בלאט 14 פון 50
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:20 am
דורך בשבילי!
מ גפני האט געשריבן:און וואס איז מיט די "אינספירירנדע מאמענטען פאר דער אידישער בעל-הבית'טע"?
יאפ, אנשטאט זוכן שרייבער וואלטן זיי קודם געקענט נוצן א פראפעשען מגיה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:29 am
דורך כוכב
עס איז יא אויסגעהאלטן, כידוע ליודעי כללי פרעפאזיציע, און 'פאר' איז א פרעפאזיציע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:30 am
דורך מ גפני
ביטע זיי מסביר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:31 am
דורך כוכב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:32 am
דורך בשבילי!
אלעס האט א תירוץ... גראדע גריצעלט דאס טאקע נישט, אבער זיי שוין נישט אזוי גערעכט און שטעל זיך צו צו רוב ליינער'ס, די גאר אינטעליגענטע זענען א מיעוט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:33 am
דורך אפטעמיסט
אבי גערעדט. אפשר זאלן זיי אויך שרייבן מיט גראבע גרייזן וויבאלד רוב מנין ובנין חרדי'שע אידן קענען נישט די בעיסיקס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:34 am
דורך בשבילי!
'די אידישע באלעבוסטע' איז א גרייז?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:35 am
דורך אפטעמיסט
בעצם יא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:36 am
דורך בשבילי!
כ'רעד, נישט בעצם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:38 am
דורך אפטעמיסט
ס'איז א גרייז. יא. אבער אסאך היימישע פאבליקאציעס האלטן זיך נישט צו די כללי פרעפאזיציע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:38 am
דורך כוכב
דאס ווארט, אגב, איז גרילצט, נישט גריצעלט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:46 am
דורך בשבילי!
אבער גרילצט גריצעלט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:59 am
דורך יואב
בשבילי! האט געשריבן:'די אידישע באלעבוסטע' איז א גרייז?
ניין, ס'איז סתם אזוי "נישט" גרייזיג.
"די" איז לשון נקיבה, און באלעבוסטע באציט זיך אויף א פרוי. מילא שרייבט מען אויך "אידישע", מיט אן עי"ן אלס נאכזילבע.
אבער אין אונזער פאל, ווי כוכב האט ערווענט, איז פארהאן א פרעפאזיציע בעפאר דעם באשטימטן ארטיקל, מילא נעמט דאס אן א דאטיוו, וואס ביי א לשון נקיבה, ווערט דאס איבערגעדרייט צו א לשון זכר - - נאמינאטיוו.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:01 am
דורך בשבילי!
גוט, רעד איך נישט פון 'גראבע גרייזן'
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:03 am
דורך כוכב
און יעצט העלין מיר בעטן בשבילי זאל צוריקגיין צו די בא'חנ'טע קליפס אשכול און זיך אפשאקלען פון גראמאטיק.
עס איז נישט אייער פעלד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:04 am
דורך אפטעמיסט
בשבילי, האסט גראדע נישט פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט. כ'האב געפרעגט אז אפשר זאלן זיי "אויך" שרייבן מיט גראבע גרייזן וויבאלד רוב עולם קען ניטאמאל דאס.
נישט זיך האלטן צו די כללי פרעפאזיציע איז א זאך וואס איז שטארק פארשפרייט אין די היימישע אויסגאבעס און כ'וואלט עס דערפאר נישט גערופן א גראבע גרייז, אבער ס'איז אוודאי פיל בעסער זיך צו האלטן דערצו. והבן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:07 am
דורך בשבילי!
מאמענט וועט אונטערגיין אויב זיי שטעלן זיך נאר צו צו ענק עליטע. אויסנוצן יעדע לופהאל אין גראמאטיג צו ווייזן וואס עכט ריכטיג איז וועט זיי נישט ברענגען קונים. אויב די קאממעס האלטן אן האבן זיי מיר פארלוירן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:08 am
דורך כוכב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:10 am
דורך בשבילי!
אפטעמיסט, כ'מיין אז די שאצט אונטער אידישע ליינער. קיינער וועט נישט טאלערירן גראבע גרייזן, זיי נארמאל ווי דער איד. זיי נישט פרומער ווי מעלות! און פאר עפעס א סיבה גרילצט נישט מעלות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:12 am
דורך אפטעמיסט
סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:13 am
דורך בשבילי!
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".
רוב חסידישע אידן אדער ליינער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:14 am
דורך אפטעמיסט
ביידע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:16 am
דורך בשבילי!
K but I disagree