בלאט 14 פון 164
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:51 am
דורך ידען
חצקעל איך שרייב נאר אויף וואס דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס איז געווען אמאל, אבער איך אליינס האלט נישט אז מאלעסטען מיינט אז מע מוז אפפארען פון וועג.
כאב שוין געשריבען אסאך וועגען דעם אין מאחורי הפרגוד, דארט שרייב איך גרינגער וועגען דעם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:25 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:טאקע ווייל מ'גלייבט אין באשעפער שיצט מען אים (און דאס איז שוין לשיטתך אז ס'אמת די מעשה) אין די תורה שטייט נישט אז ווען איינער איז מאנס א מיידל קומט זיך לעבן אין תפיסה.
פארשטאנטו?
ווייל מ'גלייבט אין באשעפער פראטעקט מען א בועל נדה?
אבער בעצם טענה'סטו אז וויבאלד די תורה הייסט א מאנס געבן חמישים כסף לאבי הנערה ליגט א פליכט אויף יעדע תורה טרייע איד צו פראטעקטן יעדע טשיילד מאלעסטער ווייל די תורה הייסט נישט לייגן אין תפיסה.
והוא הדין לגבי רוצח, מיר ברויכן פראטעקטן רוצחים וויבאלד די תורה הייסט נישט לייגן א רוצח אין תפיסה.
פארשטאנטי?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:40 am
דורך בן תמליון
yisroelotd האט געשריבן:אהן קיין פרטים, און כדרכי די הערות גייען מיר בכלל נישט אינטרעסירען, איך גיי זאגן מיינס.
ביודעי ומכירי קאמינא, די מעשה איז טויזענט פארצענט אמת, און זי איז נישט די איינציגסטע מיט דהן טענה, איך האב געזעהן א קלארע באריכט פון איינע פון די אסיפות פון די רע-בנים וואס באשוצען דעם וועבערמאן וואו אזוי פונקטליך צו פארדרייען די פאקטן, און וואס אלס מען האט שוין, און מען וועט נאם טוהן, צו זיכער מאכן אז די אנדערע מיידליך בלייבן שטיל, די בלוט קומט מיר אין קאפ רעדנדיג פון דעם.
יבוא היום, איך האב ביי מיר דאקומענטען וואס קענען דאס קלאר אויפווייזען, איך קען דאס נאר נישט ארויסגעבען, ווייל עס וועט ארויסגעבען ווער איך בין, אבער יבוא היום לזה.
עס איז א חרפה און א בושה אז מענטשען וואס זאגן זיי גלייבן אין א באשאפער, זאלען שוצן אזא איינעם, אבער פארוואס זיי טוען עס מיין איך אז יעדער ווייסט.
היינו וועבערמאן והיינו וויינגארטען, און גייטס פארענטפערסט זיי אלע, צו באשוצען א קולט.
נא די הערות קען איך אליין שרייבן... פון סתם ליגנער, ווייז אויף, ביז, בלינדער שונא, פונקט אלע אפיקורסים האלטן אזוי, וכו' וכו', אבער אטיב גלייבטסטו יא, טראכט קודם פונעם אמת.
הכותב בדמע
ביודעי ומכירי, א קלארער באריכט פון אסיפת רעבנים (היילי אנלייקלי, רבנים קומען זיך נישט צאם אזוי, אויב עפעס איז עס אינטערערדישע עסקנים אף רעקארד) דאקומענטן, וואס נאך האט איר? פארוואס זאל איך גלייבן א אנאנאמי אויפן אינטערנעט וואס קען קוים ספעלן אידיש?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:50 am
דורך villager
ווער ס'גלייבט נישט ישראל איז א כסיל מיט נגיעות, ער האט נישט קיין שום נגיעה דא, פארשטייסט?
אויך אויף זיין בלאג שרייבט ער אפאר מאל אז דו פארשטייסט נישט גיי נעם א אייקיו טעסט וכדומה, מיין רבי פלעגט זאגן אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה... איך וואלט אזוי געקענט ארויסגעבן גאנצע ביכער אויף פיזיקס...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:29 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:טאקע ווייל מ'גלייבט אין באשעפער שיצט מען אים (און דאס איז שוין לשיטתך אז ס'אמת די מעשה) אין די תורה שטייט נישט אז ווען איינער איז מאנס א מיידל קומט זיך לעבן אין תפיסה.
