בלאט 14 פון 19
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 12:20 am
דורך וואלווי
כ'ווייס נישט צו מ'קען עס אנרופען "לערנענדיג" האב איך אויפגעפאסט, אבער אז די משנה אין ברכות זאגט בנוגע קרי"ש הרי זה כקורא בתורה קען מען עס דאך שרייבן...
די הייליגע תורה זאגט "ונתתי עשב בשדך" ווייסט עטס יודישע קינדער פארוואס דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקען מיט "יאמי גראז"??? הערטס גוט צו, אלס איז נאר, כדי "ואכלת ושבעת" אז צום סוף קומט אזעלעכע גוטע "מאנטשיס" או מיי גאש!!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 12:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:די הייליגע תורה זאגט "ונתתי עשב בשדך" ווייסט עטס יודישע קינדער פארוואס דער הייליגע באשעפער האט אונז באשאנקען מיט "יאמי גראז"??? הערטס גוט צו, אלס איז נאר, כדי "ואכלת ושבעת" אז צום סוף קומט אזעלעכע גוטע "מאנטשיס" או מיי גאש!!!
רש"י זאגט אויף די לעצטע פסוק פון ספר יונה, אז 'בהמה' קען מיינען א מענטש וואס האט שכל ווי א בהמה. קען זיין אז דאס איז פשט דא אין פסוק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:48 am
דורך וואלווי
יא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 4:03 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: יא. ס'איז דא א וועלט'ס קשיא. אונז ווייסן דאך אז די גמ' זאגט אז א מענטש חלומ'ט ביינאכט פן וואס ער טראכט בייטאג. נו, וויאזוי האט פרעה געחלומ'ט אז ער שטייט ביים ברעג ים. און ס'קומען ארויף די קוען פון וואסער...?! אום פ' מקץ איז דאך שוין רוב יארן דא שניי...! און די קוען פאשען ניש אינדרויסן און עסן גראז...! נאר דער תירוץ איז, אז פרעה האטציך אפגעלערנט פון די רעבעס. אום פ' מקץ איז ער נישט געווען אין ניו יארק אדער וואשינגטאן. נאר אין מיאמי ביים ברעג ים...!
אבער די תורה אליינס איז שוי אלד פעשיאנ'ד. ווייל היינט פארן די רעבעס מער נישט קיין מיאמי. זיי אלע פארן קיין פאלם ספרינגס...! אין מדבר. מקבל צו זיין די תורה...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:04 am
דורך וואלווי
יא יא, אזוי שטייט דאך און פסוק ע"ש העתיד, לא מעבר ליום הוא...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:04 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:יא יא, ס'דא אזא טייטש אין פסוק, צדקתך כהררי קל, די צדיקים פארן אויף בערג, משפטיך תהום רבה, די דיינים ביים ים, אדם ובהמה, איך און מיין ווייב, תושיע ה'...
בשם הרב יצחק מנחם וויינברג הנקרא אדמו"ר מטאלנא.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:01 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ווארט 'מינות' מיינט עבודה זרה, און א 'מין' מיינט א כומר-גלח פאר אן עבודה זרה. און ווען די גמרא זאגט 'שאני מינות דמשכי' מיינט עס אז די יצר הרע פון עבודה זרה איז זייער שטארק. ס'דא א מחלוקת אין גמרא צי א מומר להכעיס רופט מען אויך א 'מין', אבער די ווארט מינות מיינט לכו"ע עבודה זרה.
קען זיין אז פאר ענק איז עס פשוטע זאכן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב אלץ געמיינט אז מינות מיינט כפירה.
די רמב"ם אין הלכות תשובה פ"ג הט"ו האט פינף דעפעניציעס אויף מינים, איינס איז עיטיאיסטן, און איינס איז עובדי ע"ז, און נאך.
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
ריכטיג האט געשריבן:די רמב"ם אין הלכות תשובה פ"ג הט"ו האט פינף דעפעניציעס אויף מינים, איינס איז עיטיאיסטן, און איינס איז עובדי ע"ז, און נאך.
יא כ׳האב אויך געלערנט די רמב״ם, אן מן הסתם פון דעם איז געקומען מיין טעות. למעשה האב איך געזען א ווען די גמרא רעדט פון ווי ווייט מ׳דארף זיך דערווייטערן פון מינות רעדט די גמרא פון עבודה זרה. כ׳האב עס ערווענט אביסל אין די תגובה וואס דו האסט געקוואוט!
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:49 am
דורך חסיד פון ליטא
כ'האב אמאל געהערט א פשט אויף די ווארט 'מין' אז ס'מיינט יעדער וואס גלייבט נישט אין אידישקייט. ס'הייסט ער איז אן אנדערן מין.
לפי"ז קען עס מיינען אלע סארטן.
ווענד זיך וואו די חמר שטייט איין.
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 3:49 am
דורך וואלווי
רבי זירא אשכח לרב יהודה דהוה קאי אפיתחא דבי חמוה וחזייה דהוה בדיחא דעתיה (שבת ע"ז ע"ב)
זעט אויס אז רב יהודה דער בן ישיבה פאר'ן אריינגיין צום שווער און דארפ'ן נאכזאגען א שטיקל תורה האט געדארפט מקיים זיין די מילתא בדיחותא פאר'ן לערנען...
