בלאט 14 פון 30

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 12:26 pm
דורך sunbar
שלום עליכם עוד מישהו. ;)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:01 pm
דורך מיקוה נייעס
ירושלים: משטרת ישראל און זק״א אין א זיך נאך א פארלוירענער אינגערמאן ישראל מונק וואס איז לעצטנס געזעהן געווארן זינטאג

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 2:25 pm
דורך עוד מישהו
sunbar האט געשריבן:שלום עליכם עוד מישהו. ;)


איך בין "נאך איינער", נאר עס איז דא א ניק וואס הייסט "איינער", וואס האט זיך אפגערעדט אז איך האב אן ענליכע ניק צו זיינס, האב מיר העברעיזירט מיין ניק, עליכם שלום אין עני קעיס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:26 pm
דורך שעפטל
ראמני אין די ווייסע הויז
today in white house.jpg

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
שעפטיל מיינסט דאס?
בילד

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:30 pm
דורך שעפטל
יא. פארוואס מיינס איז נישט ארויף ווייסעך ניקסט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האלט מיט די שיטה אז מחשבה טובה מצרף למעשה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:42 pm
דורך שעפטל
חוץ דיך צוריקלייקן דארף איך דיך עקסטער זאגן שכח...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:04 pm
דורך sunbar
עוד מישהו האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:שלום עליכם עוד מישהו. ;)


איך בין "נאך איינער", נאר עס איז דא א ניק וואס הייסט "איינער", וואס האט זיך אפגערעדט אז איך האב אן ענליכע ניק צו זיינס, האב מיר העברעיזירט מיין ניק, עליכם שלום אין עני קעיס


יא איך ווייס. דעריבער טאקע האב איך געלייגט א ווינק.. .

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:07 pm
דורך שעפטל
ניו גערסי אפיצירן האבן געהויבן זייער מיסיע אפירזיכן א פארברעכער וועמען זיי זיכן שוין דריי יאר. דער מאן האט שוין בא'גנב'עט הונדערט-פופציג געשעפטן אין די צייט אפשניט. די ביוראו האט געמאלדן פארשטערקערטע סעקיוריטי ארום די געגענט, נאך וואס ער האט דורכגעפירט איטליכע פרישע גניבות אין די לעצטערע וואכן. קריסטי פרעגט בלומבערג, אויב די טרעפיק ליכט קעמרעס וואלטן געהאלפן אים כאפן?!.

קאמישאנער קעלי האט ביי א צערעמאניע געגעבן א גאלדענע מאדעל פאר א אפיציר וואס האט אויסשטאפירט א היים-לאזן אויפן גאס. 'לערי-דיפריימאו' האט באמערקט דעם היים-לאזן אין טיימסקווער אויף די גאס וואו ער באוואכט, און האט אים געקויפט שיך און שטרימפ. א טוריסט פון אריזונע האט געכאפט בילדער פונעם אפשפילנדן סצענע. און די בילדער זענען גאר שנעל פארשפרייט געווארן. די אפיצירן וואס האבן אנגעקלאפט דעם בחור'ל שמיני עצרת זאגן אז ס'נישט קיין קונץ. "קליפ'ס קלינגען בעסער אפ". זאגן זיי.

"קאר-פאאל!" די סענאט אין ניו גערסי האבן פארגעלייגט אז די טאאל בודקעס זאלן ארויסשטעלן א פרייז פאר די איזי-פעס באניצער. "די וואס שלאפן אינעם בודקע, ערוועקן זיך נישט פונעם געשריי פונעם דורכפארער" זאגט א דרייווער. "מאטאריסטן רייזן טעגליך, און די פרייזן רייזן אויף א שנעלערן ספיד". די געזעץ ווארט איצט אויפן אסעמבלי, זיי זאלן עס באשטעטיגן. א ספעציעלע קארס פאר די איזי-פעס מיט דריי מענטשן, איז א מעגליכע פלאן.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ניסן פאטאגראפיע'. מיר נעמען אן כאפן בילדער אין שיך געשעפטן און ביי רויטע ליכט, און די פרייזן בלייבן די זעלבע.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 3:42 am
דורך טעפל
מיקוה נייעס האט געשריבן:ירושלים: משטרת ישראל און זק״א אין א זיך נאך א פארלוירענער אינגערמאן ישראל מונק וואס איז לעצטנס געזעהן געווארן זינטאג

יעצט האט מען איהם געפונהען לעבען צפת אינטער א הויכען בריק דערנאך רח"ל.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:59 pm
דורך שעפטל
א גוטע וואך

אינוועסטאגעטארס פרובירן דערגיין דעם אורזאך פון א פייער אין לעיקוואד-ניו גערסי, וואו אכט זענען פארוואונדערט געווארן און א איין און פערציג יעריגער איז געשטארבן אינעם צוויי שטאקיגן הויז פייער. "און דאס איז שוין נאך די אפיציעלע פייער-אפשטעל" זאגט א פאליטיקאנט.

