בלאט 133 פון 214

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 2:44 pm
דורך שאלתיאל
עצי שטים האט געשריבן:
מי ימצא האט געשריבן:מיין מאן זיצט דא אסאך אויף קאווע שטיבל, פון צייט צו צייט קום איך דא ארויף.
האב איך אפגעמאכט פארוואס נישט זיך איינשרייבן.
איך וועל לכאורה נישט קיין סאך שרייבן, אבער ווען עס קומט אויס וויל איך קענען צלייגן
זייער גוט, אונז דארפן מער פרויען שרייבערס דא
די אינאקוואלעטי איז עפעס שרעקלעך דא...
ווי האסטו מחליט געווען אז ס'איז א פרוי?? אפשר איז ער א האמאסעקסועל? אדער א טראנסדזשענדער?
און פון ווייסטו ווער איז א פרוי אדער א מאן??
טראכט אביסל אאוט אוו דע באקס.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 8:12 pm
דורך מי ימצא
שכוח עצי שטים פארן קענען ליינען פשוטע ווערטער אזויווי עס שטייט, אן אריין צו פשט’לן צו טיף.
פאר אלע וואס ווילן באמת וויסן= איך בין א פרוי. נישט קיין transgender, נישט ווי א מאן וואס טראכט ווי א פרוי, און נישט ווי א פרוי וואס טראכט ווי א מאן. א פשוטע אידענע פון גאטס באשאף אליין.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 8:43 pm
דורך קהל'ס נער
וואס מאכט מען משוגע דא? אז איינער זאגט "מיין מאן" מיינט אז דער איז א פרוי.
ווייל ס'איז איינגעפאלן פאר אפאר משוגעים אז צוויי מענער קענען חתונה האבן, אדער אז א פרוי קען ווערן א מאן מיינט נישט אז איך בין א ראסיסט, און אז איך בין פארקוועטשט.
אנטשולדיגט מיר, אבער צי זיין געי אדער טרענס, איז א קראנקייט.
די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל קען נישט פארנעמען אויב איינער טרעיט ארויס פון די ליבעראלע סטאדע, מה הועילו אויבער-חכמים בתקנתם, וואס האב איך פון זיין אויפגעקלערט אויב איך מיז טראכטן ווי די ליבעראלע גרופ טהינק.
יא, איך בין אויפגעקלערט, אבער צי טראכטן אז צי זיין קראנק בכל שם וחניכא דאית ליה איז נערמאל איז זייער אין די באקס.
ביסט אנטלאפן פון די היימישע סיסטעם צו די ליבעראלע סיסטעם, אין מדינתנו הקדושה זאגט מען מן הפח אל הפחת.
און זעמיר אזוי עדיקטעד צי א סיסטעם אז ווען אינז געפין מיר אויס אז אינזער סיסטעם איז ב.ס. לויפן מיר צי א צווייטע סיסטעם, כמו האשה המוכה שחוזרת לבעלה.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך פרוביר צו דערגיין וואס ס'האט גורם געווען דיין אויסברוך. איז דען דא איינער וואס האלט אנדערש פון דיר. אמת. ס'זענען נאך דא אחד מעיר ושניים ממשפחה פון די עכט ליבעראלע נשמות. אבער רוב לבעראלן און סאפיסטיקירטע ברואים האבן שוין (ב"ה) פארלאזט קאווע שטיבל. איז מיין קשיא. על מה יצא הקצף...טאטע לעבן זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ...!

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:03 pm
דורך שאלתיאל
@קהל'ס נער: ביזט הייליג גערעכט. כ'האף נאר האסט נישט געליינט מיינע ווערטער ערנסט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:42 pm
דורך חב''ד הויזן
איך בין זייער א חשוב'ע אינגערמאן. באמת. און איך וויל אביסל משפיע זיין פון מיין חשיבות, העמיר קומען דא אין קאווע שטיבל, ווי איך בין שוין א ליינער פאר א לענגערע צייט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:43 pm
דורך good
קוקט אויס א גאר אינטערעסאנטע וואונקל צו ליינען און פארברענגען ווען נישט האבענדיג וואס צו טאן
נישט דער גרויסער שרייבער עקספערט אבער כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:43 pm
דורך קאממאן סענס
בתוך עמי אנכי יושב. איך בין א חסיד אין וויליאמסבורג אבער נישט פון די ניינציג פראצענט... איך וויל שטארק ברענגען מיין קאממאן סענס און פאזעטיוויטי פאר די ליינער דא!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:44 pm
דורך צוויבל קניפער
Hi I wanna join have shtibel cause it looks interesting and informative I hope you understand what I'm writing and interacting with me properly and where needed smile from what I said ☺️

