בלאט 131 פון 164

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:29 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
מוח שליט האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט. ביי דיר איז אזוי פשוט אז עס איז נישט אמת אז די האסט טענות אויף א טאטען וואס גלייבט זיין טאכטער?
צו האלטען אזוי נאכען וויסען אלע פאקטען איז רשעות. צו זאגען אז מען האלט אזוי איז שקרנות. צו מיינען אז די גייסט משכנע זיין מענטשען מיט אזעלכע לגיונות איז טפשות.

ניין. איך בין משוכנע אז דער גאנצער קעיס אקעגן נחמי' וועבערמאן איז איין שטיק שקר און רשעות. יא.. די שיקסע ריקי קראוס האט אויסגעטראכט דעם בלבול פאר אירע אייגענע אולטעריארע און געמיינע מאטיוון, און די מידיא און די גויאישע דזשורי האבן דא ארויסגעוויזן זייער פולע מאס פון רשעות, פאראורטייל און אנטיסעמיטיזם, און א טייל פון אונז נאאיווע יודעלעך טאנצן צו מה יפית. (פון די רשעים רעד איך דא נישט) אנשטאט ארויסגיין אין א זעקה גדולה ומרה ברחובה של עיר אויף דעם "גראסס מיסקערידזש אוו דזשאסטיס".

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:23 pm
דורך מוח שליט
איז געווען ערגעץ וואו במשך די גאנצע צייט וואס דו האסט געטראכט אז אפשר איז עס אמת? וואס האט דיך געמאכט טראכטן אז נישט? סתם זאגן שיקסע טוישט נישט גארנישט. וויפיל מענטשן דארפען קומען כדי דו זאלסט אויפהערן צו זיין משוכנע? צו וועלכע צייטונגען דארפן זיי אלץ ארויסגעבן זייערע נעמען אין זיך מבייש זיין ברבים פונקטליך וואס עס איז געשעהן, כדי דו זאלסט קלערן אז אפשר אפשר איז יש דברים בגו?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב נישט ליב צו זיין מעלה גרה, אבער איך וועל נאכאמאל איבערחזר'ן דעם תמצית. ס'איז נישט דא קיין שום קאנקרעטע עווידענס וואס זאל אנווייזן אויף נ.וו.'ס שולד: קיין איין פאליס רעפארט איבער סיי וועלכע פון די פרטים פון די באשולדיגונג איז נישט פארהאן: אין זיין "אפיס" האבן די פאליס רעפרעזענטעטיווס נישט געפונען קיין איין זאך וואס זאל אנווייזן אויף זיין שולד: קיין איינער פון די אזוי-גערופענע מערערע באשולדיגערס איז נישט געווען אין קאורט (אויפ'ן סטענד אדער איבערגעגעבן א געשוואוירענעם סטעיטמענט) אז נ.וו. האט זיי מאלעסטעד. לופטיגע סטעיטמענטס וואס די אזוי-גערופענע "אדוואקעיטס" מאכן זענען גארנישט ווערד.

שטארקע גראונדס פאר אפיעל!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
[left]Weberman’s wife, Chaya, and the victim’s ex-boyfriend, Jeremy Solomon, were both warned to get their own lawyers if they decided to appear on the stand, a veiled threat that they could face charges themselves, George Farkas, said. Solomon was also threatened with arrest, according to George Farkas. For Nathan Dershowitz, this represents a clear violation of Nechemya Weberman’s right to a fair trial.[/left]

http://forward.com/articles/169922/nech ... z2IxH9dQoU

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:07 pm
דורך מוח שליט
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו זיין מעלה גרה, אבער איך וועל נאכאמאל איבערחזר'ן דעם תמצית. ס'איז נישט דא קיין שום קאנקרעטע עווידענס וואס זאל אנווייזן אויף נ.וו.'ס שולד: קיין איין פאליס רעפארט איבער סיי וועלכע פון די פרטים פון די באשולדיגונג איז נישט פארהאן: אין זיין "אפיס" האבן די פאליס רעפרעזענטעטיווס נישט געפונען קיין איין זאך וואס זאל אנווייזן אויף זיין שולד: קיין איינער פון די אזוי-גערופענע מערערע באשולדיגערס איז נישט געווען אין קאורט (אויפ'ן סטענד אדער איבערגעגעבן א געשוואוירענעם סטעיטמענט) אז נ.וו. האט זיי מאלעסטעד. לופטיגע סטעיטמענטס וואס די אזוי-גערופענע "אדוואקעיטס" מאכן זענען גארנישט ווערד.


דער DA האט געגעבן א געשוואוירענעם אפידעיוויט צום דזאדזש מיט א ליסטע פון זעקס עדות וואס זענען געקומען צו זיי. מיט איינצעלהייטן אין מעשיות פון יעדען באזינדער. אמת, די עדות זענען מסמתא נישט געווען באשוואוירן, אבער דאס קומען אליינס איז גאר גאר א שווערע זאך, ווייל די נעמען רינען ארויס, און דערנאך ווערט מען באשמוצט, אזוי ווי למשל אויף ה.פ. איז שוין דא גאנצע לשון הרע'ס אויף אים פארוואס ער טענה'ט דאס וואס ער טענה'ט. אדער אזוי ווי ר' יאנקל האראוויץ וואס העלפט שוין אזעלעכע קעיסעס איבער צען יאר, האט מען אים באשמיצט פין אלע זייטן. רוב נעמען פינעם צעטל זענען ארויסגערינען.
איך וויל אויך נישט זיין קיין מעלה גרה, איבערהויפט ווען איך פיל ווייטאג פונעם פסק. (אפשר נישט גענוג, ווי איך האב שוין געשריבן פריער פארוואס). איך האב דאך רחמנות אויף אים. איך פיל אז די דזאדזש וואלט געדארפט פארשטיין אז איהנ"מ די דזשורי האט מסתמא פרובירט צו זיין אויפריכטיג [למחצה שליש ורביע] אבער דאך איז די עדות נישט מורא'דיג קראנט, וכו' וכו'. איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון נקמה, און די למען ישמעו ויראו איז way over the top. [דאס זענען מיינע הרגשים כרגע].

עס איז אבער אויך נישט קיין יושר צו באשמוצן די מענטשען וואס זענען ווארשיינליך מורא'דיג שטארק נפגע געווארן פון אים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:31 pm
דורך בדחן
אויך האט דער דידעעקטיוו געגעבן א געשוירענע עדות׳שאפט אז די אנקלעגער האט געזאגט ליגענט,
להלכה ביי אידן איז דער דידעקטיוו מער באגלייבט, און ביי א גוי׳שע קארט וואלט דער דיעקטיוו אויך געווען מער באגלייבט אלמלא דער אנגעקלאקוער איז ווען נישט א חסידישער איד,

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:38 pm
דורך מוח שליט
בדחן האט געשריבן:אויך האט דער דידעעקטיוו געגעבן א געשוירענע עדות׳שאפט אז די אנקלעגער האט געזאגט ליגענט,
להלכה ביי אידן איז דער דידעקטיוו מער באגלייבט, און ביי א גוי׳שע קארט וואלט דער דיעקטיוו אויך געווען מער באגלייבט אלמלא דער אנגעקלאקוער איז ווען נישט א חסידישער איד,

