בלאט 14 פון 17

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 3:45 pm
דורך קומזיץ
יעקב מענטש האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:אז די פארשטייסט נישט פונטקליך ווי אזוי עס ארבעט מיינט נישט אז עס איז א סקעם ,
ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט על רגל אחת אבער איך ווייס פון מענטשען וואס טוען אין פראגראמינג וואס האבן פארשטאנען ווי אזוי עס ארבעט,
אויך רעדט מען נישט דא פון עפעס א געהיימע פארשוין וואס זיצט אין אינדיע אדער פאקיסטאן און סקעמ'ט מענטשען , ס'איז דא אסאך באקאנטע פראמאנירטע מענטשען וואס זענען ארויסגעקומען מיט נייע coins ווייל זיי האלטן אז ס'איז דא א עתיד און דעם,
אסאך פון דעיע איז גרינג צו פארשטיין ווי אזוי מען קען מאכן געלט פון דעם, זיי זאגן אז עס קען נעמען צייט ביז האנדלען דורכ'ן blockchain וועט ווערן עובר לסוחר.

סקעם איז מעגליך אומריכטיג (ווענגלייך ס'איז זיכער די מערסטע באנוצטע קארענסי ביי שווינדלער...)

אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט אין דעם די יסודות אויף וואס א קארענסי איז געבויעט, קיינער מאכט נישט אוועק די געלונגענע טעכנאלאגיע, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט ארויפלייגן דעם דאלער אויף א בלאקטשעין סיסטעם וואלט עס זיכער פאראויסגערוקט די וועלט, אבער א ביטקוין אן קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל ווערט זיין איז טאקע נאר ווערט ווילאנג ס'איז אין די נייעס.


די סיבה איז ווייל אסאך מענטשען גלייבן אין אזא קארענסי וואס איז נישט מוניפולירט ביי רעגירונג וכד' און ס'איז דא א מקסימום פון ביטקוין'ס וואס קענען ווערן פאבריצירט ,
די אלע אנדערע גרויסע coins האבן אויך יעדער זיין איינפאל און אייגענארטיקייט פארוואס עס זאל ווערן א עובר לסוחר און בדרך כלל די וואס שטייען אין שפוץ פון דעם זענען באקאנטע מענטשען וואס מענטשען שפירען אז מען קען זיך פארלאזן אויף זיי

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2019 5:48 pm
דורך יעקב מענטש
דאס אז ס'איז דא א מאקסימום מאכט עס נאכנישט ווערד (און בכלל דאס אז קיינער איז נישט קאנטראל מאכט דאס נאך מער אומזיכער, קען אמאל זיין א העקער וואס וועט אויסטרעפן וויאזוי צו פראדוצירן מאסן ביטקוינס, און ס'איז נישטא קיינער וואס זאל נעמען אחריות)

די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן דעם אמעריקאנעם דאלער צו דעם בריטישן פונט איז פאר די איינציגע סיבה ווייל ס'איז דא איינער אין קאנטראל וואס פארזיכערט איר ווערד, ער וועט איינציען סופליי אויב ס'טראסקעט און וועט מאכן לויזערע פאליסיס אויב ס'גייט צו שנעל ארויף.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2019 10:15 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ברעקינג: יעצט אין די נייעס, די אמעריקאנער קאפירייט אפיס קאנפאמירט ווער דער סעטאשי נאקאמאטא איז, און ס'נישט קיין אנדערער ווי קרעיג רייט, וואס האט א גאנצע צייט געטענה'ט אז ער איז דער וואס האט אויסגעטראפן ביטקוין און געשריבן דעם ווייסן פאפיר, און קאוד.
U.S. Copyright Office: Craig Wright Authored Bitcoin White Paper And Is Satoshi Nakamoto

https://coingeek.com/bitcoin-creator-cr ... -and-code/

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 5:23 pm
דורך קורקלענד
יעקב מענטש האט געשריבן:דאס אז ס'איז דא א מאקסימום מאכט עס נאכנישט ווערד (און בכלל דאס אז קיינער איז נישט קאנטראל מאכט דאס נאך מער אומזיכער, קען אמאל זיין א העקער וואס וועט אויסטרעפן וויאזוי צו פראדוצירן מאסן ביטקוינס, און ס'איז נישטא קיינער וואס זאל נעמען אחריות)

די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן דעם אמעריקאנעם דאלער צו דעם בריטישן פונט איז פאר די איינציגע סיבה ווייל ס'איז דא איינער אין קאנטראל וואס פארזיכערט איר ווערד, ער וועט איינציען סופליי אויב ס'טראסקעט און וועט מאכן לויזערע פאליסיס אויב ס'גייט צו שנעל ארויף.