א מיטעלע דרייסיג יעריגער מאטאר ביציקל רייזענדער איז אראפגעקלאפט און דער'הארגעט געווארן אויף דרייצנ'טע עוועניו נעבן דעם היימישן בארא פארק. דער 'עס-יו-ווי' טרעקל דרייווער זאגט אז "דער ביציקל איז נישט געפארן אינעם ריכטיגן ריכטונג". "דאס מיז זיין עפעס מער ווי א בלויזער עקסידענט" זאגט א עדות אויפן פלאץ "די ביציקל האט זיכער פארמאגט מער פון זעכצן אונסעס לעמאן דזשוס".

די מעטראפאליטאן טראנספארטאציע אטורני האט געמאלדן אז די צוויי בריקן וואס פירן אריין צו די פאר-ראקעוועי געגענט, וועלן צוריק אנגעהייבן נעמען טאלל אפצאל. "זינט סענדי, האב איך שוין אויסגעצאלט מיין נייעם אוטא, דורכפארנדיג אריין און ארויס פריי פון אפצאל" זאגט א מאטאריסט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'סמארט איזי-פעס'. צאלט אויס אייער קאר מיט אונזערע סמארט-קארטלעך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 12:03 am
דורך sunbar
ווי אויף דרייצן / ביי וועלכע גאס? און ווען איז דאס געשען?

נעכטיגע נייעס - געגאנגן שפעט צום דריק...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:28 am
דורך שעפטל
מאטאריסטן האבן געברויכט ארויסשלעפן נאך א טאללער ביי די בריקן און טאננעלן נאך וואס די פארט-אטארוטי האבן ארויפגעריקט די פרייזן ביי אלע בריקן און טאננעלן צו דרייצן טאללער, און אויפן וועג ארויף צו פופצן. "די פרייזן זענען שטוינענדע, און דאס איז זייער אסאך פאר א דורכשניטליכע ארבעטער" זאגט א מאטאריסט. "מיט העכערע פרייזן, איז פארשטענדליך מען זאל העכער מאכן די בריקן זעלבסט". לאזט זיך הערן די קאנדידאט פונעם 'רענט-איז-טאא-דעממ-היי'.

דריי זענען ארעסטירט געווארן אין מאונט-ווערנאן און נאך איינער ווערט געזיכט, נאך א אנגעבליכע בראנקס רויבעריי לעצטע חודש. נאכן זיך איינברעכן אין דעם הויז, האבן זיי געבינדן און ארויסגעצווינגען דעם מאן צו זיין אנדערע אפארטמענט, וואו זיי האבן פון אים גערויבט געלט און זיין קאר, וואס איז אפגעפינען געווארן איטליכע טאג דערנאך. "זיך אריינכאפן אינמיטן נאכט, איז די זעלבע פארברעך ווי ברענגען נייעס אינמיטן נאכט" זאגט איינע פון די לויערס.

א אכט און פערציג יעריגער איז דערהארגעט געווארן, און דריי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. נאכן זיין פארמישט אין א עקסידענט אין מארלבארא-ניו יארק. דאס איז שוין די צווייטע טויטליכע עקסידענט אויף דעם שאסיי דעם וויקענד. אינוועסטאגאציע גייט נאך אן דעם אורזאך פון די עקסידענטן. "מיט די פרישע הויעכע טאלל פרייזן, באלאגנט פאר די דרייווער צוויי ליניעס אויפן שאסיי, און מיט רעכט!" זאגט א אנאליסט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'סליפיס'. מיט אונזערע מאטראצן ברויכט איר נישט ליינען נייעס אינמיטן נאכט. שלאפט און האט הנאה!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:49 pm
דורך יידל
כ'זע אז נאר די ערשטע טוויט ווער ער פערזענליך שיקן. די אנדערע וועט דער משב"ט שיקן בהסכמתו. http://www.google.com/hostednews/ap/art ... 9fd8d69776

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:כ'זע אז נאר די ערשטע טוויט ווער ער פערזענליך שיקן. די אנדערע וועט דער משב"ט שיקן בהסכמתו. http://www.google.com/hostednews/ap/art ... 9fd8d69776

:P :P

משמש בטומאה? אדער משתמש בטוויטער?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:59 pm
דורך יידל
בטומאה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:30 pm
דורך זר זהב
באריכט אין לאס אנג'לעס טיימס

Radio's Michael Savage decries Obama attacks, sorta

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:46 am
דורך שעפטל
איינער ווערט געזיכט נאך וואס ער איז אנגעבליך דער וואס האט אריינגעשטיפט א אכט און פופציג יעריגער מאן אין די באן שינעס אין דאונטאון מענהעטען, און אים דערהארגעט. א אנוועזענדער פון די אנדערע זייט שינעס, 'גאומעז' זאגט, אז ער האט געהערט די צוויי שרייען איינער אויפן צווייטן, ביז די טרעין איז געקומען און ס'שטיל געווארן. די נעקסטע זאך וואס ער האט געזעהן איז געווען ווי רעטונגס לייט ארויסשלעפן דעם מאן פון אונטערן טרעין. יעדע מעשה האט א צווייטע זייט, אפילו ביי די שינעס פונעם באן..

