בלאט 132 פון 213
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 7:16 pm
דורך וויל קענען
א איד האט געשריבן:כפי זכרוני האב איך געהערט אמאל פון א געוויסן רב, ער האט עס נאכגעזאגט פונעם בן איש חי, אז מען זאל האבן צוויי שטעקענעס צו שלאגן די ווייב, איינס פאר די ריינע טעג, און די אנדערע פאר די אומריינע משום היכר.
און איך וויל טאקע וויסן, אויב איינער האט אפשר א מקור דערצו.
לכאורה איז עס נגד הלכה נגיעה אומריינע טעג איז אסור אפי׳ נגיעה ע״י דבר אחר
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 7:17 pm
דורך שבת אחים
ס׳האט גארנישט מיט ספרדים און אשכנזים ס׳שטייט בפירוש אין די תורה צענדליגע פלעצער אז פרויען זענען סוג ב׳ ווי למשל והוא ימשול בך, זיי האבן נישט קיין רעכטן פאר קיין ירושה וכדומה וכדומה, אזוי איז עס געוועהן אין די אלטע צייטן ביי אלע קולטורן די ספרדים האבן נאר אסאך שפעטער איוואַלווד ווי די אשכנזים , דאס אלעס!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 8:08 pm
דורך קאמענטירער
איז מעגליך אויב מרופט איינעם צי צוקומען גלייך צום וואויסמעיל און קענען גלייך זאגען די מעסעדש און נישט ברויכען צו רעדן צום בע״ב??
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 8:14 pm
דורך אפשר
אויף ווערייזען קען מען שיקן א וו"מ דירעקט צו יענעם פון די וו"מ מעניו "send a message"
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 8:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
די נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:07 pm
דורך וויל קענען
בן אדם האט געשריבן:ס'דא עפעס א רמב"ם אז מ'זאל נישט צופיל שלאגן די ווייב, איינער ווייסט ? אבער דאכט זיך אז די רמ"א איז שארף קעגן דעם (די רמ"א איז דאך געווען אן אשכנזי).
בן אדם טייערע
איך האב נאר געהאט א שאלה צו סאיז געווען ביי די ספרדים אז מהאט זיי אנגעקוקט ווי אן עם בפני עצמו–אן עם הדומה לבהמה אבער הכאה איז קלאר אסור עי׳אבה״ע סי׳קנ״ד סעיף ג׳ עבירה הוא בידו ... ויש ביד בי״ד לייסרו ....
און וועגן די רמב״ם וואס די ברענגסט כמיין סאיז א טעות מהשאלה באבן העזר סי׳ פ סעיף ט״ו והרמבם אישות פרק כא כל אשה שתמנע מלעשות מלאכתה מן המלאכות שהיא חייבת בה כופין אותה ועושה אפילו בשוט והראבד חולק בשוט אסור רק מנכין מכתובתה וכדומה וכן פוסק הרמא
אין אסאך אחרונים טייטשן אז אין אזא מצב האט די מאן א רעכט להכות אבל כל ימי הייתי מצטער על פירוש זה ווייל ס׳שטייט נישט אז די בעל איז כופה רק כופין אותה היינו מי שעליו לכפות היינו בי״ד פונקט אזויווי לויט די ראבד ועומדים לשיטתי׳ אז כופין נאר שלא ע״י שוט וואס לויט זיי אראפ רעכענען כתובה וכדומה ליקט זיכער אויף בי״ד דווקא
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:07 pm
דורך וויל קענען
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:38 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ממש יעצט געזעהן בלמדי הדף, אין ספר "שבת של מי", אז פרק במה אשה און במה בהמה גייען אינאיינעם, - כי לא לחנם הלך וכו'.
אראפ פון זינען?
פשוט פשט איז ווייל ביידע רעדן ענדליכע ענינים, במה בהמה יוצאה - במה אשה יוצאה.
אבער אודאי איז אויך דא רמז דרוש און סוד...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:48 pm
דורך שמערל
ווען איך האב אלס קינד געהערט די זשאוק בשם דעם שבת של מי, האט מיר דאן א תלמוד חכם אויפגעקלערט אז דאס איז ארויסגענומען פון קאנטעקסט. אין שבת של מי שטייט א ווארט בדרך הלצה אויפן סמיכות פון במה אשה במה בהמה יוצאת, אז א פרוי וואס טראגט ליידער שבת, איז דומה צו א בהמה. (בבחינת וויינבערגער'ס מילך קעסטלעך).