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אדער קענמען לערנען פשט אז ער האט געוואוסט אז ער גייט קענען ביים פארהער. נאר מיין קשיא איז וואו איז דער שווער געווען פאר מ'האט געטון דעם שידוך...?!
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2018 10:01 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
איך האב געהערט א טיעף ווארט...
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ה' עמוד ב'
רבי אלעזר חלש... ר' אלעזר איז קראנק געווארען. על לגביה רבי יוחנן... איז געגאנגען צו איהם (מבקר חולה זיין) ר' יוחנן. חזא דהוה קא גני בבית אפל... האט ער (ר' יוחנן) געזעהן אז ער (ר' אלעזר) האט געוואוינט אין א טונקאלע הייזקאלע. גלייה לדרעיה ונפל נהורא.. האט ער (ר' יוחנן) אויפגעדעקט זיין ארבעל און עס איז געוורען ליכטיג.
איז שווער... די גמרא זאגט אז ר' יוחנן איז געוועהן אזוי שיין אז עס האט געשיינט פון איהם, פארוואס האט ער געדארפט אויפגעקען זיין ארבעל, זיין פנים איז דאך נישט געוועהן צוגעדעקט, זיין פנים וואלט דאך געדארפט שיינען?
האט געזאגט הרב שך זצ"ל... וואו מענטשען קוקען שיינט נישט!
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2018 12:38 am
דורך שמעון וואלף
בזמננו איז די קללה "ימח שמו" די ערגסטע וואס איז שייך און דאס איז רעזערווערט פאר אזעלכע ווי היטלער און מענגעלע ימ"ש וכדומה.
ס'מיר געווען מאדנע למשל ווי די מנח"א פלעגט זאגן ציוניסטן מיזרחיסטן אגודיסטן ימח שמם, היתכן?
האב איך געזעהן היינט אין יערות דבש ווי ער איז זיך מתמרמר אויפ'ן מצב הדור און ער שרייבט אז ווען איינער איז מזלזל בכבוד פון די רב אדער ראה"ק וועט מען אים רודפ'ן עד חרמה אבער ווען מ'טוט עפעס נגד התורה וועט מען גארנישט טון העכסטענס וועט מען זאגן "ימח שמו". קוקט אויס אז דאס איז געווען פון די גאר שוואכע אויסדריקן
נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2018 11:21 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
לג בעומר
פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר
איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 12:34 pm
דורך cictim
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:לג בעומר
פארוואס זאגט מען לג בעומר און נישט לג לעומר? ווען מען ציילט ספירה זאגט מען דאך לעומר
איז מיר איינגעפאלען אז לג בעומר איז די יאהרצייט פון די רמ"א און ער האט געהאלטען אז מען זאגט בעומר
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=355600#p355600
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 1:48 pm
דורך ונבנתה העיר
ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:51 am
דורך שמעון וואלף
ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:26 am
דורך וואלווי
ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
שיין צו זעהן אן אמת ווארט אן פשעטלעך.
כעי"ז איז דא אן אמת ווארט אויף די גמ' אין מס' שבת ביי די סוגיא פון חנוכה "לשנה הבאה קבעום" וואס ס'איז דא אלע מיני תורה'לעך פארוואס מ'האט געווארט ביז'ן קומענדיגען יאהר. אבער די אמת איז אז עפ"י דיקדוק האט מען בכלל נישט געווארט, ווייל לשנה מיט א "ל" איז טייטש יעצט האט מען קובע געווען בנוגע די קומענדיגע יאר. ס'שטייט נישט בשנה הבא מיט א "ב", וואס דעמאלטס וואלט עס געמיינט אין די קומענדיגע יאר האט מען זיך דערמאנט.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:29 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:ול"נ, אז מען טוט א מעשה ספירה, ציילט מען צום עומר. איך צייל יעצט אפ דעם דריי און דרייסיגסטן טאג צום הקרבת העומר.
אבער אז מען וויל געבן א תואר פאר'ן טאג, איז דאך דער טאג אן ענין עצמאי. היינט איז דער און דער טאג 'אין' די ימי העומר.
מען ציילט פון די עומר נישט צום עומר
די שימוש פון אות ל' גייט ביידע וועגען, פון און צו, מלעיל ומלרע, למעלה ולמטה.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 1:51 am
דורך רביה''ק זי''ע
די גמרא זאגט אין סנהדרין דף מ: אז ווען עדים קומען מחייב זיין א מענטש מיתה, פרעגט מען זיי צווישן אנדערע "קיבל עליו התראה?", "התיר עצמו למיתה?". און רש"י איז מסביר אז 'קיבל עליו התראה' מיינט אז ווען די עדים האבן געזאגט די התראה האט ער זיי געענטפערט "יא איך ווייס אז מ'טאר נישט". און 'התיר עצמו למיתה' מיינט, אז ער האט אויך געזאגט "איך ווייס אז מ'גייט מיך 'הרג'נען און פאר דעם טו איך די עבירה". ווייל אויב ער האט נישט געזאגט די זאכן הרגעט מען איהם נישט.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 2:13 am
דורך Avrom
וואס מיינסטו צ'י זאגען
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 2:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאס וואס איך האב געזאגט.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 10:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א תשובה פון הרב שלמה קלוגער זי"ע (היינט נאכט, ל׳ סיון, די יארצייט)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk