בלאט 14 פון 18
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:28 pm
דורך ישמעאל הכהן
ישמעאל הכהן האט געשריבן:בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:יאך פארשטיי נישט די מערכה קעגן דען שטערן
מיט אסר'ן אלעס קומט מען אן קיין הנעלאלא
דער איד שרייבט די זעלבע סחורה, אבער דאס איז מותר ווייל...
ווייל ערשטענס שרייבן זיי נישט ממש דאס זעלבע, און צווייטענס דאס וואס זיי שרייבן יא איז א צענטעל פון זייער חומר און ס'ווערט בטל, אביסל צימעס קען מען פארדייען. ווער-עז דער שטערן באשטייט פון נאר און בלויז דאס. דער נפק"מ איז גאר פארשטענדליך.
און יעדער וואס ליינט ביידע פארשטייט דאס אן א וד"ל. א קליינער חכם פארשטייט דאס אויך. סיי שרייבן זיי נישט ממש "דאס" זעלבע, סיי "וויאזוי" ס'ווערט געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 4:05 pm
דורך ונבנתה העיר
אליצפן האט געשריבן:האט נאך איינער באמערקט אז דער שטערן האט געמאכט בודזשעט קאטס? אנשטאט די געווענטליכע פיר ארטיקלען פלוס דער פארזעצונג, האט ער דעם חודש נאר דריי ארטיקלען מיט דער פארזעצונג.
זאל ער כאטש שניידן א פיפטל פונעם פרייז. דאס טוט ער נישט.
וואלט עס דאך נישט געווען א באדזשעט קאט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:58 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
עס איז נישט אמת, ביידע שרייבן די זעלבע וועג, ביידע פרובירן צו דראמאט'יזירן די ארטיקלען, און ביידע זענען פונקט אזוי מחשיב דעם גוי, סאו קאט אאוט דע בי. עס.
זייער ברוגז די חודש
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:50 am
דורך טיטאניק
איך פלעג קויפען כמעט יעדע חודש די שטערן
איך האלט אז די קינדער מעגען וויסען וואס טיט זיך אויסער די ד' אמות
כאטש זיי האבען מיר שוין אויפגערעגט כמה וכמה פעמים, אבער וואס האבען מיר עפעס בעסערס? דער בלאט און דער איד? די צייטונג? רעגען מיר אויף אסאך מער מיט זייער נערישקייטען, די מעלות איז סתם קאשוי'דיג פארגרעבט, דער בליץ איז סתם א פראבע פון א קאפי פון דער שטערן, היוצא לנו, נישטא עפעס בעסערס.
אבער די חודש האט ער איבערגעטריבען מיטען שרייבען די טראמא באשרייבינג פון "סקאנדאליעזע אפעראציעס וואס דאס מיליטער האט דורכגפירט אויף וועטעראנען"
איך האלט אז קינדער קענען האבען שרעקליכע קאשמארען פון אזא סארט באשרייבינג זייער איבערגעטריבען
איך האלט אז עס איז געקימען די צייט אז שמעון ראלינקצי זאל זיין אביסעלע מער פארזיכטיג וואס ער שרייבט חכמים הזהרו בדבריכם
און עס איז שוין צייט פאר א אויסגאבע וואס איז נישט סאטמאר געשטימט און נישט אזוי "קעגען די סיסטעם" געשטימט
עפעס נארמייל רוהיג און תוכנ'דיג
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:21 am
דורך מ גפני
דער שטערן די חודש האט היפש אסאך גרייזן
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:29 am
דורך ברסלבער
גראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:50 am
דורך טיטאניק
ברסלבער האט געשריבן:גראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
מיר ערקוואקסענע יונגעלייט האבען די קאווע שטיבעל און פאר די יחידי סגולה איז דא די מאחורי סא ממש א שאד אויף די געלט און הארעוואניע פון ראביי לאבין-ראלינצקי
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:55 pm
דורך אבי גערעדט
פאר א טשעינדש איז ער די חודש ארויסגעקומען אין צייט, כל הכבוד
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 2:27 pm
דורך קרעקער
פיקטשערס פון בלוטיגע קערפער
אפילו פאר טאטעס איז עס טו מאטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 2:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דו האסט דאך א נגיעה
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:54 pm
דורך יידל
כ'האב געזען אין געשעפט דעם ארטיקל איבער נאטורליכע מיסטעריעס. כ'האב עס נישט געליינט, אבער אזעלכע ארטיקלן קענען אפט זיין גאר גרייזיג כדי לרבות התמוה. כ'בין נייגעריג צו דא איז אויך אזוי, איינער האט געליינט און קען קאמענטירן?
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 4:24 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ברסלבער האט געשריבן:מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס.
אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
ועוד, מען דארף קענען דעם שונא.
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 5:44 pm
דורך מ גפני
יידל האט געשריבן:כ'האב געזען אין געשעפט דעם ארטיקל איבער נאטורליכע מיסטעריעס. כ'האב עס נישט געליינט, אבער אזעלכע ארטיקלן קענען אפט זיין גאר גרייזיג כדי לרבות התמוה. כ'בין נייגעריג צו דא איז אויך אזוי, איינער האט געליינט און קען קאמענטירן?
