בלאט 14 פון 16
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:20 pm
דורך לאדיך אפ
אויס מענטש האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:די רבנים האבן א סך נגיעות. ביי דעם יעצטיגן פונקט, אויב זיי וועלן נאכגעבן, האבן זיי מורא אז דער עולם וועט איינזען אז זיי האבן אין לויף פון די אלע יארן געמאכט א שטורעם אין קאלט וואסער, און דאס וואס זיי האבן געשריגן אז ס'איז הלכה למשה מסיני איז בסך הכל א פאליטישער שפיל.
פארוואס זאל דער מהר"ם שיק ואתו עמו די אלע פוסקים
וואס האבן געשריבן אז מציצה בפה איז הלל"מ געמיינט צו שפילן פאליטיק?
קען זיין אז די היינטיגע רבנים שפילן פאליטיק אבער אז מציצה בפה איז הלל"מ איז נישט זייערס אן אויפטו.
און פארוואס האט די חתם סופר און רשר"ה און אפילו הרב וואזנר און נאך עס מתיר עגעווען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:57 pm
דורך קלאר
לאדיך אפ האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:די רבנים האבן א סך נגיעות. ביי דעם יעצטיגן פונקט, אויב זיי וועלן נאכגעבן, האבן זיי מורא אז דער עולם וועט איינזען אז זיי האבן אין לויף
און פארוואס האט די חתם סופר און רשר"ה און אפילו הרב וואזנר און נאך עס מתיר עגעווען?
הרב וואזנער האט דאך געשריבן א בריוו
ווי ער שרייבט זייער שארף אז מ'דארף אנהאלטן מציצה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:35 pm
דורך יידל
איך ווייס נישט וואס לאדיך אפ האט געמיינט מיט הרב וואזנער, אבער לויט הרב דר. מרדכי הלפרין און זיין ספר "רפואה מציאות והלכה" האט הרב וואזנער מתיר געווען פאר א מוהל מיט הוירפיס (א.א.וו. רוב מוהלים) צו מאכן מציצה בפה בהפסק כלי, ער האט אבער שפעטער באשלאסן נישט צו פארענפטליכן דעם פסק ווייל לדעתו איז יעצט א מצב ווען די רעפארמער און אנדערע פירן א מערכה אנטקעגן מילה. אזוי אויך האט הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי חלק ח' סימן רסז גע'אסר'ט מציצה בפה דירעקט פאר ערוואקסענע עולים פון רוסלאנד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:36 pm
דורך יידל
משה רוקח האט געשריבן:איך האב א סעלושען פאר די רבנים.
מען זאל אויפנעמען א צוויי דריי מוהלים וואס זיי וועלן זיך כסדר טעסטן פאר הערפיס און אויב ס'וועט זיך מאכן אמאל א קעיס מיט א קינד און די דאקטאר וועט פרעגן ווער דער מוהל איז, וועט מען שיקן צו די צוויי מוהלים וואס מען איז זיכער אז זיי זענען ריין דערפון.
אזוי וועט מען קענען פראוון אז ס'קומט נישט פון מציצה בפה בכלל.
מיינס צו זאגן אויספאפן, נישט פראוון, ריכטיג?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:07 pm
דורך אויס מענטש
פארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:39 am
דורך פריינדליך
אויס מענטש האט געשריבן:פארוואס טאקע מיינסטו אז דער מהר"ם שיקס פסק איז געווען פאליטיק נניח אז עס איז געווען לשם שמים
אבער ווער זאגט אז עס איז געווען פאליטיק בכלל!
אם כן לא הנחת בי"ד עד רשב"ג אז אלעס איז געווען פאליטיק
און אפשר איז בעצם די גאנצע מושג פון הלכה למשה מסיני אויך א פאליטיק לשם שמים
איך מיין ווי ענדיגט זיך פאליטיק און ווי הייבט זיך אן אמתע הלכה?
