בן ישי: נאר ס'איז דא אנ'אנדער ווערטל. בשם דער חת"ם סופר. כידוע האט ער שטארק געקעמפט אקעגן די רעפארמער. ער פרעגט א "קשיא". פארוואס איז בכלל געווען א ויתרוצצו? ווען רבקה איז אדורך א ביהמ"ד האט יעקב געוואלט ארויסגיין אבער עשיו נישט. און פארקערט. ביי א בית עבודה זרה האט (נאר) עשיו געוואלט ארויסגיין. און נישט יעקב...!
נאר, פיהרט ער אויס. אז רבקה איז (מסתמא) אדורך א רעפארם טעמפל האבן ביידע פון זיי געוואלט ארויסגיין. זיי האבן נישט געוויסט אויב ס'איז א שול אדער א בית עבודה זרה...!
טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
עם אשר תמצא את אלהיך לא יחיה נגד אחינו הכר לך מה עמדי וקח לך ולא ידע יעקב כי רחל גנבתם:
יעקב האט געזאגט פאר לבן אז ער האט נישט געגאנבעט זיינע אפגעטער און ער קען עס זוכן.
שטעלט זיך א קשיא, פארוואס האט יעקב נישט געניצט די זיידע אברהם'ס מהלך ווען זיין טאטע האט עם אפירגעהאלטן וועגן די אפגגעטער, און געענטפערט לבן אז די געטשקעס זענען אליין אוועקגעגאנגען?
נאר מיז זיין אז נישט יעדע ליגנט וואס ארבעט מיט א טאטע ארבעט אויך ביים שווער.

דוד בן ישי עבדך משיחך
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
זייער שיין בן ישי.
אגב, מען בענקט זיך נאך דיר... פלעגסט שרייבן זייער געשמאק... קום אריין אפטער!
אגב, מען בענקט זיך נאך דיר... פלעגסט שרייבן זייער געשמאק... קום אריין אפטער!
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
מיין פנים איז רויט!
שכח פאר די קאמפלימענט, באמת!
איך האב נישט אזויפיל צייט צו שרייבן אבער איך בין דא און פרוביר ווען איך קען (ווען בחצרות הקודש וואלט צוריק געווארן ברוין וואלט געווען מער געשמאקער זיך צו דרייען דא...)
דוד בן ישי עבדך משיחך
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 61#p236961בן ישי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 3:05 pm שטייט די וואך און פרשה ביי רבקה:
ויתרצצו הבנים בקרבה ותאמר אם כן למה זה אנכי ותלך לדרש את ה'
ויאמר ה' לה שני גיים בבטנך ושני לאמים ממעיך יפרדו וגו'
די מפרשים זאגן אז רבקה האט געמיינט אז ס'איז איין קינד און זי איז געקומען פרעגן וואס איז פשט אז ווען זי גייט דורך בתי מדרשים שטויסט די קינד און ווען מ'גייט דורך בתי עבודה זרה שטויסט עס ווייטער, וויאזוי קען דאס גיין צוזאמען.
האט מען איר געענטפערט אז ס'איז צוויי קינדער און איינער וויל ארויסגיין ביי די בתי מדרשים און איינער ביי די בתי ע"ז.
לכאורה איז שווער פארוואס האט זי נישט געטראכט אז ס'איז טאקע איין קינד און ווען מ'גייט דורך א ביהמ"ד וויל ער ארויסגיין לערנען, און ווען מ'גייט דורך א בית ע"ז וויל ער גיין ווארפן שטיינער?
נאר זעהט אויס אז ס'גייט נישט צוזאמען!
דער וואס לערנט ווארפט נישט קיין שטיינער און דער וואס ווארפט שטיינער לערנט נישט!
(געהערט בשם הרה"ק מ'קלוזענבורג זצ"ל)
פארדריי די דיר דיין קאפ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
בן ישי: נאר הרה"צ מ'קלויזנבורג זצ"ל האט עס געשפירט אויף זיין אייגענע הויט. ווען די רשעי ישמעאל האבן געווארפן שטיינער אויף איהם.
אין אן ענליכע בחינה האט ער אמאל געזאגט אז געוויסע גרופס ווען זיי זאגן וועלכע זאלץ ציעט ארויס בלוט די בעסטע, דארף מען זיי גלייבן. ווייל זיי זענען גרויסע מומחים אין צאפן בלוט.
אין אן ענליכע בחינה האט ער אמאל געזאגט אז געוויסע גרופס ווען זיי זאגן וועלכע זאלץ ציעט ארויס בלוט די בעסטע, דארף מען זיי גלייבן. ווייל זיי זענען גרויסע מומחים אין צאפן בלוט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 5:58 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
ישמעאל?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:54 pm בן ישי: נאר הרה"צ מ'קלויזנבורג זצ"ל האט עס געשפירט אויף זיין אייגענע הויט. ווען די רשעי ישמעאל האבן געווארפן שטיינער אויף איהם.
אין אן ענליכע בחינה האט ער אמאל געזאגט אז געוויסע גרופס ווען זיי זאגן וועלכע זאלץ ציעט ארויס בלוט די בעסטע, דארף מען זיי גלייבן. ווייל זיי זענען גרויסע מומחים אין צאפן בלוט.