בלאט 133 פון 179

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2022 2:07 pm
דורך יין שרף
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:אמאהליגע צייטען פלעגען די רבנים הייסען די בחורים... גייטס און פארט זיך אפרוען.

פרעגען די בחורים און וואס איז מיט תורה?

פלעגען די רבנים ענטפערען... דער עיקר איז מען זאהל זיך אויסרוען אונז וועלן שוין לערענען פאר ענק.

היינטיגע רעבנים... זאגען מען טאר נישט אוועקפארן... ענק זאלען זיצען און לערענען און אונז וועלען שוין פארען פאר ענק (און זיך אויסלייגען בפישוט ימים ורגלים ביים וואסער און ענק אינזין האבען
כדוגמת הרב שהלך לחוף ים בפ' בשלח, לקיים מה שנאמר "ראתה שפחה על הים"..

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 6:30 pm
דורך תוהו ובוהו
photo_2022-07-07_18-30-21.jpg

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 2:11 am
דורך וואלווי
תוהו ובוהו האט געשריבן:
photo_2022-07-07_18-30-21.jpg
מתקופת הבריונים...

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 2:26 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
געווען אמאל א אלטער פארפאלק וואס האט זיך אויסגעלעבט אלע זייערע יארן אינעם פרימיטיווען דערפל נישט וויסענדיג צופיל וואס טוהט זיך אויפ’ן וועלט, אמאל האט דער אלטער מאן געטראפן א שפיגל און ער קוקט אריין דערין און ער איז געווארן שאקירט וועמען ער האט געזעהן דארט אין ער הייבט אן צו שרייען טאטע טאטע שוין אזויפיל יארן פון ווען דו האסטיך אפגעזעגנט און יעצט ביסטו שוין צוריק און אזוי האט זיך אויסגערעדט צום שפיגל זיין פעקל צרות און האט צאםגעקושט דעם... טאטע’ן, און ער האט אהייםגענומען דעם שפיגל און אוועקגעלייגט אין בוידעם, יעדעס מאל ווען ער האט געהאט א שווערע מינוט איז ער ארויף און בוידעם אין זיך אויסגערעדט צום טאטען ביז עס איהם גרינגער געווארן אויפן הארצן.
זיין אשת חבר זעענדיג אז לעצטענס קריכט ער זייער אפט ארויף אויפ'ן בוידעם איז זי פון נייגער געגאנגען קוקען וואס ער באהאלט דארט. זי טרעפט דעם שפיגל און זי זעהט אז נישט מער און נישט ווייניגער איר מאן האט באהאלטענערהייט שייכות מיט א פרעמדע פרוי און זי האט געשוימט פון כעס, נאך עטליכע מינוט קוקט זי נאכאמאל אריין דערין און זי זאגט נע "כ’זעה אז ער האט אנגעטראפן עפעס א גרויליגע מיאוסע פרוי... זאל ער טאקע ליידען פון איר....

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 11:44 am
דורך מיליאנער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:געווען אמאל א אלטער פארפאלק וואס האט זיך אויסגעלעבט אלע זייערע יארן אינעם פרימיטיווען דערפל נישט וויסענדיג צופיל וואס טוהט זיך אויפ’ן וועלט, אמאל האט דער אלטער מאן געטראפן א שפיגל און ער קוקט אריין דערין און ער איז געווארן שאקירט וועמען ער האט געזעהן דארט אין ער הייבט אן צו שרייען טאטע טאטע שוין אזויפיל יארן פון דו האסטיך אפגעזעגנט און יעצט ביסטו שוין צוריק און אזוי האט זיך אויסגערעדט צום שפיגל זיין פעקל צרות און האט צאםגעקושט דעם... טאטע’ן, און ער האט אהייםגענומען דעם שפיגל און אוועקגעלייגט אין בוידעם, יעדעס מאל ווען ער האט געהאט א שווערע מינוט איז ער ארויף און בוידעם אין זיך אויסגערעדט צום טאטען ביז עס איהם גרינגער געווארן אויפן הארצן.
זיין אשת חבר זעענדיג אז לעצטענס קריכט ער זייער אפט ארויף אויפ'ן בוידעם איז זי פון נייגער געגאנגען קוקען וואס ער באהאלט דארט. זי טרעפט דעם שפיגל און זי זעהט אז נישט מער און נישט ווייניגער איר מאן האט בא באהאלטענערהייט שייכות מיט א פרעמדע פרוי און זי האט געשוימט פון כעס, נאך עטליכע מינוט קוקט זי נאכאמאל אריין דערין און זי זאגט נע "כ’זעה אז ער האט אנגעטראפן עפעס א גרויליגע מיאוסע פרוי... זאל ער טאקע ליידען פון איר....
וואס איז געווען די סוף פון די מעשה?

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 5:53 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אז דער אלטער טאטע מיטן עקעלדיגע פרוי האבן געהייראט....

