בלאט 131 פון 179

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 8:24 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינעם'ס שוויגער האט זיך אליין איינגעלאדענט אויף (אין איהרע ווערטער) צוויי דריי טעג.

נאך דריי וואכען רופט זיך אן זיין ווייב צו איהם, ווי אזוי ווערט מען פטור פון איהר איך האלט עס נישט אויס.

זאגט ער היינט ביינאכט פאר נאכט מאהל קאך אפ א זופ און איך וועל זאגען א עס איז דא צו סאך זאלץ זאלסטו זאגען ניין עס איז זייער גוט און אזוי וועט מען זיך ארום טענה'ן ביז זי וועט שוין מוזן גיין.

פיין אומר ועושה זי דער לאנגט די זופ און זיי פאנגען אן יא זאלץ נישט זאלץ ביטער זיס און עס ווערט העכער און העכער און די קולות ווערט אלץ מער און מער.

נאך אפאר מינוט ווען עס איז שטיל געווארען פאר א מינוט גיבט זיך די שוויגער א רוף אן...

עס וועט ענק גארנישט העלפען איך בלייב דא נאך א צוויי חדשים

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 8:26 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א שנארער האט זיך געדינגעו א קאר און האט אויפגעהאנגען אויף דעם צוויי פאנען... איינס א ארץ ישראל'דיגע און די אנדערע אן אמעריקאנער.

פרעגט איהם איינער וואס איז פשט?

זאגט ער עס איז א בפירוש'ר משנה...

דע מאין באת ולאן אתה הולך

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 8:30 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איינער גייט פאר דעם ווייסן הויז אין שרייט הויך... דער פרעזידענט איז א פארקאלעכטער בהמה! דער פרעזידענט איז א פארקאלעכטער בהמה!

גלייך קומט צו לויפן די סיקרעט סערוויס און מען וויל איהם ארעסטירען.

שרייט ער איך האב בכלל נישט געמיינט ביידען איך האב אינזין געהאט פרעזידענט פוטין דער פרעזידענט פון רוסלאנד.

רופט זיך אן די סיקרעט סערוויס...

דו מיינסט אז אונז ווייסן נישט ווער עס איז א פארקאלעכטער בהמה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: דאס איז איינס און א גוטס. נאר איך האב געהערט א ביסל אן אנדער'ן נוסח פון די דזשאוק. איינער שטעלט זיך אויף (ביי א דעבאטע) און ער זאגט. קוקטס וואספארא דעמאקראטישע מדינה אמעריקע איז. א מענטש קען גיין פארנט פון ווייסן הויז און שרייען אז פרעזידענט ניקסאן איז א משוגע'נער. און קיינער וועט איהם גארנישט טון. רופט זיך אן זיין רוסישער קאלעגע. און איך וועלל דיר ווייזן אז רוסלאנד (בימי ה'קאמוניזם) איז א דעמאקראטישע מדינה. א מענטש קען גיין פארנט פון קרעמלין און שרייען אז פרעזידענט ניקסאן איז א משוגע'נער. און קיינער וועט איהם גארנישט טון...!

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 11:49 am
דורך שמן למאור
פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 11:54 am
דורך yn.NY
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 12:01 pm
דורך שמן למאור
yn.NY האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...
ד' אייר איז יום הזכרון, ווייל די בויך מאכט זיכער אז מען געדענקט וואס מען האט נעכטן געגעסן...

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 1:19 pm
דורך יין שרף
yn.NY האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
דא דארף מען דרייען מיט די פינגער:

אמער, וואלט דאך "ד' אייר" געדארפט הייסן יום העצמעות?...
אסרו חג גרילט מען נאך

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 1:23 pm
דורך כרם זית
הדא היא דאמר: א גריל (י''ג גירל) איז א גרויל.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 1:26 pm
דורך כרם זית
יל''ע בדרך עבודתו להפסל של קערעסטיר. האם הכונה האכילה כמו שהיו עושים בבעל ובאשירה, או דעיקר עבודתה היא כדרך הפעור בעשיות צרכיו אח''כ.