עס איז דא נקודה לדבריך. חאטשיק די ליגענט איז נאר בנוגע ווען ער האט געטון איין געוויסע מעשה. אויך האט ער נישט געדענקט ער האט נאר געליינט פין notes וואס ער האט מודה געווען צו א פאר בעיסיק מיסטעיקס אין די נאוטס.
מיר קענען נישט איבערמשפטן די קעיס אויף קאווע שטיב אהן לכה"פ אלע עווידענס וואס זיי האבען געהאט דארט. איך האב נאר געוואלט ווייזען אז דער דזאדזש האט געהאט אסאך אינפא, וואס איז לאו דוקא באקאנט דא.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:03 am
דורך היימישער ליטוואק
בדחן האט געשריבן:אויך האט דער דידעעקטיוו געגעבן א געשוירענע עדות׳שאפט אז די אנקלעגער האט געזאגט ליגענט,
להלכה ביי אידן איז דער דידעקטיוו מער באגלייבט, און ביי א גוי׳שע קארט וואלט דער דיעקטיוו אויך געווען מער באגלייבט אלמלא דער אנגעקלאקוער איז ווען נישט א חסידישער איד,

להלכה ביי אידן, קומט נישט קיין עונש פאר מאלעסטעישן.
להלכה ביי אידן, איז איין גוי'שע דיטעקטיוו, און אפילו 100 דיטעקטיווס נישט באגלייבט.
להלכה ביי אידן, איז נישט פאראן קיין עונש ווי תפיסה.
להלכה ביי אידן, קען נישט די וויקטים און נישט די טעראפיסט עדות זאגן ווייל זיי זענען נשים.

אלזא, וועיק אפ דער קאורט פירט זיך נישט להלכה ביי אידן. דא איז אמעריקא - ניו יארק, און זיי גייען לויט זייערע חוקים.
אגב. ה' זאל שומר ומציל זיין ווען דו וואלסט געדארפט פירן א לאנד בעיסד נאר אויף די הלכה. די הלכה איז נישט געווארן אפדעיטעד פאר טויזענט+ יארן, צוליב דאס וואס אידן זענען נישט געווען אין קאנטראל פון זייער אייגענער רעגירונג.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:25 am
דורך בדחן
האסט בכלל געליינט מיין תגובה בעפאר דו האסט מגיב געווען דערויף??
השי״ת יצלנו פון דיין קאמען סענעס, להלכה הייסט עס נישט א בר דעת.

נעקסט טיים לייען די תגובה בעפאר די ביסט מגיב דערויף. ( נאר אויב די ווילסט אז עס זאל אויסזען אז דו פארשטייט וואס דו ליינסט )

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:27 am
דורך מוח שליט
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:אויך האט דער דידעעקטיוו געגעבן א געשוירענע עדות׳שאפט אז די אנקלעגער האט געזאגט ליגענט,
להלכה ביי אידן איז דער דידעקטיוו מער באגלייבט, און ביי א גוי׳שע קארט וואלט דער דיעקטיוו אויך געווען מער באגלייבט אלמלא דער אנגעקלאקוער איז ווען נישט א חסידישער איד,

להלכה ביי אידן, קומט נישט קיין עונש פאר מאלעסטעישן.
להלכה ביי אידן, איז איין גוי'שע דיטעקטיוו, און אפילו 100 דיטעקטיווס נישט באגלייבט.
להלכה ביי אידן, איז נישט פאראן קיין עונש ווי תפיסה.
להלכה ביי אידן, קען נישט די וויקטים און נישט די טעראפיסט עדות זאגן ווייל זיי זענען נשים.

אלזא, וועיק אפ דער קאורט פירט זיך נישט להלכה ביי אידן. דא איז אמעריקא - ניו יארק, און זיי גייען לויט זייערע חוקים.
אגב. ה' זאל שומר ומציל זיין ווען דו וואלסט געדארפט פירן א לאנד בעיסד נאר אויף די הלכה. די הלכה איז נישט געווארן אפדעיטעד פאר טויזענט+ יארן, צוליב דאס וואס אידן זענען נישט געווען אין קאנטראל פון זייער אייגענער רעגירונג.


