בלאט 132 פון 164

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:05 am
דורך קאווע טרינקער
און זי אין תפיסה?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:17 am
דורך היימישער ליטוואק
איחוד פעלד האט געשריבן:מיין פרעדיקשען,

אויב אללאן דערשאוויץ נעמט אהן די קעיס, גייט ער ארויס לחרות.

לעניות דעתי - לחירות זיכער נישט. בעסט קעיס סינעריו: ריטרייעל. ווארסט קעיס: אפיעל דינייד. לייקלי סינעריו: אראפצופן ביז 25 יאר.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:56 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
איחוד וואס וועט דיין באאדדיי נחום טון ???
ער העט זיך דאך נעמען דאס לעבן אויב וועבערמאן גייט פריי?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:איחוד וואס וועט דיין באאדדיי נחום טון ???
ער העט זיך דאך נעמען דאס לעבן אויב וועבערמאן גייט פריי?

זיין פארשטונקן לעבן ווייס איך נישט. אבער ער 'עט זיכער בלייבן לעקיש!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:13 pm
דורך איחוד פעלד
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:איחוד וואס וועט דיין באאדדיי נחום טון ???
ער העט זיך דאך נעמען דאס לעבן אויב וועבערמאן גייט פריי?


מן הסתם וועט ער טוהן די זעלבע וואס די טוסט יעצט.

אבער זארג נישט ביז דעמאלס וועט ער שוין זיין ביזזי מיט שניצלער און די אנדערע דריי חברה.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:48 pm
דורך היימישער ליטוואק
דאס וואס נ.ר. רעדט בנוגע נ.וו. און אבארשען (איך וויל נישט מאריך זיין מחשש לה"ר), איז דא עפעס דברים בגו, אדער הויל אויסגעטראכטע פאנטאזיעס?
איך פארשטיי אז איך וועל נישט באקומען קיין 100%'טיגע אנטווארט, און ווי ביי יעדע זאך וועלן זיין מיימינים און משמאילים. איך פרעג אבער צו איז דא לכה"פ עפעס א מקום זיך אנצוהענגען אז די מעשה איז באמת פארגעקומען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:51 pm
דורך לעמאן דזשוס
הורוביץ פון מאנסי גייט זיין אויף ברעננער פון וועסט סייד, שפעטער די נאכט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:00 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
און קיינער זאל פאר דעם עטענטשען הינגעריגער קאק עוכר ישראל נישט געבן קיין עטענטשען מיטן אריינרופן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:10 pm
דורך לעמאן דזשוס
ער האט ליידער גענוג און נאך אטטענטשן פון אנדערע

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:47 am
דורך בדחן
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס וואס נ.ר. רעדט בנוגע נ.וו. און אבארשען (איך וויל נישט מאריך זיין מחשש לה"ר), איז דא עפעס דברים בגו, אדער הויל אויסגעטראכטע פאנטאזיעס?
איך פארשטיי אז איך וועל נישט באקומען קיין 100%'טיגע אנטווארט, און ווי ביי יעדע זאך וועלן זיין מיימינים און משמאילים. איך פרעג אבער צו איז דא לכה"פ עפעס א מקום זיך אנצוהענגען אז די מעשה איז באמת פארגעקומען.


אז די הערסט נחום הרוויץ, און אז דו האסט געגלייבט די אנקלעגער ביז אהער, און אז דו האסט נישט אליינס די דעת מבחין צו זיין צווישן דימיונות און ריאליטעט, דאן קענסטע מיט א רואיגען געוויסן גלייבען אלעס וואס די הערסט אויפן האטליין, גלייב און די מאמר חז״ל אם אין דעת הבדלה מנין, דיר וועט גארנישט פעלען אז דו וועסט גלייבען ממש אלעס וואס ער זאגט.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:39 am
דורך לעמאן דזשוס
זאב פרעגט יענק׳לען איז עס נישט הי סעיד שי סעיד?

יענקל; ניין! ווייל וו״ב האט גענומען 150 א שעה...און געפארן צו די קעטסקילס, עקסטארטעד $12,800 דאללארן...

זאב; איז עס נישט הי סעיד שי סעיד,...האסטו גערעדט מיט אנדערע וויקטימס?

יענקל; שטאמעלדיג, יא, גערעדט מיט עמממ. פיר וויקטימס אויך מיט געוויסע עלטערן, בכלל זעהט מען אז א סאציאלע ארבייטער האט מיר געקאלט דעם פארגאנגענעם מעי, זעהט מען דאך קלאר...

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:40 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
ווי קען מען רופן

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 1:43 am
דורך לעמאן דזשוס
212-419-4240. press 1

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:16 am
דורך לעמאן דזשוס
עני נארמאלע שאלה צו הורוביץ ווערט אוועקגעדרייט

מען פרעגט וועגן א רב,....און ער קען נישט ענטפערן א סינגל נאמען....

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:35 am
דורך נולד מאוחר
לעמאן דזשוס האט געשריבן:עני נארמאלע שאלה צו הורוביץ ווערט אוועקגעדרייט

מען פרעגט וועגן א רב,....און ער קען נישט ענטפערן א סינגל נאמען....

איז ער נישט קיין רב?
פארוואס דארף ער נאך א רב?

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:40 am
דורך ל.רוזן
ער האט נאך נישט געענפערט קלאר אויף קיין שום קשיא.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:46 am
דורך לעמאן דזשוס
איך זעה נאכאמאל די סינעריאו, ווען איך האלט שוין אט ביים האלטן אז וו״ב איז חלילה שולדיג, טויש איך מיך צוריק ווען איך הער אדער ליין ׳יענקל הורוביץ׳

איך הער פון די קטיגור דעם גרעסטן סניגוריה

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:50 am
דורך לעמאן דזשוס
איינער ט׳ געפרעגט ווי ער איז געוועהן ביי קאלקאו...נישט גע׳ענטפערט

איינער פרעגט ס׳דאך געוועהן צוויי קעגן איר

איינער פרעגט אויב ער האט אמאל גערעדט מיט וובערמאן אלס שמוע בין אחיכם...ער ענטפערט; איך בין נישט קיין דיין

לץ, רשע מרושע, זר יהיר.....ביזט נישט קיין דיין, אבער דו מעגסט פסקענען חיים ומות שאלות!!...רשע, שוטה, גס רוח!

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:51 am
דורך לעמאן דזשוס
איינער פרעגט אויב ער האט געפרעגט דעת תורה וויזוי צו קאוטשן די מיידל..

ער ענטפערט, לא דובים ולא יער...


שקרן...!

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:53 am
דורך לעמאן דזשוס
ב״ה, לא אלמן ישראל, יידן, עהרליכע יידן רופן אריין מיט זאכליכע פראגן צו יענקל, ער איז שטיל ווי א פיש

און זאב האקט טעלעפאונען

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 2:57 am
דורך נולד מאוחר
זיי מיר מוחל קיין איין קאלער רעדט נישט ציווליזירט.
זיי מעגן זיך אלע לערנען פון רב מר. הארוויץ ווי אזוי צי רעדן.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 3:05 am
דורך לעמאן דזשוס
א געשעפט האב איך

מיט א רואיגע געלאסענע מינע האט ער געטון רשעות און געטראטן אויף די הייליגע תורה. איך קען נישט העלפן אבער זיין זיסע שטימע קויפט מיר נישט אפ

אזוי ווי כאב שוין עטליכע מאל ערווענט

דאס מינומים וואלט ער יענקל געדארפט אנרופן הרב חיים פלאהר וואס איז באוויסט אלס איינער וואס האט שוין געהאנדעלט קעגן פרעדעטארס

מינימום וואלט ער געדארפט רעדן מיט חצקל גולד

מיט הרב אהרן ט״ב פון קר״י

מיט הרב מענדל שאפראן פון ארץ ישראל

און זיך באראטן מיט יידן וואס זענען באויפטראגט עפ״י תורה צו דינען אלס שומרי ישראל

מיט פראדזשעקט נעקסט און האנטביכער פאר קינדער...און וויקטים אדוואקאט סלאגאנען טאר מען נאך אלס נישט צוטרעטן כל הקודש לנו

מיטן האנדלען אויף די אייגענע בארד, האט ער אויפגעוויזן אז ער איז אינטערעסירט אין מאכן אייגענע באשלוסן און שרייען קעגן רבנים יושבי על מדין און ממילא בלייבט ער איבער אלס פאלנער לץ און גס רוח וואס האט מעגליך יידיש בלוט אויף זיינע הענט

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 3:13 am
דורך נולד מאוחר
אמת. אבער די רבנים פון די אנדרע צד האבן אויך מעגליך אידש בלוט אויך זייער האנט פארן נישט טאן גענוג צי מחזק וויקטימס.
און זיי וואלטן געדארפט אנקאלן רב הארוויץ הערן וואס ער האט צי זאגן.