 pm
דורך שמערל
געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...

איז ער געווען אזא היפאקריט?