בלאט 131 פון 213
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
מורינו יא? עס איז א טיטיל, אזויווי מען שרייבט ר' און מוה''ר פאר יעדען שמויגער,
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 8:14 pm
דורך chusid
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מורינו יא? עס איז א טיטיל, אזויווי מען שרייבט ר' און מוה''ר פאר יעדען שמויגער,
איך קען אים נישט אפפרעגן אבער דא זאגט ער דער אדונינו פון גור...דאס הייסט אדונינו-מיין אדון ^ פון גור?!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 10:07 pm
דורך שמוליק
מרדכי האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:איינער ווייסט פ״וו די מוסלימענער פארבען זיך די האר מיט אזא אומנארטורליכע ארענזשע קאליר?
ס'הייסט אפיציעל אז מוחמד האט עס געטיהן און זיי ווילן גיין און זיינע וועגן. וואטעווער.
האהא כ'אב פינקט יעצט געהאט די זעלבע קשיא ווען כ'האב געזען דעם גוי פון דעם gas station גלייך פאר די וואשינגטאן בריק.
נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 3:14 pm
דורך רפאל
איך וויל וויסן ווי אזוי עס ארבעט די וועלטס האנדל - סטאק מארקעט - געלט - והמסתעף.
איז דא אשכולות איבער דעם? דאקומענטריעס? גרינגע ביכער?
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:52 am
דורך שמעון וואלף
פארוואס מילך האט א פריערדיגע עקספערעישאן דעיט אין ניו יארק סיטי ווי אפסטעיט
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:58 am
דורך וויל קענען
מייקל בלאמבערג מיט זיין קליקע זענען נאר געווען אין סטעט נישט סיטי
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:03 am
דורך וויל קענען
וויל קענען האט געשריבן:מייקל בלאמבערג מיט זיין קליקע זענען נאר געווען אין סיטי נישט סטעט
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:03 am
דורך שמעון וואלף
אבער בעיסט אן וואס, האט ער עס איינגעפירט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:08 am
דורך שמעון וואלף
רפאל האט געשריבן:איך וויל וויסן ווי אזוי עס ארבעט די וועלטס האנדל - סטאק מארקעט - געלט - והמסתעף.
איז דא אשכולות איבער דעם? דאקומענטריעס? גרינגע ביכער?
דא האסטי א
לינק פאר א גוטע בוק וואס שמועסט אלעס אויס
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:11 am
דורך וויל קענען
עי׳ NEW TITLE TIMES OF JUN15בערך2010
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:14 am
דורך וויל קענען
מיין מאשין מאכט פראבלעמען קוק
n.y TIMES of june 15 2010
ווען די געזעץ איז ארויס
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:44 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוואס מילך האט א פריערדיגע עקספערעישאן דעיט אין ניו יארק סיטי ווי אפסטעיט
דא האסטו: סה"כ איז עס א מיסטעריע
http://gothamist.com/2008/02/07/milk_2.php
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:47 pm
דורך קאמענטירער
איינער ווייסט אפשר די נומ. פון יאסי געשטעטנער׳ס האטליין?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:57 pm
דורך א איד
ערשטע מאל איך הער אז יאסי האט בכלל א האטליין?
וגם אני מצטרף לשאךת הנ״ל
הצעיר בתוך אלפי ישראל
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:13 pm
דורך קאמענטירער
א איד האט געשריבן:ערשטע מאל איך הער אז יאסי האט בכלל א האטליין?
וגם אני מצטרף לשאךת הנ״ל
הצעיר בתוך אלפי ישראל
איך האב אויך געהערט דערפון לעצטענס, געווען באשריבן אינעם פאפולערן ספר האישים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:40 pm
דורך chusid
עס איז געווען לעצטענס א מעשה אין א בעדווין ישוב אין מדינת ישראל אז א חתן האט זיך געקריגט מיטן מאמע ווי ער זאל וואוינען נאך די חתונה און ער האט זיך אויפגערעגט האט ער געשאכטן זיין מאמע צום טויט אויפן פלאץ...! איך וויל וויסן די ריכטיגע הסבר פארוואס פארצייטישקייט איז פארבינדן מיט רציחה
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 8:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט לאו דווקא מיט פארצייטישקייט. מענטשען וואס לעבען פרימיטי"וו, וואס יעדער שריט זייערע איז פארבונדען מיט שוועריגקייטען אז מ'דארף זיך ראנגעלען מיט'ן וועלט ארויסצושלעפען עפעס חיונ'ה, זענען אסאך ווייניגער פארגעבליכער ווי אונז פארגעשריטענע מענטשען מיט א רעלאטיווע לייכטע לעבען. אז מ'האלט אין איין לאקערען נאכ'ן ווילדע לייב וואס וויל דיר אויפ'עסען אין מיט'ן נאכט אין מדבר, קוקסט דו אן דער לעבען אנדעריש.
ליין דער ביכעל
Hajפון א אידישע שרייבער, ער איז א ראסיס"ט במלא מובן המילה, אבער טאמער איינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די זאכען (און ציונות אויך!) וועט הנאה האבען פונ'ם בוך.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 11:23 am
דורך שמעקעדיג
יעדע מאל נאך אזעלכע פארפלייצונגען ווי לעצטע וואך אין טעקסעס, זעהט מען צענדליגער קארס איינגעטונקען אין וואסער, ס'איז קלאר אז די קארס ווערן חרוב.
ווי אזוי באהאנדלט מען דאס? אלע געבן אריין קלעימס צו די אינשורענס קאמפאניס? איז FLOOD בכלל נכלל אין זייערע פאליסי? זיי באקומען נייע קארס אין די מאסן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 1:11 pm
דורך וויל קענען
אמאל געהערט אז ביי ספרדים זענען פרויען אמאל געווען א צווייטע קלאס מענטש אזויווי היינט ביי געוויסע ישמאלים כהאב געמיינט סאיז פאנטאזיעס
שבת למדתי מס שבת ויש שם פרק במה בהמה ואח״כ במה אשה ראיתי בספר שבת של מי, מספרדי –אן אלט ספר– בסיום פרק במה בהמה אין עס שטייט דארט בערך אזוי דרשינן סמיכן לא לחנם הלך הזרזיז אצל העורב
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
ס'זעט ענדערש אויס פארקערט. ס'האט עם מכריח געווען דאס צו זאגן, ווייל דארט האבן זיך מסתם די וייבער געפילט אין ערשטען קלאס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:21 pm
דורך וויל קענען
אבער פארדעם זאל ער שרייבן אזא שארפע לשון איז נישט מסתבר,
ער איז געווען א גדול נישט סתם א טשעפעניאק ומכ״ש עס צו לייגן אין א ספר
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:34 pm
דורך א איד
כפי זכרוני האב איך געהערט אמאל פון א געוויסן רב, ער האט עס נאכגעזאגט פונעם בן איש חי, אז מען זאל האבן צוויי שטעקענעס צו שלאגן די ווייב, איינס פאר די ריינע טעג, און די אנדערע פאר די אומריינע משום היכר.
און איך וויל טאקע וויסן, אויב איינער האט אפשר א מקור דערצו.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
ס'דא עפעס א רמב"ם אז מ'זאל נישט צופיל שלאגן די ווייב, איינער ווייסט ? אבער דאכט זיך אז די רמ"א איז שארף קעגן דעם (די רמ"א איז דאך געווען אן אשכנזי).