דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:פארוואס ווען איך וועל מסביר זיין א משול אין גמרא אז פאפא רב האט געבארגט געלט פון סאטמארער רב זצ"ל און עס איז געקומען קלויזענבורגע רב אין געמאנט (בשבודיה דרבי נתן) די געלט וואס סאטמאר רב האט איהם קיינמאל באצאלט וכו. וועט מען מיר אנשרייען פוי בוסט מבזה קדושי ישראל. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די הייליגע נעמען ווי ראובן שמעון לוי יהודה (וואס מען מיינט נישט אבי נעמען , מען באציט זיך דייקא אויף זייערע נעמען כסדרו) ??
"ווער איז דאס 'מע'", פלעגן מיינע עלטערן מיך תמיד פארווארפן. איך למשל וואלט לחלוטין נישט געשריגן אויף דיר. ברענג וויפיל משלים דו ווילסט.
כ'האב אמאל געהערט פשט – גראדע ביי א אידישער שבע-ברכות – פארוואס ס'שטייט א דאפעלטער לשון "יחי ראובן ואל ימות", אז ער וועט לעבן וועט ער דאך נישט שטארבן.
נאר משה רבינו האט פאראויסגעזען אז ביי יעדער מעשה וועט שמעון קומען און דער'הרג'ענען ראובן, האט ער געזאגט, לאזט דעם ראובנ'ען לעבן.
פאר אונז חסידים אבער איז דאך בכלל נישט שווער. מ'ווייסמער דאך אז ס'קען אמאל זיין עמעץ זאל טאקע לעבן, דאס הארץ קלאפט, ער אטעמט, אבער בבחינת תפילה בלי כוונה כגוף בלי נשמה. די נשמה שלאפט, ס'איז נישט כל עצמותי תאמרנה, דער קאפ ליגט אין הבלי עולם הזה דאן איז דאס קיין לעבן.
און ווי ס'גייט דאס באקאנט ווארט: "א איד קען אמאל אפלעבן אכציג יאר אויף דער וועלט, און ער ווייסט ניטאמאל אז ער האט בכלל נישט געלעבט".