די דעבאטע פון מציצה בפה האט שוין לאנג עקספייערד, א דעבאטע האט בדרך כלל דריי שטאפלען,
די ערשטע שטאפעל איז, ווען מענטשן באקימען און זאגען קעגען זייטיגע מיינוגען איבער א אישו,
די צווייטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט צוזאמען און מען פראבירט איינער דעם אנדערן צו איבערצייגען,
די דריטע שטאפעל איז, ווען מען שמיעסט טאקע, אבער נישט צוזאמען, נאר יעדער פראבירט צו זאגען א פוינט העכער און שטערקער אפגעזען צו די פוינט האט מיט די מציאות אדער צו די פוינט קען איינעם איבערצייגן עפעס,
דא און שטיבעל האלט די דעבאטע ביים דריטען שטאפעל, ווי יעדער איז פעסט מיט זיין מיינוג טייל שרייבער האבן אנגענימען די זייט פון די רבנים, אנדערע האבן אנגענימען די זייט פון די העלט דיפארטמענט, במילא זאל עס דיר נישט זיין מאדענע אז די טרעפט ארגעמונטן וואס איז נישט ריכטיג און באלאנגט נישט אהער, ווייל די אישו ווערט מער נישט דעבאטירט אז איינער זאל ווערן הערן פינעם צווייטען,
עס איז א ערענסטע שאלה צו די דעבאטע האט בכלל אמאל געהאט א טשאנס, אבער לאמיר עס געבן די בענעפיט אוו די דאוט אז יא,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:14 am
דורך דבילה
יידל האט געשריבן:אזוי אויך האט הרב וואזנער אין שו"ת שבט הלוי חלק ח' סימן רסז גע'אסר'ט מציצה בפה דירעקט פאר ערוואקסענע עולים פון רוסלאנד.
וואס איז געשען מיט מסירת נפש פאר א מצוה?! מל ולא מצץ כאילו לא מל!!!
(ווי האט נאר דער פויער געזאגט, ווער ווייסט וואס נאך די רבנים ווייסן און זיי פארציילן אונז נישט...)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:34 am
דורך אויס מענטש
ר' יאנקל דאס הייסט גענטפערט צו דערזאך
יישר כח איך האב געליינט דעם לינק
יישר כח נאכאמאל
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:15 am
דורך קלאר
קלאר האט געשריבן:א טיפיקעל הערשל קלאר/ברילל/זיכערמאן/צימערמאן קול קורא, געדריקט אין איד אפיס
שטינקט פין פאליטיק פין אינטען ביז אויבן
וועם ער מאכט אפ אז ער האט גענוג א ברייטע היט, מעג גיין ביי די אויבערשטע ליסט אין ווער נישט דארף גיין אינטען לפי סדר הא'ב'
אין ביי די אויבערשטע ליסט דארף מען האבען גענוג ??? צו קענען זיין קודם אין נאכדעם, עס האט נישט מיט קיין כפי סדר קבלתן אדער סדר הא'ב'
פארוואס זאל נישט ר' משה מאיר בריעף זיין פאר ר' זלמן לייב? האסט געטשעקט ווער עס איז א גרעסערע פוסק הדור?
פארוואס איז ר' חיים יושע ה''ש אבד''ק סאטמאר מאנסי אין ר' אברהם הערש וואזנער אבד''ק יטב לב, האסט זיי ביידע פארהערט? האסט געשטעקט ווער עס פירט א גרעסערע קהילה? אדער וועס עס האט א ברייטערע הויכע היט?
פארוואס איז ר' משה גרין אינטען פין די ערשטע ליסט? ווייל ער האט נישט קיין לאנג בארד? אדער ווייל ער האט א שטאפענע היט?