פארשטאנטו?
ווייל מ'גלייבט אין באשעפער פראטעקט מען א בועל נדה?
אבער בעצם טענה'סטו אז וויבאלד די תורה הייסט א מאנס געבן חמישים כסף לאבי הנערה ליגט א פליכט אויף יעדע תורה טרייע איד צו פראטעקטן יעדע טשיילד מאלעסטער ווייל די תורה הייסט נישט לייגן אין תפיסה.
והוא הדין לגבי רוצח, מיר ברויכן פראטעקטן רוצחים וויבאלד די תורה הייסט נישט לייגן א רוצח אין תפיסה.
פארשטאנטי?
ניין
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:51 am
דורך קליגער איד
ידען האט געשריבן:חצקעל איך שרייב נאר אויף וואס דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס איז געווען אמאל, אבער איך אליינס האלט נישט אז מאלעסטען מיינט אז מע מוז אפפארען פון וועג.
כאב שוין געשריבען אסאך וועגען דעם אין מאחורי הפרגוד, דארט שרייב איך גרינגער וועגען דעם.
ווי קען איך אנקומען צו ליינען ארטיקלען פון מאחורי הפרגוד ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:42 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:פארשטאנטי?
ניין
זיי מסביר.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:44 pm
דורך זר זהב
כאנישט וואס מסביר צו זיין. וואס איז דיין פוינט?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:44 pm
דורך לעמיל
קליגער איד האט געשריבן:ידען האט געשריבן:חצקעל איך שרייב נאר אויף וואס דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס איז געווען אמאל, אבער איך אליינס האלט נישט אז מאלעסטען מיינט אז מע מוז אפפארען פון וועג.
כאב שוין געשריבען אסאך וועגען דעם אין מאחורי הפרגוד, דארט שרייב איך גרינגער וועגען דעם.
ווי קען איך אנקומען צו ליינען ארטיקלען פון מאחורי הפרגוד ?
קוק
דא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:08 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:כאנישט וואס מסביר צו זיין. וואס איז דיין פוינט?
מיין פוינט איז צוויי פאכיג, איינס, דאס וואס דו זאגסט אז מ'דארף פראטעקטן ווערבערמאן ווייל ע"פ תורה קומט זיך נישט קיין תפיסה פאר א מאנס, און ממילא נעמן זיך די רבנים אן פאר עם כדי א מענטש וואס איז נאר באגאנגען א קליינע נעוויירע'לע וואס די תורה הייסט דערויף צאלן פופציג טאלער פאר די געלט שאדן וואס דאס מאכט פארן טאטן, זאג איז אז דא איז עס נישט נאר די קליינע עבירה פון מאנס זיין, נאר אויך די גרויסע נעוויירע פון בועל זיין א נדה, טא ווי אזוי קענען די רבנים די פאנטרעגער פון די תורה עם פראטעקטן?
אבער מיין עיקר פוינט איז, אז מיט דעם לאגיק אז די תורה הייסט נישט געבן פאר א באלעסטערער לעבנס לענגליכע תפיסה, קען מען זאגן די זעלכע זאך אויף א רוצח, די תורה הייסט נישט לייגן אין תפיסה א רוצח, איז דא עדים און התראה באקומט ער א ביהעדינג אינמיטן שטאט, און אויב נישט גייט ער פריי.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:11 pm
דורך זר זהב
דער גואל הדם טאר נישט נקמה נעמען? פארוואס האט דער רוצח געדאפט לויפן אין ערי מקלט?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:11 pm
דורך היימישער
yisroelotd : איך קען גיט וועבערמאן און איך קען גיט קרויז, אין אזוי ווי איך קען ביידע וועל איך גלייבען וועבערמאן VS קרויז
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:50 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דער גואל הדם טאר נישט נקמה נעמען? פארוואס האט דער רוצח געדאפט לויפן אין ערי מקלט?