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 3:46 pm
דורך היסטאריע
דער מעשה גייט אביסל אנדערש, געוועהן א איד וואס האט געהאט א שפיגל און גערעדט מיט זיין טאטע וואס האט שוין נישט געלעבט, זיין טאכטער איז געגאנגען אויף דער בוידעם זעהן, און דערציטערט געווארען זעהנדיג ער האט דארט א יונגע פרוי. פארציילט זי פאר איר מאמע, און די מאמע איז געגאנגען זעהן, און געזאגט, נעה אזא אלטע און א מיאוסע, נישט קיין פראבלעם.

☹️

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 2:15 pm
דורך me smart
What does a piano and a potato kugal have in common?
For both you use all your ten fingers.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:19 pm
דורך וואלווי
me smart האט געשריבן:What does a piano and a potato kugal have in common?
For both you use all your ten fingers.
And now for the sake of philosophy
can you eat kugel while playing the piano...?

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:15 pm
דורך מאטי
me smart האט געשריבן:What does a piano and a potato kugal have in common?
For both you use all your ten fingers.
They both also have some relationship with noise

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:11 am
דורך פאלאצ'ינטא
א אידל גייט אריין אין א ספרים געשעפט און וויל קויפן א פאר תפילין פאר זיין בר מצוה בחור'ל.

זאגט מען איהם ער דארף גיין צו א סופר. ער קומט אן צום סופר און בעט א פאר תפילין אבער ער וויל אז דער של ראש זאהל זיין אן אנדערע קאליר ווייל עס וועט אויס זעהן שענער.

זאגט איהם דער סופר... מען קען נישט עס איז א הלכה למשה מסיני אז אלעס דארף זיין שווארץ.

פרעגט ער ווייטער לכל הפחות מאך די רצועות קאלירפול?

איך האב דאך אייך געזאגט זאגט דער סופר מען טאר נישט, עס מוז זיין שווארץ

נו שוין ענטפערט ער וואס קאסט א פאר תפילין?

1,300 דאלער זאגט דער סופר

פיין זאגט דער טאטע איך וויל אבער א ריסיפט פאר די טעקסעס.

ניין ניין זאגט דער סופר עס איז א הלכה למשה מסיני אז אלעס מוז זיין שווארץ

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 11:14 am
דורך פאלאצ'ינטא
א בנשק'ל און א מאפיאנער קומען ארויף אין הימעל צוזאמען און נאכען באקוקען זייערע מעשים האט מען זיי נעבעך געשיקט אין גיהנם

אזוי ווי זיי קומען אריין ווערט א בהלה ארום דער מערדער... א גאנצע קבלת פנים מיט מוזיק און א פאראדע און דערנאך א סעודה און צו דער בנשקל קוקט מען אפי נישט אן.

גייט דער בנשק'ל צו צום מלאך ממונה אןן פרעגט היתכן? פארוואס ביי דעם מערדער רוצח גנב פארברעכער מאכט מען דא אזא ברוך הבא און פאר מיר אן אמת'ר בנשק'ל קוקט מען אפילו נישט אן?

ענטפערט איהם דער מלאך...

בנשק'ליך האבען מיר דא גענוג איבערן קאפ אבער מערעדר און מאפינערין זאהט מען נישט דא אזוי אפט

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 5:33 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
בדיחה כיפית. שלושה מתמטיקאים נכנסים לבר והברמן שואל אותם ״האם כולכם רוצים בירה?״
הראשון: ״לא יודע״
השני עונה: ״לא יודע״
השלישי עונה: ״כן״

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 7:10 pm
דורך צוזאמגעדרייט
מאן: פארוואס פּאַקסטו דיינע רענצלעך?
ווייב: איך פאָר קיין מאנהעטן.
מאן: פארוואס פארסטו קיין מאנהעטן?
ווייב: פאר דאס וואס איך געב דיר איין נאכט אינדערהיים באקום איך פאר דעם אין מאנהעטן $500

ווייב: פארוואס פּאַקסטו דיינע רענצלעך?
מאן: איך וויל זעהן וויאזוי די לעבסט אויף טויזנט דאלער א יאר...

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:33 pm
דורך מתבודד
אלט ווערטל.

2 ארימע בעטלער האבן שפאצירט אויפ’ן גאס פרובירנדיג צו לייזן א גראשן.
אריבערגייענדיג דעם שטאטישן קלויסטער זעען זיי א סיין, וועלכע איד ס’וועט אריינקומען און זיך שמד’ן באקומט 500 גילדן אויפן פלאץ!
די ניסיון איז גרויס, און חאצקל איז מחליט זיך צו האלטן שטארק. זיין ידיד יאנקל אבער קען זיך נישט איינהאלטן. זיך אפוואשן מיט אביסל שמייליגע וואסער פאר 500 גילדן וואס קען שוין זיין, טראכט ער. און ער גייט אריין. חאצקל פארזיכערט אים אז ער ווארט אינדרויסן פאר אים ביז די פראסעס איז געענדיגט.
שטייט דארט חאצקל א האלבע שעה, א שעה, שוין צוויי שעה, ענדליך נאך דריי שעה קומט יאנקל ארויס.
”נא, האסט באקומען ס’געלט??” פרעגט ער יאנקל,
יאנקל קוקט אים אריין אין פנים מיט פאראכטונג, ”ענק אידן טראכטן נאר פון געלט!”....