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:44 pm
דורך משה חאצקי
im a chasidisha yingerman that like to hear and right good news like your website and i live in willie love my place i live so so so good and sos so nice and fine and together

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:45 pm
דורך אסף
שוין א וויילע באזיכט דעם סייט און גאר נהנה געווען סיי מיט די גאר רייכע אינהאלטספולע דיקוסיעס ווי אויך אינטערהאלטונג עס וואלט מיר געווען כדאי אויך אביסל צוציגעבן פון צייט צו צייט ווי אויך קונה זיין ווי מער. יישר כח פון פאראויס

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:46 pm
דורך איש מלחמה
איך האב ליב די אפנקייט און knowledge דא אויפן פארום.
איך בין א איד אין די דרייסיגער יארן, וואוינט אין איינע פון די גרויסע אידישע געגענטער. און איז געהעריג אינעם "סיסטעם".
אבער די געשמאקע אידן וואס זענען דא אויפן שטיבל דרייען זיך נישט ליידער אין מיין בית המדרש

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:47 pm
דורך סבא דבהתא
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל: צו קענען אמאל זען / איבערגעבן אביסל נייעס וואס איז נישט עוועילעבל אויף אנדערע מקומות... וד"ל
און/אדער אייערע אינטערעסן: מרחיב זיין די ידיעות
מצב: עמפלויעד ב"ה
יארגאנג: צווישן 25 און 65
חסידות: האלט איך נאך אינמיטן זיכן (ד.מ. א ריכטיגע זאלי)
טאלאנטן: גאלדענע הענט, אייזערנע קאפ, ווארעמע שטימע, וכו' וכו'
שאיפות: זיין א ריכטיגע עובד השם
פלענער: קענען ש"ס מיט ד' חלקי, זיין א מולטיי מיליאנער וכו' וכו'

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:47 pm
דורך א אויבערלענדישער איד
א גוטן איך האב געהערט אז דא ביינונז און קאווע שטיבל ווערט אדורך געשמיסט זייער אונטערסאנטע אינהאלטסרייכע ענינים ווילעך דאס נישט פארפאסן, איך בין דא איבערצודרייען מאכן מהפכות און די וועלט פון פאליטיק, הלכה, גמרא, מקרא, משנה, ברייתא, ער, זי, אים, איר, זיי, הוא, היא, מען דארף דא שרייבן ציפול ווערטער איינער קען ארויסהעלפן?? נו סגייט נאך אלץ נישט איינער וויל העלפן זאל ער מיך קאנטעקטן

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:29 pm
דורך מיליאנער
סבא דבהתא האט געשריבן:פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל: צו קענען אמאל זען / איבערגעבן אביסל נייעס וואס איז נישט עוועילעבל אויף אנדערע מקומות... וד"ל
און/אדער אייערע אינטערעסן: מרחיב זיין די ידיעות
מצב: עמפלויעד ב"ה
יארגאנג: צווישן 25 און 65
חסידות: האלט איך נאך אינמיטן זיכן (ד.מ. א ריכטיגע זאלי)
טאלאנטן: גאלדענע הענט, אייזערנע קאפ, ווארעמע שטימע, וכו' וכו'
שאיפות: זיין א ריכטיגע עובד השם
פלענער: קענען ש"ס מיט ד' חלקי, זיין א מולטיי מיליאנער וכו' וכו'
איך מיין אז איך כאפ ווער דו ביזט... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 6:32 pm
דורך סבא דבהתא
איך בין נישט דער וועם איר מיינט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 7:25 pm
דורך berlbalaguleh
סבא דבהתא האט געשריבן:פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל: צו קענען אמאל זען / איבערגעבן אביסל נייעס וואס איז נישט עוועילעבל אויף אנדערע מקומות... וד"ל
און/אדער אייערע אינטערעסן: מרחיב זיין די ידיעות
מצב: עמפלויעד ב"ה
יארגאנג: צווישן 25 און 65
חסידות: האלט איך נאך אינמיטן זיכן (ד.מ. א ריכטיגע זאלי)
טאלאנטן: גאלדענע הענט, אייזערנע קאפ, ווארעמע שטימע, וכו' וכו'
שאיפות: זיין א ריכטיגע עובד השם
פלענער: קענען ש"ס מיט ד' חלקי, זיין א מולטיי מיליאנער וכו' וכו'
סבא דבהתא: איהר ווילט מיר (אן עיי"ן ה"א) ביטע איבערטייטשן וואס דער נאמען מיינט...!