ניו יארקע וואסער-טעקסי וועלן אנגעהויבן פון די מיטוואך פארטיילן פינף-הונדערט פרייע רייזעס, פאר די סטעטן איילענד איינוואוינער. די פערי וואס האט אנגעהויבן קורסירן לעצטע וואך זינט סענדי, וועט טראגן די איינוואוינער וואס זענען באטראפן געווארן. זינט ס'איז אומזיסט, איז ערווארטעט מ'וועט נעמען צוויי, איינס אלס אנדענק..

א איין-און-צוואנציג יעריגער פון קווינס איז געפונען געווארן שולדיג אין א שטעכעריי וואס איז פארגעקומען אנדערהאלבן יאר צוריק אין א באן סטאנציע. דאס איז געקומען נאך וואס דער געשטאכענער איז געקומען צו הילף פאר זיין יונגערן ברידער וואס זיי האבן נארוואס געהאט בארויבט. "ער וועט באקומען זיין פארדינטן אורטייל, פארן בארויבן און אוועקנעמען א טייל פון אונזער משפחה" זאגט א משפחה מיטגליד. ווידער ביים באן סטאנציע?! זיכער מעניני דיומא. דאס איז דאך די וואכעדיגע סדרה..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די תולעת יעקב באסעס. אונזערע שינעס האבן אויך צוויי זייטן. אויף די צוויי-זייטיגע וויליאמסבורגע זיפ-קאוד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:54 pm
דורך זר זהב
A "person of interest" was taken into custody Tuesday in the case of a man who was pushed onto the subway tracks at a Times Square station and killed by a train.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:46 am
דורך טעפל
יאנקל האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אויפצופרישן דעם בלאט פון דעם פויבסט'ס טוויטער אקאונט. ער באקומט עטליכע הונדערט נייע נאכפאלגער יעדע איינציגע סעקונדע.

וועם איז נאך היינט אינטערסאנט די פויבסט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:01 pm
דורך שעפטל
'דאים דעוויס' א דרייסיג יעריגער היים-לאזער פערשוין איז ארעסטירט געווארן, און ווערט אנגעקלאגט צו זיין דער וואס האט אריינגעשטיפט, און דערהארגעט דעם אכט-און-פופציג יעריגער מאן אין די באן שינעס אין מענהעטען. די בילדער וואס האט געפירט צום ארעסט, איז אפגעכאפט געווארן דורך א צוקוקער, וואס האט שוין חרטה דערפאר, נאכן ווערן אצינד באפאלן פארן נישט ארויסהעלפן.

אריינקומענדע נייעס: א סקעפאלד פון די הונדערט-זיבן-און-זעכציגסטע גאס האט זיך צוזאמגעלייגט אויפן מעידזשאר-דיגאן סאוט. די שאסיי איז אצינד הערמאטיש פארשלאסן. בלומבערג פלאנט עס דארט לאזן, און נעמען טאאל אפצאל דאס דורכצופארן. "אין די נאכט שעות וועט מען נאר קענען דורכפארן קאר-פאאל" זאגט ער. "ווארום, איינער אליינס קען נישט אויפהייבן און אריבערלייגן דעם קאר" שלאגט פאר זיין יוואזשנעם בייפאל.

צוויי יונגעטליכע זענען ארעסטירט געווארן אין לאנג איילענד, נאך וואס זיי זענען נאכגעפארן א יו-פי-עס טראק, און געגנב'ט די באקסעס נאכן אראפלייגן ביים טיר. צווישן די געטראפענע זאכן ביי זיי, זענען געווען לעצט-ארויסגעקומענע עפל פרודאקטן, און טייערע שיך. פון עפל האט מען נאכנישט געהערט קיין אפיציעלע סטעיטמענט. אבער די שיך זאגט אז "זינט די גנבים האבן געלייגט זייער האנט דערויף, פארדינען זיי זייער פארדינטן אורטייל. אונז זענען געמאכט פאר פיס, און אויסדרוקליך נישט פאר הענט".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די נייע 'איי-שיך'. שפארט אייך צייט מיט אונזערע שיך וואס פארמאגן שוין א דזשי-פי-עס, און וועט אליינס גיין צו אייערע פיס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:29 am
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:דער וואטיקאן האט געמאלדן אז דער פויבסט ווען אנפאנגען ארויסשטעלן "פערלווערטער פון חכמה" אויף טוויטער, פון @pontifex. ביז עטליכע שעה נאכדעם וואס די נייעס איז געמאלדן געווארן האט ער שוין פארמאגט איבער 100,000 נאכפאלגער.

יעצט אריינגעקומען, אז די ערשטע טוויט פונען פויבסט איז א בילד ווי ער פארברענגט מיט גאט אופן פויבסטליכן יאכט.
מקור: דער צוויבל