יעדע נאמען אין יעדע פלאץ ווי דער נאמען ליגט האט א חשבון
ווער רעדט נאך פין די חתימות, למשל ביי די זאליס וועט ער נעמען פין יעדן שמויגער אריינגערעכנט מנשה פילאפ, יצחק מאנדעל וכו' אין ביי קלויזענבורג האט ער ניטעמאל איין חתימה
אין אזוי ווייטער מיט יעדע קהילה רעכנט מען זיך אפ וויפיל דיינים מען ניצט
ער חלומ'ט אז לייגן חתימות אויפן קול קורא מאכט גרויס יענעם רב אדער דייין
בקיצור די האבען איין ציהל אין פארדעם קומט זיי גיט די מערכה
זארגט אייך נישט, זיי פירן נישט די מערכה, ווען יא איז אך אין וויי
זיי פירן בלויז זייער פאליטיק
נישט אימזינסט איז דער איד אפיס די די מכירה ראשית פונעם קול קורא - ה"קול קורא" באדיבות 'דער איד'
איך זעה אז 'התאחדות' רעכנט זיך מיט קאווע שטובעל
מ'האט געטוישט די קול קורא אין געמאכט אלע רבנים לויט די א' ב'
אפשר איז עס יעצט א בזיון התורה אז ר' אייזיק ספינקער איז אין די דריטע קאלום
די עיקר איז אז התאחדות רעכנט זיך מיט קאווע שטובל וואס דאס מיינט אז אינז די האמיר הכשר פין התאחדות...
עס איז נאר אינטערסאנט ווי די פאליטקאנטען ארבייטן
אין די היימישע צייטונגען אין מאגזינען לייגן זיי די נייע קול קורא
אבער אין די ענגליש צייטונגען לייגן זיי ווייטער די אלטע קול קורא

נו, איז עס נישט איין שטוק פאליטיק?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:24 am
דורך a1b2
זעהט אויס אונז האבען נישט די הכשר פין די ou
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:43 am
דורך שעפטל
יעצט געווען א מיטינג אראנדזשירט ביי ר' פישל (פרעד) קרייזמאן, אין די סיטי האל מיטן מעיאר מייקל בלומבערג (שר"י?).
משתתפים: כ"ק הגה"צ אדמו"ר וגאב"ד וויען שליט"א - בשם התאחדות הרבנים, העסקן ר' יצחק אלעזר ווירצבערגער - אידישע ליעזאן צום מעיאר, הרב חיים דוד צוויבל - עקזעקיוטיוו ווייס פרעזידענט פון אגודת ישראל אף אמעריקע, הרב גדלי' וויינבערגער - אגו"י, און ר' משה דוד נידערמאן - יו.דזשעי.או. וויליאמסבורג און כ'הער איינער פון די או.יו.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:50 pm
דורך קלאר
אבי מ'רעדט נישט פין די געקענסעלטע מיטינג נעכטן אין וויליאמסבורג...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:53 pm
דורך לאדיך אפ
וואס איז געווען די געקענסעלטע מיטנג נעכטן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:54 pm
דורך לעמיל
גישאסען א סטעטמענט פארוואס נישט.....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:30 pm
דורך קלאר
לאדיך אפ האט געשריבן:וואס איז געווען די געקענסעלטע מיטנג נעכטן?
געהערט נאכטן פין א זאלי אז עס גייט זיין אן אסיפה פין פאלעטישאן'ס ביי מהרז''ל אינדערהיים וועגן מציצה בפה
אין יעצט זעה איך אז די ארונים זאגען אז ס'איז געקענסלט וועגן פאליטיק
קען זיין אז ס'נישט אמת, אין די אסיפה איז יא געווען/גייט יא זיין/קיינמאל נישט געדארפט זיין,
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:31 pm
דורך שעפטל
קען דעס בלייבן אין אידישע נייעס? צו דעס גייט באלד אנקומען אין צימעס? מ'רעדט דא פון התאחדות און נישט פריוואטע געריפענע צו געוועזענע מיטונגן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:37 am
דורך John Doe
פריינדליך האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט
דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"
די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?
די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,
בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,
דו לעבסט אין אן עולם הדמיון. די NYC העלטה דיפארטמענט איז אן ארגעניזאציע געשטעלט אפצוהיטן דאס געזונטהייט פון די נו יארקע באפעלקערונג. רוב פירער פון די העלטה דיפארטמענט זענען דאקטורים אדער שפעציאליסטן אין פארשידינע פעלדער פון דעזיז פריווענשן. געב א קוק דא און זעה אליין
http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/p ... gchart.pdfיום כיפור, וואס איז זדונו בכרת, פארשטייט יעדער נישט צו זיין קיין חסיד שוטה און אויספאלגן פונקליך אויב א דאקטער הייסט נישט פאסטן. פארוואזשע דא זאל מען נישט פאלגן וואס די דאקטוירם הייסן?