די מענטשען וואס טראכטען אזוי ווי דער א' ב' מלמד האט זייי אויסגעלערנט, (אין די א' ב' מלמדים טראכטען דאך לויט זייערע א' ב' מלמדים, וחוזר חלילה) געבן א שלעכטע נאמען פאר אידישקייט אין פאר הלכה.
ווען מיר האבען ווען רבנים אמתע בעלי הבנה און אמתע תלמודי חכמים, אין וואס זענען מקיים דעם לא תגורו מפני איש, וואלט מען פארשטאנען זאכען אינגאנצען אנדערש. אין נישט געמיזט זעהן די תורה אין אזא טינקעלע ליכט אין אזוי אלטמאדיש ח"ו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:53 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
מוח שליט...
אה און דאס וואס עס זענען געווען ״אזעלעכע״ וואס האבן באשמיצט די עדות לטובת הרה״ח ר׳ נחמי אלס א זונה, פאר דעם האסטו נישט געפיעלט פאר וויכטיג צו שרייבן א תגובה?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:59 am
דורך מוח שליט
ווען איינער רעדט פין א געוויסע מעשה למשל אויב רעדט מען וועגן די טעיפ מיט ש., איז נישט די מטרה צו רופען נעמען, אין באשמיצען. די מטרה איז צו רעדן פין די מעשה שהיה. אבער ווען איינער לייגט ארויף א נאמען אויף א מיידעל אויף איר מאמע אין אויף איר טאטע מיט די מטרה צו באשמיצען איז גאנץ אן אנדערע מעשה.
איי הלכות לה"ר. דארף מען דאך גיט דורך לערנען די הלכות פין באפי תלתא. אין זעהן אז דאס איז ממש די נקודה. אז די איסור לה"ר איז ווען מען זיכט צו באשמיצען אין מפרסם זיין. נישט סתם א איסור פין דיסקוטירען שלעכטס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:24 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
אה ווען ווען נ"ר האט גערופן גליק א זונה, מען רעדט דא פון א פיינע ווייבל וואס איז געהעריג און פיין חתונה געהאט און איר "איינציגסטע זינד" איז געווען אז אלס הכרת הטוב פארוואס הרה"ח בעל מסירת נפש ר' נחמי' וועבערמאן שליט"א האט זיך אוועקגעגעבן פאר איר און איר מאן זיי ארויסצוהעלפן אין א פראבלעם און זי האט געהאלטן דרייענדיג זיך ביי אים און שטוב אז ער האט ח"ו קיינמאל נישט אפילו געקענט טון אזא זאך, און מיט מסירות נפש און קוראזש האט זי זיך אויפגעשטעלט אין קאורט און זיך געוואגט אויפצודעקן דעם אמת פארן זשורי, איז זי נאך יענעם אויפדערנאכט געווארן באשמוצט ווי די ערגסטע שבערגסטע, גאנצע מעשיות מיט דעטאלן האט מען אויף איר געלייגט....

ווי זענען די אלע וואס זענען "אזוי אויפגעשוידערט" פון וויטנעס אינטימעדעישן דא?
ווי איז די תגובה פון דיר מח וואס עס רייסט דיין הארץ אויף רכילות און לה"ר????
ווי זענען די אלע וואס האבן רחמנות אויף יודישע פרויען???
ווי, ווי, ווי????

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:27 am
דורך משכיל
רבותי דער פראבלעם איז אז מיר האב ליעב באקומען די גוים, און מיר פילען אז זיי זיינען יושר'דיגע מענטשן.

מען גייט דעמאנסטרירן צו די גוים אין מאנהעטען כאילו זייער יושר וועט אונץ העלפן,

מען גייט אין קארט צו אפטועהן אן אנדערען איד, ווייל מען פילט אז דער גוי וועט זיי העלפן,

און עס איז דא אפילו אסאך וואס האלטען אז דער גוישער געזעץ איז ריכטיג און זייערע פסקים זיינען יושר'דיג,