ונפק''מ כשאכל בג' אייר ונפק בד', וצ''ע.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 5:56 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס הייסט ה' אייר יום העצמות?
ווייל ג' אייר האט מען אויפגעגעסן אלע פלייש, און עס בלייבט נאר איבער די עצמות...
עצי שיטים: פרעגט תוס' א קשיא. ווען ס'איז געווארן יום העצמות איז דאך נאכנישט געווען קיין ג' אייר. נאר ר' חיים פארענטפערט עס. נישט ר' חיים בריסקער. נאר ר' חיים פארקאש.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 5:30 pm
דורך שמן למאור
איינער האט געטראגן זיין דריי יעריג זון צו אן אפשערן ביים רבין, די רבי האט אים פארהערט די אלף בית, און ער האט זייער פיין געקענט,
דערנאך האט די רבי געזאגט ער זאל זאגן די אלף בית פארקערט באופן תשר"ק, אבער דער אינגל האט בשום אופן נישט געוואלט זאגן,
האט די רבי ארויסגענומען אפאר גראשן פון טאש, און עס געגעבן פאר דעם אינגל, תיכף האט ער זיך גענומען זאגן די אלף בית אויף צוריקציוועגס,

ריפט זיך אהן די טאטע, איך זע אז ער וועט אויסוואקסן א מנהיג ישראל, ווייל פאר אפאר גראשן איז ער גרייט צו זאגן פארקערט...

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 11:54 am
דורך שמן למאור
עס איז לעבעדיג מיט די טוויט פון אילאן מאסק

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 11:54 am
דורך שמן למאור
Screenshot_20220509-115044_Telegram.jpg

נשלח: מוצ"ש מאי 14, 2022 5:53 pm
דורך שאלתיאל
1 (2).PNG

נשלח: מוצ"ש מאי 14, 2022 10:25 pm
דורך קהל'ס נער
א בחור קימט אהיים פון די חתן מדריך די טאג פאר די חתונה אינגאנצן דערשראקן און פרעגט, טאטי, ס'אמת וואס די חתן רבי זאגט אז וכו' וכו'.
זאגט די טאטע יא!
די טיסט עס אויך? יא!
זיידי אויך? יא!
יעדער איינער ממש אזוי? יא!
די רבי אויך? ניין, ער האט א הויז בחור!

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 6:26 am
דורך פאלאצ'ינטא
ביי די סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה האט די הויעך ראנקיגע מיליטערישע חכמים באשלאסען אז מען מוז דא פטור ווערען פון היטלער ימ"שו.

אבער ווי אזוי?

האבען זיי גענומען צוויי אלטע אידן און מען האט זיי געגעבען צוויי ביקסען און צוויי מעססערס און מען האט זיי געזאגט אז מארגן צופרי אום 9.30 גייט ער זיין אויף א געוויסען גאס.

דעם נעקסטען צופרי 8 אזייגער האבן זיי שוין געווארט.

9.30 און ער איז נישט דא.

10 ער קומט נישט.

10.30 אין קול אין עונה.

11.00 נאך אלץ נישט

11.30 און ער איז נאך אלץ נישט דא. רופט זיך און איינער צום אנדערען...

אוי וויי ווי איז ער? איך האף אז גארנישט האט פאסירט מיט איהם.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 12:17 pm
דורך שאלתיאל
קהל'ס נער האט געשריבן:א בחור קימט אהיים פון די חתן מדריך די טאג פאר די חתונה אינגאנצן דערשראקן און פרעגט, טאטי, ס'אמת וואס די חתן רבי זאגט אז וכו' וכו'.
זאגט די טאטע יא!
די טיסט עס אויך? יא!
זיידי אויך? יא!
יעדער איינער ממש אזוי? יא!
די רבי אויך? ניין, ער האט א הויז בחור!
מעניין לעניין, מען פארציילט אויף איינע פון די בעלזער יושבים אין בעלז אינדערהיים וואס האט נישט חתונה געהאט, ווען מ'האט אים געפרעגט וואס טוט זיך מיט פריה ורביה און מיט אויפשטעלן דורות האט ער געזאגט ''נע, פארדעם דארף מען נישט חתונה האבן, מיט איין קוויטל זאת חנוכה קען מען עס פויעלן''..