גזירת מציצה בפה יעצט אדורך ליידער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:36 pm
דורך היסטאריקער
פרטים?
עצות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:38 pm
דורך שעפטל
ברעכענדיג: די ניו יארק סיטי באורד פון העלטה האט באשטימט די נייע מציצה בפה געזעץ! כולנו למערכה!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:38 pm
דורך פריינדליך
John Doe האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:זיי האבען נאר א פראבלעם פין די ליינער פין קאווע שטובל וואס גלייבן די העלט דעפארטמענט
דו ביסט אויף אריינגעפאלען און די טרעפ וואס הייסט "העלט דעפארטמענט"
די העלט דעפארטמענט איז א מאשין אנע געפילען וואס קען רעדען?
וואס איז העלט דעפארטמענט? עס איז א קאמפיוטער?
די העלט דעפארטמענט האט מענטשן וואס ארבייטען דארט און זיי ניצען אויס זייערע פאוער וואס זיי האבן ארבייטענדיג דארט דורכפירען זייער רשעות וואס קימט פון זייער אנגעגעסענע האס וואס זיי האבן קען ארטעדאקסישע אידן,
בעבר האט עס געפירט דר פרידמאן א איד וואס האלט נישט קיין אידשקייט, יעצט האבן זיי אנדערע אידן וואס פירען עס, בלומבערג איז אויך א איד,
בסך הכל ליידט מען דא פון אידן וואס האבן הויכע פאזציעס,היטען נישט קיין אידשקייט, און ניצען זייער פאזציע צו זאגען און אויסציפירען וואס זייער הארץ באגערט,
דו לעבסט אין אן עולם הדמיון. די NYC העלטה דיפארטמענט איז אן ארגעניזאציע געשטעלט אפצוהיטן דאס געזונטהייט פון די נו יארקע באפעלקערונג. רוב פירער פון די העלטה דיפארטמענט זענען דאקטורים אדער שפעציאליסטן אין פארשידינע פעלדער פון דעזיז פריווענשן. געב א קוק דא און זעה אליין
http://www.nyc.gov/html/doh/downloads/p ... gchart.pdfיום כיפור, וואס איז זדונו בכרת, פארשטייט יעדער נישט צו זיין קיין חסיד שוטה און אויספאלגן פונקליך אויב א דאקטער הייסט נישט פאסטן. פארוואזשע דא זאל מען נישט פאלגן וואס די דאקטוירם הייסן?
עס איז א גיטע עצה אז ווען מען קוואט איינעם זאל מען קודם קיקען וואס יענער האט געשריבען, און דערויף פראבירען צו ענטפערען,
האסט מיר גע'קוואט, און דערויף געשריבען זאכען וואס האט אינגאנצען נישט מיט דאס וואס איך האב געשריבען, מן הסתם האסטע זיך פארטוישט אויף וועלכע תגובה האסט געוואלט מגיב זיין
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:41 pm
דורך לאדיך אפ
עצה: פארן קיין מאנסי/קרית יואל/לעיקוואד/יונאן סיטי/אדג צו מאכן בריתים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:54 pm
דורך פיינע קאווע
קען מיר איינער מסביר זיין וואס גיי איך ברויכן טוען אנדערש יעצט אויב איך וועל מאכן א ברית ? אינטערשרייבן א צעטיל? אדער עפעס מער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:57 pm
דורך לעמיל
אינטערשרייבען א צעטיל, און אויב חס ושלום דיין קינד גייט איין טאג אראפ פאלען און די דאקטער וועט מחליט זיין אז ער וויל מאכען א טשיילד עביאוז קעיס וועט דעיס זיין א ראיה און קארט אז דו קערסט נישט אויף דיינע קינדער ווייל דו ביסט מאכסט אפי' מציצה בפה אפי' דו ווייסט אז עס איז א סכנה