ערי מקלט איז נישט תפיסה, און ער איז נישט געווען איינגעשפארט דארט, ער האט געקענט ארויסגיין אויב האט ער נישט מורא פונעם גואל הדם אדער אויב די נרצח האט נישט געהאט קיין קרובים. און א רוצח במזיד איז עיר מקלט נישט קולט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:54 pm
דורך זר זהב
מיין פוינט איז אז די תורה געלאזט א קרוב פונעם נרצח הארגענען דעם רוצח.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:00 pm
דורך געפילטע פיש
און?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:03 pm
דורך זר זהב
ביי מאנס זיין א מיידל נישט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:23 pm
דורך לאדיך אפ
זר, דו רעדסט נאריש. גואל הדם איז נאר ביי א הורג בשוגג און אויך נאר ווען בית דין איז מקבל עדים וואס האבן געזען ווי ער הרגט בשוגג. ביי מזיד איז נישט דא קיין גואל הדם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:27 pm
דורך זר זהב
אקעי. פוינט סטיל סטענדס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:21 pm
דורך געפילטע פיש
לאדיך אפ האט געשריבן:זר, דו רעדסט נאריש. גואל הדם איז נאר ביי א הורג בשוגג און אויך נאר ווען בית דין איז מקבל עדים וואס האבן געזען ווי ער הרגט בשוגג. ביי מזיד איז נישט דא קיין גואל הדם.
גראדע נישט, גואל הדם איז ביי מזיד אויך, נאר ביי שוגג האט ער די פראטעקשען פון אן עיר מקלט, און ביי מזיד למשל בעד אחד אדער בלי התראה העלפט נישט קיין עיר מקלט און די גואל הדם קען עם הארגענען.
אבער זר, דו הענגסט זיך אויף צוקער שטריקלעך, וואס פרעגסטו דא? מעגסט מודה זיין אז דיין תגובה פריער איז געווען א פליטת מקלדת און פארטיג.
דיין תגובה איז געשטאנען אזוי:
זר זהב האט געשריבן:yisroelotd האט געשריבן:עס איז א חרפה און א בושה אז מענטשען וואס זאגן זיי גלייבן אין א באשאפער, זאלען שוצן אזא איינעם, אבער פארוואס זיי טוען עס מיין איך אז יעדער ווייסט.
היינו וועבערמאן והיינו וויינגארטען, און גייטס פארענטפערסט זיי אלע, צו באשוצען א קולט. הכותב בדמע
טאקע ווייל מ'גלייבט אין באשעפער שיצט מען אים
(און דאס איז שוין לשיטתך אז ס'אמת די מעשה) אין די תורה שטייט נישט אז ווען איינער איז מאנס א מיידל קומט זיך לעבן אין תפיסה.
פארשטאנטו?
סא וואס מיינט דאס? אז יעדע מאל די געזעץ איז הארבער ווי די עונש פון די תורה דארפן מיר פראטעקטן דעם מענטש כדי ער זאל חלילה נישט באקומען די שטראף פון די שלעכטע גוים?
א גנב דארף מען פראטעקטן ווייל די תורה הייסט נישט איינזעצן א גנב נאר ער צאלט כפל און גייט אהיים, אויב איינער איז מאנס דריי יעריגע מיידליך דארף מען מאכן א קאמפיין און שנארען געלט פאר זיינע לויערס ווייל ע"פ תורה קאסט עס נאר א פופציגער?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:25 pm
דורך זר זהב
יא דאס איז מיין פוינט. אין סדום איז אויך געווען געזעצן, איז וואס?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:27 pm
דורך זר זהב
ביי א גנב ווענט זיך שוין פון וועמען האט ער געגאנבעט? פון די רעגירונג? די רעגירונג דארף נישט גיין מיט'ן תורה פון כפל. אבער 30 יאר איז אויך נישט ריכטיג, וועגן דעם שתדל'ט מען פאר אים.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:32 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:יא דאס איז מיין פוינט. אין סדום איז אויך געווען געזעצן, איז וואס?
איך וויל נאר זעכער מאכן, אויב איינער איז מאנס דריי יעריגע מיידליך דארף מען מאכן א קאמפיין און שנארען געלט פאר זיינע לויערס ווייל ע"פ תורה קאסט עס נאר א פופציגער?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 5:44 pm
דורך זר זהב
א גוטע קשיא, העמער זעהן דעמאלטס. כ'גלייב אז אויב ס'וועט פאסירן אזאנס וועט מען שנארן געלט פאר לויערס אויפצואווייזן אז ס'האט נישט פאסירט..