בלאט 14 פון 63
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:35 pm
דורך קרעקער
די קלוגע וועג ארבעט נישט ווייל די פאוסט איז נישטא פאר געלט זייער צייטינג מאכט שוין יארען נישט קיין געלט
די איין איינציגסטע וועג איז נאכצוטוהן די שווארצע און זייער פירער שארפטאן ווייל דעס ארבעט און אויסער דעם ארבעט גארנישט
טראכט וואס ער וואלט געטוהן אין אזא פאל
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:38 pm
דורך איש עברי
צו פארלאנגען מיר זאלן ווערן שחורים אין וואנדאליסטן איז צו א טייערע פרייז אין מיינע אויגן
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב געזאגט אז מ'דארף טון ביידע וועגן. אגב קרעקער דער ווארט דא איז נישט דע געלט, אויב א גרויסע קאמפעני קומט ארויס מיט א סטעיטמענט אז זיי בויקאטירן א צייטונג וועט דאס שיקן א שטארקע מעסעדזש און ווייזן פאר וועלט ווי אינסענסיטיוו די פאסט איז געווען און אז פאר BH וויל נישט מיט אזא נידריגן צייטונג א שייכות. לאז ארויס דעם געלט חלק
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:46 pm
דורך נאר,,פרייליך
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:48 pm
דורך נאר,,פרייליך
א חוץ דער המבשר באריכטעט נישט קיין איינע פון די צייטונגען 'יתד' 'הפלס' המודיע' איבער'ן טראגעדיע
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 2:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
זענען אלע פארמאכט פון דאנערשטאג נאכט ביז מאנטאג אינדערפרי.
די יתד האט אבער אן אקטיווע ענגלישע זייטל: matzav.com
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:03 pm
דורך איש עברי
איך וואלט געצה'ט אז דער עולם זאל מיטנעמען פלאקאט'ן מיט'ן אויפשריפט
we didn't want him dead!
עס קען האבן א גוטע אפקלאנג
ביטע אפדעיטן איבער די אנגייענדיגע אויספארשונג ארום די מערדער
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
לבי אומר לי אז מ'גייט זיי נישט כאפן. הלוואי יא; ערשטענס, מ'מוז שיקן א מעסעדזש א ס'נישט הפקר וועלט צווייטענס וועט עס זיין א ביסעל א קלאוזשער פאר אלע באטראפענע אז די רוצחים דרייען זיך כאטש נישט אויף דער פריי.
איך האף ס'גייט קומען גוטע נייעס בקרוב און אויב ס'קומט אדער מ'ליינט ערגעץ עפעס פאזיטיווע אנטוויקלונגען זאל מען עס דא שרייבן. וואס האלט דער עולם גייט מען זיי כאפן? פארוואס ציטער איז אזוי אז נישט? ס'זעט אויס זייער פארוואלקענט. איבערהויפט יעצט ווען די רשעים פרובירן צו מינימייזן די טראגעדיע כאילו ס'איז זיך אים געקומען וועלן די אינסטאנצן מען ח"ו נישט זיין אזוי להוט פאר דזשאסטיס? ווער ווייסט.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:11 pm
דורך וחלופיהן
מען דארף שוין אריבער ברענגן די רביס פון ארץ ישראל און זיי דארפן ארויסגעבן א קול קורא אז א חסידישער ייד בפרט סאטמערע טארן פון היינט און ווייטער מער נישט קויפן דער פאסט. דאס וועט זיי לערנען אז אונזערע בליט איז נישט הפקר. כולנו למערכה!
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:13 pm
דורך נאר,,פרייליך
press confrence
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:18 pm
דורך חד גדיא
פריס קאנפרענץ
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:18 pm
דורך דעת תורה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די קאמפיין אנקעגן די פאסט איז זייער וויכטיג, אבער נישט פארגעסן אז ס'איז צאמגעשטעלט פון NYPD leaks. די זעלבע פרעשור דארף אויך זיין אויפן NYPD אויסצופארשן וועלכע אומפארפעסינאלע פאליציי זענען אינטער דעם.
מאנכע שפעקולירן אז דאס איז א "פראפעסיאנאלע" מעסעדזש פון די נ.י.פ.ד. אז זיי זענען קנאפ אינטערעסירט זיך אריין צו לייגן צו שטארק אין די קעיס. זיי האבן נישט די גאטס אויסצוקלינען די שטאט פון די שעדליכע אונטערוועלט.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:21 pm
דורך חד גדיא
אנשים נשים וטף
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען זאגן צענדליגער פשטים אויף אלע צדדים.
אלס א זייטיגע נקודה טראכט איך אז אויב דער נייער מעיאר דעבלאזיא און נייער דיסטריקט אטוירני טאמפסאן ווילן ווייזן צו וואס זיי טויגן, וועלן זיי טון כל מה שביכולתם צו ווייזן אז די וועלט איז נישט געווארן הפקר נאכדעם וואס זיי האבן איבערגענומען אפיס, בשעת בלומבערג בארימט זיך אז ער האט אראפגעהאלטן קריים גאר נידריג.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
NEW YORK: NYC Public Advocate says, @nypost gave a license to murder & calls on government officials to refrain from advertising in nypost.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
Eric Adams @BPEricAdams 17m
The @NYPost's decision to hang #MenachemStark in effigy on its cover, hours after shiva has begun, is a betrayal of journalistic integrity.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:34 pm
דורך בן תמליון
עס איז גוט צו זעהן ווי עס עקזיסטירט נאך אידישע הערצער, אידיש בלוט איז נישט הפקר. עס איז דא א הערליכער ציבור דער מעסעדזש איז מעכטיק.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:39 pm
דורך דעת תורה
דעבלאזיא, טאמפסאן און ביל ברעטאן ווייסן דען פון די גאנצע טראגעדיע? דערווייל קוקט נישט אויס אזוי.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:43 pm
דורך נאר,,פרייליך
אלע יודישע פארטרעטער שטייען פאראייניגט צו פארטרעטן די געמיינדע
#שיינע סצענע.
הלוואי זאל מען עס זעהן ביי יעדע טריט און שריט לטובת הציבור
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:45 pm
דורך שרייבער
איך האב הנאה פון דער וואס האט צוקנייטש דעם פאסט און געווארפן אויף די ערד
איך האב געטראכט פון דעם מען דארף עס צורייסן דארט, איך וואלט נאר געווען רואיגער ווען א אינו יהודי טוט עס