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין אז איך האב שוין פארציילט די מעשה. וואס האט אויך צו טון מיט שמד'ן זיך.

אין א שטעטל האבן געוואוינט 2 חברים וועלכע האבן געלערנט בהתמדה. איין טאג זאגט איין חבר צו דעם צווייטן... דו ווייסט וואס, איך האב חשק זיך גיין שמד'ן. דער צווייטער חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם אלס נייגעריגקייט. זיי קומען אן צום גלח'ס שטוב. זיי קלינגען אריין. די רביצין/גלח'טע קומט ארויס און זי זאגט אז איהר מאן איז יעצט נישט אינדערהיים. ער קומט באלד. זי האט זיי פארבעטן אריינצוגיין אין ליווינג רום ווארטן. אזוי זיצנדיג נעמט דער חבר וואס האט זיך געוואלט שמד'ן ארויס א קליין גמרא'לע און נעמט זיך לערנען. זאגט צו איהם זיין חבר...דו ביסט צודרייט. דו גייסט זיך שמד'ן און דו לערנסט נאך גמרא. רופט ער זיך אן...ביטול טעירעה...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:42 pm
דורך קהל'ס נער
?Hi, you have reached the law offices of Klein, Klein & Klein, how can I help you
?Can I speak with Mr. Klein, please
.He is not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.He is also not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.Speaking

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 4:07 pm
דורך שאלתיאל
געהערט זאגן אז ס'ערגסטע צייט אין בני ברק איז ת"ב נאכמיטאג מנחה ביי די ליטווישע אין שול ווען אלע הייבן אויף די הענט ביי 'וזאת התורה''...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2022 11:57 pm
דורך חב''ד הויזן
קהל'ס נער האט געשריבן:
?Hi, you have reached the law offices of Klein, Klein & Klein, how can I help you
?Can I speak with Mr. Klein, please
.He is not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.He is also not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.Speaking
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f= ... 0#p3713673

גייט איינער און קאפי פעיסט די דשאוק פון קאווע שטיבל אינאיינעם מיט קהל'ס נער'ס אינטערשריפט :lol:

ווייס איך נישט וואס די אייוועלטער האבן געטראכט ביים זען די אויספיר פון די דשאוק... אבער אריינגעכאפט אפאר גרינע האט ער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:40 am
דורך שמן למאור
חב''ד הויזן האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
?Hi, you have reached the law offices of Klein, Klein & Klein, how can I help you
?Can I speak with Mr. Klein, please
.He is not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.He is also not available
?Can I speak with the other Mr. Klein
.Speaking
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f= ... 0#p3713673

גייט איינער און קאפי פעיסט די דשאוק פון קאווע שטיבל אינאיינעם מיט קהל'ס נער'ס אינטערשריפט :lol:

ווייס איך נישט וואס די אייוועלטער האבן געטראכט ביים זען די אויספיר פון די דשאוק... אבער אריינגעכאפט אפאר גרינע האט ער.
ווען איך דריק אויף זיין ניק דארטן, קומט ארויף "עס איז נישטא אזא ניק" זעט אויס אז די מנהלים פון אייוועלט וואס דרייען זיך דא אויף קאווע שטיבל, האבן אים אויסגעשפארט פארן חטא פון נאכברענגען עפעס פון שטיבל...

א גריס אייך "לכאורה" און "וויכטיג מאכער"...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:03 am
דורך קהל'ס נער
מרים: יאשקע, פאר די קראסט די גאס מיסטו בעיטען רשות פון א עדאלט.
יאשקע: אקעי.

יאשקע: פליס קראס מיך.
רומיים: נישט קיין פראבלעים, ברעינג נאר אהער דעם קרייץ.......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
א איד פרעגט פון א גוי'אישן שכן...וויאזוי פארט מען קיין צעהלים? זאגט דער גוי... דו מיינסט זיכער די מצה בעקערי... ניין... דאס שטעטל... זאגט דער גוי.... איך קען נישט אזא שטאט...!

ווער ווייסט וויאזוי די שטאט צעהלים האט געהייסן אויף די דייטשע שפראך...?!

ווער ס'ווייסט זאלל זיך ביטע אנרופן. אויך ווער ס'ווייסט נישט קען זיך אנרופן...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 10:34 pm
דורך מצפצף
דויטש קרייץ.