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל: דאס ווערטל זאגט מען נאך פון יושע בהמה. דער גבאי פון ראפשיצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה האט ער געזאגט ס'פעהלט נישט אויס אז א ווייב זאלל איהם פארדרייען א קאפ. האט מען איהם געפרעגט. וואס טוטצעך מיט פריה ורביה? האט ער געענטפערט. נו, אויף דעים איז דאך דא די רבי. מיט איין קוויטל קענמען פועל'ן קינדער...!

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 6:47 pm
דורך פאלאצ'ינטא
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:ביי די סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה האט די הויעך ראנקיגע מיליטערישע חכמים באשלאסען אז מען מוז דא פטור ווערען פון היטלער ימ"שו.

אבער ווי אזוי?

האבען זיי גענומען צוויי אלטע אידן און מען האט זיי געגעבען צוויי ביקסען און צוויי מעססערס און מען האט זיי געזאגט אז מארגן צופרי אום 9.30 גייט ער זיין אויף א געוויסען גאס.

דעם נעקסטען צופרי 8 אזייגער האבן זיי שוין געווארט.

9.30 און ער איז נישט דא.

10 ער קומט נישט.

10.30 אין קול אין עונה.

11.00 נאך אלץ נישט

11.30 און ער איז נאך אלץ נישט דא. רופט זיך און איינער צום אנדערען...

אוי וויי ווי איז ער? איך האף אז גארנישט האט פאסירט מיט איהם.
מענין לעניין באותו ענין...

אינדערהיים אין א קליין שטעטל האט מען ליידער געטראפען א געהרג'טן קריסטליך מיידל און די שמועות האט זיך אנגעפאנגען אז מען פלאנט אן עלילת דם.

האט די 7 טובי העיר צאם גערופען אן אסיפה.

אין מיט'ן לויפט אריין דער ראש הקהל מיט א שמחה...

רבותי! איך האב גוטע נייעס עס גייט נישט זיין קיין עלילת דם, ב"ה דער געהרג'טן מיידעל איז געוועהן א אידישע

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 11:46 pm
דורך מיליאנער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:

אדער ווי די אנדערע מעשה.

צוויי שותפים האבן געהאלטן ביים שליסן א ריזיגע דיעל אבער די אנדערע צד האט פארלאנגט צייט צו איבערטראכטן, איז געבליבן אז אויב ביז יענעם און יענעם טאג 5 אזייגער קומט נישט קיין שום רעאקציע באדייט דאס אז גייט די דיעל ווייטער בשעטו''מ.

פארשטייט זיך אז די צוויי שותפים האבן נישט געהאט קיין טאג און קיין נאכט, די טעלעפאן צוגעשמידט צום פנים, עס גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, מ'הערט נישט גארנישט צוריק, די האפענונג וואקסט...

למעשה די לעצטע טאג 4:45...עס קומט אן א מעסעדזש! די צוויי שותפים ווערן בלאס ווי די וואנט, איין שותף נעמט די מיה און ליינט אפ די מעסעדזש מיט א פארכאפטע אטעם, און זיין פנים שיינט אויף: ברוך השם, דיין שוועסטער איז אוועק...

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 12:57 am
דורך שמן למאור
א קנאי זאגט, אז מען וועט די יאר ארויפגיין אויפן הר מירון, און שרייען ר' ישעי' ב"ר משה, און אלעס וועט האפענטליך אדורכגיין בשלום,
אויב נישט וועט מען זיך מיזן באניצן מיט ר' ישעי'לע'ס לעצטע נאמען...

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 1:14 am
דורך berlbalaguleh
האט איינער א חכם געפרעגט. וואס? קערעסטיר?...לאל.