אבער מיר זעהן דא וואס פאר א הארצלאזע זיי זיינען,

פארגעסט נישט אז די טמא'נע ציונים וואלטן קיינמאל נישט געטועהן אפילו מעין דאס וואס די פיינע ארנטליכע אמעריקאנער טועהן מיט אונז.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:28 am
דורך מוח שליט
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:אה ווען ווען נ״ר האט גערופן גליק א זונה, מען רעדט דא פון א פיינע ווייבל וואס איז געהעריג און פיין חתונה געהאט און איר ״איינציגסטע זינד איז געווען אז אלס הכרת הטוב פארוואס הרה״ח בעל מסירת נפש ר׳ נחמי וועבערמאן שליט״א האט זיך אוועקגעגעבן פאר איר און איר מאן זיי ארויסציהעלפן און א פראבלעם און זי האט געהאלטן דרייענדיג זיך ביי אים און שטוב אז ער האט ח״ו קיינמאל נישט אפילו געקענט טון אזא זאך,און מיט מסירות נפש און קוראזש האט זי זיך אויפגעשטעלט און קאורט און זיך געוואגט אויפצידעקן דעם אמת פארן זשורי איז זי נאך יענעם אויפדערנאכט געווארן באשמיצט ווי די ערגסטע שבערגסטע, גאנצע מעשיות מיט דעטאלן האט מען אויף איר געלייגט.,,,

ווי זענען די אלע וואס זענען ״אזוי אויפגעשוידערט״ פון וויטנעס איטימעדעישן דא?
ווי איז די תגובה פון דיר מח וואס עס רייסט דיין הארץ אויף רכילות און ל״ה????
ווי זענען די אלע וואס האבן רחמנות אויף יודישע פרויען???
ווי ווי ווי????

נחום ראזענבערג איז נישט ווערט מען זאל רעדן פין אים. ער לעבט אויף בלוט אבער נישט אויף זיין אייגענע. איך האב נאך אין מיין לעבען נישט אויסגעהערט זיין האטליין. קיין איין איינציג מאל. ביטע ווייז מיר ווי מען האט איר דא באשמיצט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:31 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
די גאנצע גאס האט געשמועסט דערפון, דא אויף דעם בלאג האט מען דאס גענוג אויסגעשמיסט!
נאר וואס מען וויל הערן הערט מען, און וואס נישט נישט!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:32 am
דורך מוח שליט
ווייז מיר וואו, ברידערל. א לינק ביטע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:13 am
דורך לעמאן דזשוס
ווייטער קומט אונז גברת בתי׳ פון קאני צוניץ....יעדעס ווארט א פערל

זי העלפט ערקלערן פאר די אויפגעקלערטע שבתוכינו אז ס׳גארנישט אזוי אויפגעקלערט און האט נישט קיין שום זין צו געבן אזא אומדערהערטע פסק

שקויעך בתי׳

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:49 am
דורך לעמאן דזשוס
גם הרב חיים שאולזאן עומד ומשתאה

מעיד שראה כמה משפטים בו הורשעו סאדיסטים ורשעים ואף לאחד לא הגיע עונש כה חמור

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:39 am
דורך בן תמליון
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ווייטער קומט אונז גברת בתי׳ פון קאני צוניץ....יעדעס ווארט א פערל

זי העלפט ערקלערן פאר די אויפגעקלערטע שבתוכינו אז ס׳גארנישט אזוי אויפגעקלערט און האט נישט קיין שום זין צו געבן אזא אומדערהערטע פסק

שקויעך בתי׳


ווער וואלונטירט צו איבערטייטשן אויף אידיש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:41 am
דורך קאווע טרינקער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:גם הרב חיים שאולזאן עומד ומשתאה

מעיד שראה כמה משפטים בו הורשעו סאדיסטים ורשעים ואף לאחד לא הגיע עונש כה חמור


אין א פריערדיגע פאוסט איז ער מסביר פארוואס דער עונש איז פאסיג. צוליב דעם וואס ער האט דאך יא געוואוסט וואס "תניא" איז, ובכל זאת וכו' קארפ וכו'.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:02 am
דורך איחוד פעלד
מיין פרעדיקשען,

אויב אללאן דערשאוויץ נעמט אהן די קעיס, גייט ער ארויס לחרות.