טעארעטיש האט די קאנצעפט פון א פיינייט באגרעניצטע צאל געדארפט ביישטייערן צום ווערד. למעשה איז עס נישט אזוי באגרעניצט וויבאלד ס'זענען דא זייער אסאך אָלט קאונס וואס זענען אויך אנגענומען פאר גוט ווערד. און אז די פובליק שעצט די אָלט קוינס אויך ווייזט דאס אז ס'נישט באגרעניצט.

מענטשן זענען באזארגט אויף די רעגירונג'ס קאנטראל אויף וואלוטע, זיי האלטן אז ס'וואלט אסאך בעסער געווען ווען די רעגירונג וואלט נישט אינטערווענירט בכלל. דאס אז זיי קאנטראלירן עס ברענגט אראפ די ווערד פונעם וואלוטע מיט די צייט. און טאקע דאס איז די שטארקייט פון ביטקוין אז מ'קען עס נישט קאנטראלירן.

אייערע חששות אויף א העקער איז האלב פאלש און האלב ווייט שטרעקיג. אזויפיל יא, די אמעריקאנער דאלער זענען שוין אסאך געוואויר געווארן וויאזוי עס צו פראדוצירן.... און די וועלט פארט ווייטער...

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 9:55 pm
דורך טראכט א מוניט
מ׳האט שוין לאנג נישט אפדעידעט די נאמבער.
ביטקוין האט זיך זייער שטארק ארויף געריקט.
שטייט עס יעצט ביי
8,786.57

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 12:05 pm
דורך סמבטיון
שוין א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, העללא אלל ביוטיפעל פיפעל (קרעדיט מיכאל)
ביטקוין דראפעט זיך צוריק ארויף
11365

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 2:45 pm
דורך קורקלענד
Fool me once, shame on you. Fool me twice, shame on me.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 10:19 pm
דורך סמבטיון
11850

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 12:10 am
דורך סמבטיון
12250

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 9:21 am
דורך סמבטיון
12850

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 12:53 pm
דורך אדונינו
13,356.70

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 1:03 pm
דורך אדונינו
13,599.90

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 4:07 pm
דורך סמבטיון
13800

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 5:21 pm
דורך סמבטיון
What a dive
12300

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:22 pm
דורך חיים יואל
The value of 1 bitcoin now, is
$10,834.50

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:41 pm
דורך סמבטיון
and back up to
11500

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 6:12 pm
דורך קורקלענד
זיי האבן געטוישט די נאמען פון ביטקוין צו טעסלא.....

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 8:20 am
דורך יבדש כחרס
ביטקוין איז יעצט $9872 אויפן וועג צו 10k
בערך א חודש צוריק (March 12) איז עס געווען $4800בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 11:28 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רבותי, אין ווינציגער פון זיבעצען שעה גייט ביטקאון צוטיילט ווערן אין האלב, וואס איז אייער פראדיקשן, וויאזוי גייט עס אפעקטן די פרייז? הן פון די ביטקאון אליינס און סיי פון די גענעראלע אלטקאון מארקעט??

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 11:32 pm
דורך פאליטיקאנט
ווער מאכט די טויש?
כ'האב פארשטאנען אז עס האט נישט קיין פירערשאפט נאר עס איז decentralized, ניין?

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 12:12 am
דורך דער גאלדענער אדלער
דער מייסד פון ביטקאון, ווער ס'איז, האט עס ערפינדן, האט עס Encoded אינעם פראטאקאל, ס'נישט קיין זאך וואס מ'קכן טוישן אדער אנדערש מאכן, ס'איז כתוב וחתום. מ'ווייסט פונקטליך ווען די לעצטע האלבינג גייט פארקומען.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 3:35 am
דורך יבדש כחרס
דאס פאסירט יעדער 4 יאר אטאמעטיש


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
שיסט נאך אמאל ארויף. וועט עס איבערגיין 19 טויזענט?