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:51 pm
דורך וויל קענען
א גיטע פשט אבער בפשטות רעדט ער נישט פון טראגן עיי״ש
(אפילו פאר א דוגמה איז נישט כדי מדמה צוזיין אמאליגע גדולים צו דעם וויינבערגער אן זאגן להבדיל וכדומה)
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
Screenshot_2015-05-31-21-58-00.png
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא ציווישען יעדע פרק אזא ווערטל ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 10:13 pm
דורך וויל קענען
בן אדם האט געשריבן:איז דא ציווישען יעדע פרק אזא ווערטל ?
א מליצה אזוי ווי אסאך ספרים אבער נישט ווערטלעך
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 11:41 pm
דורך יעלה ויבא
קאמענטירער האט געשריבן:איז מעגליך אויב מרופט איינעם צי צוקומען גלייך צום וואויסמעיל און קענען גלייך זאגען די מעסעדש און נישט ברויכען צו רעדן צום בע״ב??
Call slydial 267-759-3425 then enter the person's number and you'll be connected straight to his voice mail
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 11:43 pm
דורך יעלה ויבא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נאמבער פון דר. ראטענשטיין פון בארא פארק וואס טוט אין אלערגיעס?
7184359876
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 11:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
ייש"כ. איך זוך עס שוין א לאנגע צייט.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:47 pm
דורך ברסלבער
וואו קען איך טרעפן באשרייבונגען אויף אידיש פון די בראשית יארן פון די סאטמארע מוסדות על אדמת אמעריקע?
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 2:22 pm
דורך שמעון וואלף
דאכציכמיר אז די צייטונג האט געהאט א פארזעצוג "די בראשית יארן אין אמעריקא" בערך צוואנציג יאר צוריק ווי ס'איז געווען באשריבן אלץ איבער סאטמאר, לאו דווקא די מוסדות.
פראביר אריינרופן ביי זיי אין אפיס, אפשר וועלן זיי דיר קענען העלפן
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 4:52 pm
דורך שמערל
יונה לאנדא האט א בוך באשרייבענדיג זיין יוגנט אין סאטמאר חדר.
ווי אויך איז דא דער מבצר בוך, וואס איז ארויסגעקומען ביי א יסוד איתן.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 5:14 pm
דורך ברסלבער
[tag]שמערל[/tag], מבצר איז דאכט זיך נאר פון די ישיבה און נישט פון די מוסדות. ווי אזוי הייסט די בוך פון יונה לאנדא?
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס ווען איך וועל מסביר זיין א משול אין גמרא אז פאפא רב האט געבארגט געלט פון סאטמארער רב זצ"ל און עס איז געקומען קלויזענבורגע רב אין געמאנט (בשבודיה דרבי נתן) די געלט וואס סאטמאר רב האט איהם קיינמאל באצאלט וכו. וועט מען מיר אנשרייען פוי בוסט מבזה קדושי ישראל. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די הייליגע נעמען ווי ראובן שמעון לוי יהודה (וואס מען מיינט נישט אבי נעמען , מען באציט זיך דייקא אויף זייערע נעמען כסדרו) ??
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פארוואס ווען איך וועל מסביר זיין א משול אין גמרא אז פאפא רב האט געבארגט געלט פון סאטמארער רב זצ"ל און עס איז געקומען קלויזענבורגע רב אין געמאנט (בשבודיה דרבי נתן) די געלט וואס סאטמאר רב האט איהם קיינמאל באצאלט וכו. וועט מען מיר אנשרייען פוי בוסט מבזה קדושי ישראל. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די הייליגע נעמען ווי ראובן שמעון לוי יהודה (וואס מען מיינט נישט אבי נעמען , מען באציט זיך דייקא אויף זייערע נעמען כסדרו) ??
ולא זו אף זו, נאר ווען מ'רעדט אין יבמות פון אלע דוגמאות פון נואפים, כאפט מען גאר אן די נעמען פון די אבות הקדושים און אמהות הקדושות, יצחק האט מזנה געווען מיט שרה און מוליד געווען רבקה, און נאכאמאל מזנה געווען מיט רבקה וכו'. רח"ל...
=====
די תירוץ איז לכאורה פשוט. ווייל דאס זענען די מערסט באוואוסטע נעמען אין די תורה מיט א גאנג, דהיינו אפאר נעמען פון מענער און פרויען וואס האבן א משפחה קירבה, פונקט געאייגנט פאר יבמות וכדומה, און נעמען פון אסאך מענטשן וואס מיר געדענקן גרינג זייערע נעמען - די שבטים - פונקט געאייגנט פאר סוגיות אין נזיקין.
אדרבה, פרוביר אויסצו'משל'ן אז שמערל האט געבארגט פון זרח אין פראנט פון צוויי עדים יענקל מיט פישל, און זכריה וואס איז געווען שולדיג געלט פאר שמערל האט באצאלט פאר זרח מטעם שעבודא דרבי נתן. דו האסט נאך אן אנונג ווער איז ווער?...