איהר זאגט (בתוך הדברים) אז איהר האט א שאיפה צו קענען ש"ס. אויף קאווע שטיבל לערנט מען נישט קיין ש"ס באופן קבוע. נאר דרך אגב. אונז האמיר גרויסע לומדים...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 7:31 pm
דורך berlbalaguleh
א אויבערלענדישער איד האט געשריבן:א גוטן איך האב געהערט אז דא ביינונז און קאווע שטיבל ווערט אדורך געשמיסט זייער אונטערסאנטע אינהאלטסרייכע ענינים ווילעך דאס נישט פארפאסן, איך בין דא איבערצודרייען מאכן מהפכות און די וועלט פון פאליטיק, הלכה, גמרא, מקרא, משנה, ברייתא, ער, זי, אים, איר, זיי, הוא, היא, מען דארף דא שרייבן ציפול ווערטער איינער קען ארויסהעלפן?? נו סגייט נאך אלץ נישט איינער וויל העלפן זאל ער מיך קאנטעקטן
אויבערלענדער איד: שלום עליכם. איהר האט אפשר (געהאט) א קרוב דא אויף קאווע שטיבל, וועלכער איז ל"ע ולא עליכם פריצייטיג ניפטר געווארן. ער האט געהייסן אויבערלענדער חכם. איך בין זיכער אז איהר זענט אויך א חכם. אבער איהר רופט זיך סתם איד...!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 8:15 pm
דורך א אויבערלענדישער איד
berlbalaguleh האט געשריבן:

כהאב גארנישט מיט יענעם, כבין סתם אויבערלענדיש, א חכם צו נישט העסטו מיך לאזן וויסן נאך אפאר זאפטיגע שמועסן..

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
אויבערלענדישער איד: איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. איך בין אויך אן (אמת'דיגער) אויבערלענדישער אפשטאמיגער .איינער פון מיינע זיידעס האט געוואוינט אין אויבערלאנד. נאכדעים האט ער (ליידער) געמופט קיין אוישוויץ. צוזאמען מיט נאך 6 מיליאן אידן. שנהרגו עקה"ש...דורך די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש...!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2022 12:25 am
דורך א אויבערלענדישער איד
כבין גראדע גארנישט אזוי אויבערלענדיש סא זעמיר נישט קיין קרובים.. דיין ניק בערל בעלעגלה שמעקט אויבערלענדיש

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2022 1:38 am
דורך סבא דבהתא
berlbalaguleh האט געשריבן:
סבא דבהתא האט געשריבן:פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל: צו קענען אמאל זען / איבערגעבן אביסל נייעס וואס איז נישט עוועילעבל אויף אנדערע מקומות... וד"ל
און/אדער אייערע אינטערעסן: מרחיב זיין די ידיעות
מצב: עמפלויעד ב"ה
יארגאנג: צווישן 25 און 65
חסידות: האלט איך נאך אינמיטן זיכן (ד.מ. א ריכטיגע זאלי)
טאלאנטן: גאלדענע הענט, אייזערנע קאפ, ווארעמע שטימע, וכו' וכו'
שאיפות: זיין א ריכטיגע עובד השם
פלענער: קענען ש"ס מיט ד' חלקי, זיין א מולטיי מיליאנער וכו' וכו'
סבא דבהתא: איהר ווילט מיר (אן עיי"ן ה"א) ביטע איבערטייטשן וואס דער נאמען מיינט...!

איהר זאגט (בתוך הדברים) אז איהר האט א שאיפה צו קענען ש"ס. אויף קאווע שטיבל לערנט מען נישט קיין ש"ס באופן קבוע. נאר דרך אגב. אונז האמיר גרויסע לומדים...!
סבי דבהתא פירוש זקינים של בושה וחרפה, במבושיו תרגום בהתתיה (מתנות כהונה על בראשית רבה מ״ט:ט:ח) [ומה שכתב סבי עם י׳ היינו בלשון רבים אבל בלשון יחיד סבא]

ש״ס ברויך יעדע איד האבן א שאיפה צי קענען, רבי ר׳ זושא האט געזאגט מען דארף ווילן וועלן

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 3:28 am
דורך berlbalaguleh
א אויבערלענדישער איד האט געשריבן:כבין גראדע גארנישט אזוי אויבערלענדיש סא זעמיר נישט קיין קרובים.. דיין ניק בערל בעלעגלה שמעקט אויבערלענדיש

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
אויבערלענדישער איד: ס'איז לא דובים ולא יער. ס'נישט קיין בערל. און נישט קיין וואלד (אויבערלאנד) דער ניק, בערל איז נישט מיין עכטער נאמען. איך האב עס גענומען פון א מעשה ביכל (אידישע ליכט.)