גראדע פון דעם ארטיקל האב איך הנאה געהאט, ס'איז זייער אינטערעסאנט
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:03 pm
דורך לאליפאפ
קרעקער האט געשריבן:פיקטשערס פון בלוטיגע קערפער
אפילו פאר טאטעס איז עס טו מאטש
בכלל האט ער אין די רעכטע זייט אונטן פון דעם ארטיקל דורכאויס די גאנצע פאר בלעטער א בילד פון א קאפ מיט אייזענעס רינגס און ארום, פעך כאפט א גרויל..
אויך האב איך באמערקט אז הרב אשר לעווין האט זיך אויפגעריסן ביים קוק ווינקל און דיסקוסירט וואטסעפפ מיט טוויטער...
נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:41 pm
דורך לאליפאפ
ס'האט נאך איינעם געצויגן אויפמערקזאמקייט אז שמעון ראלניצקי האט געשריבן דעי חודש די ארטיקל "פון מיין קוק ווינקל" אנשטאט אשר לעווין?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:26 am
דורך סאו וואט
יא. איך אליין האט עס אויך געווינדערט. וואס איז טאקע פשט דערפון.
קען נישט יואל אשר אראפלייגען עפעס בדרך הלצה?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:37 am
דורך ברסלבער
לכאורה האט עס יא געשריבן יואל אשר.
מען האט שוין גערעדט פון דעם אז דער שטערן איז נישט מקפיד וועלכע נעמען צו שרייבן. אינעם מפתח שרייבן זיי איין נאמען און פון אינעווייניג שרייבן זיי אנדערע נעמען, אלעס כדי צו צומישן דעם שטן...
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 11:01 am
דורך לאליפאפ
ברסלבער האט געשריבן:לכאורה האט עס יא געשריבן יואל אשר.
מען האט שוין גערעדט פון דעם אז דער שטערן איז נישט מקפיד וועלכע נעמען צו שרייבן. אינעם מפתח שרייבן זיי איין נאמען און פון אינעווייניג שרייבן זיי אנדערע נעמען, אלעס כדי צו צומישן דעם שטן...
מאכט נישט צו סאך סענס לגבי דעם ארטיקל, ווייל יואל אשר'ס ווערק איז דאך א שטארקן שטאלץ פאר זיי..
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 4:31 pm
דורך מאראנצןזאפט
מאמענט און מצליח, אלעס פיין און וואויל, דער קעניג פון אלע אידישע אויסגאבעס איז דער שטערן און איך זע נישט אז דער מאמענט מיט אירע אלע מעלות זאל איר קענען אזוי שנעל רעפלעיסן.
כאטש וואס דער הויפט ארטיקל רופט ארויס וואונדער ווארום מיר אלע ווייסן שוין אז ר' יואל אשר האט געגעבן א ניר, דאך אל תסתכל בקנקן, עס איז א העכסט אינטרעסאנטע אויספירליכע אפהאנדלונג איבער אלעס ארום דאנאר טראנספלענטן וואס וועט אייך האלטן געשפאנט.
ווי אויך דער עדיטאריעל פון הרב לעווין איז א הערליך שטיקל ארבעט ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים, ער ווייטאגט דאס שטאל מענטעליטעט ווען יעדער טאנצט נאך דעם ערשטן קו אין דער רייע גלייך צום שלאכט הויז, און ווי פארשטענדליך פארשלייערט ער דאס אויף אראמיש אז די מקטריגים זאלן נישט פארשטיין, און ער באציעט זיך צו די טייערע חתונה שטייגער. א וואונדערליכע ארטיקל וואס וועט אייך פארשאפן אן עונג יום טוב, און אפשר אויב ברסלבער האט פראטעקציע, אולי קען ער שאפן דעם טעקסט.
דער ניר ארטיקל איז כלל נישט דער געווענליכער זשורנאליסטישער סארט, עס איז כל כולו חידוש ווי הרב לעווין עפנט אויך די פארבארגנסטע אינטמישע קעמערליך פון זיין הארץ, מלא רגש און געפיל און גיסט איבער פאר זיינע ליינער שטיקער נשמה.
מיר האט עס בארירט ביז טרערן.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 6:08 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט גע'ענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון הרב לאבין. ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ער מאכט מיר וויינען, אבער דאס מאל איז עס מיט הייסע טרערן און מיט א שטעך אין הארץ. איך הייב אן איינצוזעהן איז איך בין פשוט און פראסט, א קאלטע יונג, וואס וועט זיך א ריר נישט געבן פאר א צווייטען. - צוליב מיינס א חולשה האב איך געמוזט איבערהיפן די שטיקלעך וואס קריכען אריין אינעם מענטשליכען קערפער, ווייל ס'ווערט מיר שווארץ און איך חלש אוועק, אבער די שטארקייט פון א אינגערמאן, וואס האט - ווי ס'דערקענט זיך - דאס געטוהן בלב ונפש חפיצה, נאכן איינזעהן אז ס'פשוט נישט שייך אנדערשט, דאס טיילט מיר אפ פון אים כרחוק האמת והשקר.
אשר"י לו.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 7:27 pm
דורך ישמעאל הכהן
איז נאך גוט אז כ'האב נישט געקויפט דעם שטערן. וואס דארף מען וויינען אין ניסן?
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 10:13 pm
דורך שמעקעדיג
איך האף דו עסט נישט קיין מרור. צו וואס זיך שטיקן און לאזן טרערן.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 10:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
א חיוב איז א חיוב, און מ'טוט דעם מצוה אכילת מרור מיט שמחה. אבער ליינען א 'שטערן' איז נישט קיין ציווי, איז צו וואס זאל מען צו 'שטערן' דעם הייליגן יו"ט?