בלאט 14 פון 16

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
די מאני סקעמער'ס כאפן זיך צו צו זיין פטירה ווי צו א געבראטנס, עס שפראצן שוין ארויס פרישע תהילים ביזנעסער. לויט א פרישע שאצונג פון אנאליסטן אויף וואל סטריט, זענען די רווחים פון די ערשטע פערטל יאר, געשאצט אויף 110% סוירפלאס...

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:30 pm
דורך דורכגעטראכטער
שעפטל האט געשריבן:און איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן מיטן גאנצן נוסח... דאס וואס עס איז יעצט דא....

זאגטס מיר נישט מ'גייט עס איבערמאכן מיט אלע טיטלן וכו' און צולייגן שפעטער!!!!!!!!!!!!

מציבת טאהש.jpg

קען זיין אז דאס איז נא די בעק פון די מצבה? טאמער נישט מיינט דאס אז זיי גיין נאך צילייגען.

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:48 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די עולם איז שאקירט מהאט אויסגעשפילט קאווע שטובעל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:34 am
דורך [NAMELESS]
הספד פון ר' אייזיק ספינקער
https://vimeo.com/136799203

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:34 am
דורך ציבעלע-קיגל
שעפטל האט געשריבן:
און נאדער דעם ברך משה'ס
(צום באמערקן, אז ס'שטייט נישט "טייטלבוים")



עס שטייט יא... עס שטייט ט"ב

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:18 am
דורך גרויסע מענטשעלע
ראשעקאל האט געשריבן:הספד פון ר' אייזיק ספינקער
https://vimeo.com/136799203

זאגט מיר א חבר אז די ספינקא דרשה איז נישט געלונגען ער האט זיך געבעטן ביים עולם צו וויינען אין גארנישט

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:20 pm
דורך פרייוויליג
איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:29 pm
דורך פרייוויליג
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..

אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.

איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....

אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן

איך גלייב באמונה שלימה אז ווען עס וואלט געווען דיין רבי וואלסטו עס געגלייבט מיט די זעלבע אמונה ווי איך גלייב אז דו וואלסט עס געגלייבט.

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:44 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מאטל שניידער האט געשריבן:.


דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די מאני סקעמער'ס כאפן זיך צו צו זיין פטירה ווי צו א געבראטנס, עס שפראצן שוין ארויס פרישע תהילים ביזנעסער. לויט א פרישע שאצונג פון אנאליסטן אויף וואל סטריט, זענען די רווחים פון די ערשטע פערטל יאר, געשאצט אויף 110% סוירפלאס...

טאהש איז תהילים - תהילים איז טאהש.

שמועס איך מיט א טאהשער דערוועגן פארציילט ער מיר אז ביי די 7טע הקפה שמחת תורה פלעגט טאהשע רבי זי"ע טאנצען מיט א תהילים.

איז דעס איז זיכער אזוי ווי מזאגט אין די יהי רצון פאר תהילים כשם שנזכה לומר שירה בעולם הזה כך נזכה לומר שירה בעולם הבא.

אויף ישועות בין איך נישט באזארגט די שאלה איז נאר צו זיי גיין מאכן געלד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:50 pm
דורך שעפטל
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:15 pm
דורך שלמה המלך
דער עולם האט געוויינט! ניין נישט געברעטשעט מ'זאל עס הערען אויף'ן ריקארדינג אבער רוב הציבור האט געווישט טרערען! (וגם אני בתוכם)
אבער פון עזרת נשים האט מען יא געהערט ברעטשענען....

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:29 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שעפטל האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

בכלל האט ספינקא רבי א מעלה אז ווען ער וויינט אין ער רעדט זעהט אויס ווי 2 מענטשען ממילא הערט מען אייביג ברעטשענען.

אבער דעס אלעס מאכט נישט אויס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:46 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
פרייוויליג האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:נישט דא וואס צו לאכן
מיט דער גרעסטן דרך ארץ וואס כ'האב פאר די עהרליכע יוד דער טאהשער רבי ז''ל וואס איז באמת געוועהן א גרויסן עובד השם א זעלטענהייט אין די האנטיגע דור אין איך האב זוכה געוועהן צו זיין ביי איהם..

אבער משם ועד עתה דאס איז שוין גאנג פליז...
אזוי צו איבער טרייבן מיט גוזמאות לשונות טיטלען וכדו' וואס איז זיינט גלייכן נישט דא אין די כדור הארץ וכו' דאס שוין נישט.. נישט נארמאל נאר משוגע..
דאס נעמט אראפ דער גאנצע ערך אין די חשיבות פין טאהש ביי אסאך מענשטן אין מאכט ביליג זייערע ווערט.

איך רעד נישט פין דער תוכן הלשון וואס איז געפערליך לכל מומחה ומבין בלשון.....

אוקעי שוין דער עיקר דער רבי זצ''ל זאל זיין א גוטע בעטער פאר אונז אלע בעולם העליון אמן

איך גלייב באמונה שלימה אז ווען עס וואלט געווען דיין רבי וואלסטו עס געגלייבט מיט די זעלבע אמונה ווי איך גלייב אז דו וואלסט עס געגלייבט.


לאו דוקא
איך גלייב אין די טאהשער רבי גענוג שטארק אבער מרבה צו זיין מיט טיטלען איז נישט גאנגבאר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:23 pm
דורך געוואלדיג
נו, קיינער האט נישט קיין בילד פון פארנט פון די מציבה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:איך האב דיין חבר געזען טעקסען אויף וואטסעפפ בשעת די הספד. די אידן ארום מיר האבן פארגאסן טרערן.

ווען מ'וויינט הערט מען.

דאס גאנצע געבעהט בכלל דארף אן עקסטערע אפהאנדלונג......

בכלל האט ספינקא רבי א מעלה אז ווען ער וויינט אין ער רעדט זעהט אויס ווי 2 מענטשען ממילא הערט מען אייביג ברעטשענען.

אבער דעס אלעס מאכט נישט אויס

כ'פארשטיי נישט: דעס איז דאך די וויליאמסבורג'ער שפראך. ווען ער זאלל רעדן ביי א מלוה מלכה פאר זיין ביהמ"ד וואלט ער גערעדט מיט דעם זעלבן טאן...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:15 pm
דורך כפתור
צו דראמאטיש און ווייניג תוכן.
איך וואלט געוואלט הערן פון איינעם וואס קען "קערפער שפראך" צו אנאליזירן די דרשה... סתם פאר אינטערעסאנטקייט

אנדערע צוואה פון טאהש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:18 pm
דורך שעפטל
ס'איז פארשפרייט געווארן נאך א צוואה וואס דער טאהש'ע רבי האט געשריבן בכתב יד קדשו אינטערגעשריבן דורך דריי עדים אז דער איידעם הרה"ג ר' אברהם כ"ץ שליט"א רב (ור"מ?) משכנות לאביר יעקב אין מאנסי מעג זיך רופן "טאהש" אין מאנסי, ער איז ענדגילטיגער בעה"ב אין די (ברייטפארצווייגטע...) טאהש'ע קהילה און מוסדות אין מאנסי... און קיינער קען זיך נישט רופן דארט אין מאנסי אזוי!

עס דארף באמערקט ווערן, אז די צוואה פאר כ"ץ איז געשריבן געווארן בערך 6 יאר פאר די אנדערע צוואה ווי ער אסר'ט איינעם זיך צו רופן טאהש חוץ בנו מ"מ

צוואה לכ''ץ.jpg
צוואה לכ''ץ.jpg (219.83 KiB) געזען געווארן 1936 מאל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:24 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
שוין עס הייבט זיך אן.......

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נישט קיין צוואה. דאס איז אזא גילוי דעת אז די געלט וואס ער גיבט איהם איז זיינס און ער וועט עס נישט צוריק מאנען.
דער צוואה איז 'דעת קדשו'. דער וואס וויל זיך אנהאלטען צו זיין נאמען, זאל וויסען אז אזוי דארף זיין. אין ב"ד איז דער צווייטע נישט גילטיג און בדעת האדוקים איז דיר ערשטע גארנישט.
ויאכלו ענוים וישבעו.
כן יאבדו כל אויביך, אזוי זאלען אלע סתירות אין רמב"ם פאר'ענטפערט ווערען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
שעפטל האט געשריבן:ס'איז פארשפרייט געווארן נאך א צוואה וואס דער טאהש'ע רבי האט געשריבן בכתב יד קדשו אינטערגעשריבן דורך דריי עדים אז דער איידעם הרה"ג ר' אברהם כ"ץ שליט"א רב (ור"מ?) משכנות לאביר יעקב אין מאנסי מעג זיך רופן "טאהש" אין מאנסי, ער איז ענדגילטיגער בעה"ב אין די (ברייטפארצווייגטע...) טאהש'ע קהילה און מוסדות אין מאנסי... און קיינער קען זיך נישט רופן דארט אין מאנסי אזוי!

עס דארף באמערקט ווערן, אז די צוואה פאר כ"ץ איז געשריבן געווארן בערך 6 יאר פאר די אנדערע צוואה ווי ער אסר'ט איינעם זיך צו רופן טאהש חוץ בנו מ"מ
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:שוין עס הייבט זיך אן.......

איז וואס איז די חידוש דערפון? עס שטייט דאך קלאר אין די אפיציעלע צוואה וואס מען האט פארגעליינט און פארשפרייט אז עס איז דא נאך שטרות און די צוואה איז נאר א הוספה אויף יענע:
... וגם כתבתי גילוי דעת בענין המוסדות של ״טאהש״, וההתמנות הנ״ל והגילוי דעת נשארים בתוקפם בלי שיוגרע כחם מחמת צוואתי זאת, אדרבה צוואה זו היא תוספות על שטרות הנ״ל.

איז לכאורה פאנגט זיך גארנישט אן דערוועגן.

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:14 pm
דורך שמערל
דער חידוש איז אז זיינע געטרייע גבאים האבן געהאט די חוצפה אים צומאכן אינטערשרייבן אויף א פאראויס געטייפטע צוואה ווען ער האט שוין נישט געוואוסט פון זיין חיות צוזאגן, כאטש וואס דער זעלבער מענטש האט מיט זיין אייגן כתב יד געשריבן און געוואלט אנדערש.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:25 pm
דורך גאנצל
קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:דער חידוש איז אז זיינע געטרייע גבאים האבן געהאט די חוצפה אים צומאכן אינטערשרייבן אויף א פאראויס געטייפטע צוואה ווען ער האט שוין נישט געוואוסט פון זיין חיות צוזאגן, כאטש וואס דער זעלבער מענטש האט מיט זיין אייגן כתב יד געשריבן און געוואלט אנדערש.

איך זע אז דו האסט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן, ער שרייבט דאך קלאר אין די נייע צוואה, אז גארנישט טוישט זיך נישט פון די אלטע, איז פארוואס מאכסטו דא א מצב פאר גארנישט?