בלאט 134 פון 179
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:32 am
דורך שמן למאור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 5:32 pm
דורך berlbalaguleh
מצפצף האט געשריבן:דויטש קרייץ.
און וויאזוי האבן די אויבערלענדישע אידן גערופן די שטאט וויען (ברמיזא) אז זייערע גוי'אישע שכנים זאללן נישט פארשטיין...?!
איין איד פרעגט דעם צווייטן...דו פארסט קיין מקום וואוו?...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 1:56 pm
דורך שמן למאור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 12:35 am
דורך כולל אינגערמאן
יעצט אין די טעג וואס אידן גייען ארויס שטימען (voting), זאגט מיר א איד "איך אין מיין ווייב שטימען נישט"...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 6:05 pm
דורך מתבודד
זייער אסאך מאל ווען מ’פרעגט א אנגעזעצטע מענטש פארוואס ער דרייט זיך ארום אזוי דעפרעסט וועט ער ענטפערן ”ווייל אזוי”, און ס’איז א גענוג גוטע תירוץ פאר’ן שואל, משא”כ ווען מ’זעט א מענטש דרייט זיך ארום פריש און מינטער און מ’פרעגט אים לשמחה מה זו עושה, וועט ”ווייל אזוי” נישט זיין א באגנוגנדע תירוץ נאר מ’וועט אים מוטשענען; וואס איז הייינט געשען אז ביסט אזוי פרייליך?...
האב איך געהערט פון חיים איצקאוויטש אז דאס מיינט דער פסוק די וואך, ”והיה, עקב!” אין והיה אלא לשון שמחה, און עקב איז אויך טייטש ”ווייל”, מ’מעג זיין בשמחה סתם ”ווייל אזוי”! ודפח”ח
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:25 pm
דורך קהל'ס נער
א פיילאט האט אויסגעריפען אינמיטן א פלייט אז די פליגלען האבן זיך פארברענט, ס'געווארען א מהומה אויפן פלעין, און דער פיילאט איז ממשיך: דעריבער וועט מען סערווירען לעיבער אנשטאט....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:45 pm
דורך שמעקעדיג
איך האף זיי האבן געהאט גענוג וואסער אויפן עראפלאן פאר אלע פאר'חלש'טע פאסאזשירן....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:54 pm
דורך וואלווי
די לעבער האט זיי דערמינטערט..
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 6:40 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פונעם רבי'ס הויף אין סקווירא קומט אָן די פאלגענדע נייעס:
אין ליכט פונעם עקסידענטן מיטן רבי'ס מאטערקאדע האט מען באשלאסן אז פון היינט און ווייטער וועט די רבי דינגען אַן "עסקאָרד קאָמפעני"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
צואמגעדרייט: דו וועיסט מסתמא אז דער טערמין עסקארט האט 2 פשטים. דו מעינסט זיכער דעם צוועיטן פשאט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 1:19 pm
דורך שאלתיאל
געהערט נאכזאגן פון רבי ברוכ'ל גארליצ'ער זצ"ל (געווען באוויסט מיט זיינע שארפע פערל ווערטער) :
וואס וועט זיין לעתיד לבוא ווען אלע צדיקים וועלן אויפשטיין תחיית המתים, וואס וועט זיין מיט 'קברי צדיקים'?
מוז מען זאגן אז ס'וועלן זיין אזוינע רעבע'ס און אדמו"רים וועלכע וועלן נישט אויפשטיין תחיית המתים.
לייגט ער צו, און אפילו דאך וועלן זיך געפינען די טיפשים וועלכע וועלן גיין זיך משתטח זיין אויף זייערע קברים...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:12 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א עלטערע פרוי קומט צום רב אז זי וויל א גט.
פרעגט איהר דער רב, נאך 50 יאהר ווילט איהר א גט?
יא זאגט זי ער איז געווארען א שיגץ. ווען איך דעלאנג איהם עפעס פליישיגס צו עסען בעט ער גלייך דערנאך א קאווע.
דער רב פרעגט דעם איד, איז דאס אמת? וואס איז מיט דיר געשעהן?
גארנישט ענטפערט ער, אבער נאך 50 יאהר האב איך זיך שוין אויסגעלערענט אז ווען איך בעט איהר עפעס דארף איך ווארטן 6 שעה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:09 am
דורך מתבודד
פאראיאר זאגט מיר א יונגערמאן אז ער בלאזט שופר ערב ראש השנה צו פארמישן דעם שטן, ער זאל מיינען ס’איז ראש חודש אלול...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 6:58 pm
דורך קהל'ס נער
איינער האט געזעין א עדווערטייזמענט
Accountent Needed!
$80K-$85K
Call Plony Almony
ער ריפט אריין און זאגט "מען דארף נישט קיין אקאונטענט, די ענטפער איז $5K-"......
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 7:08 pm
דורך מתבודד
קהל'ס נער האט געשריבן:איינער האט געזעין א עדווערטייזמענט
Accountent Needed!
$80K-$85K
Call Plony Almony
ער ריפט אריין און זאגט "מען דארף נישט קיין אקאונטענט, די ענטפער איז $5K-"......
ענדיג צו,
די פלוני אלמוני האט אים געטראפן א זשאב אלס janitor...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:פאראיאר זאגט מיר א יונגערמאן אז ער בלאזט שופר ערב ראש השנה צו פארמישן דעם שטן, ער זאל מיינען ס’איז ראש חודש אלול...
מתבודד: איך קען א איד וואס אויף ראש השנה פארט ער קיין מירון. און ל"ג בעומר פארט ער קיין אומאן. כדי צו פארמישן דעם שטן...!
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 9:25 pm
דורך כרם זית
''די לאנגע שייטלען, איז די נגע הדור'', האמערט דער רב. ''אידישע טעכטער זאלן זען צו שניידן!".
''און וואס טוט זיך מיט 'השמר בנגע צרעת?", פרעגט א אינגעמאנטשיקל אריין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:58 pm
דורך שמן למאור
זייענדיג אינטערן רושם פון אפאר מלנ"ז'ס און עטליכע שטערנדלעך (כזה: * ), האב איך מיך אריינגעזעצט אין ביהמ"ד פרייטיג נאכמיטאג מיטן טראפענדיגע פיאות פונעם מקוה. איך עפן א נועם אלימלך און איך אנטפלעק עטליכע שטערנדלעך אויסגעשפרייט אויפן עמוד! און א וואדזשנעם געדאנק האט מיר אריינגעבליצט אין קאפ...
יא.. איר האט ציגעטראפן... איז עס אייך אויך אמאל איינגעפאלן? מען האט אייך איינגערעדט גלוי אליהו צואת שוורים.. אבער איך מיין אז די שטערנדלעך קענען מעגליך רעפרעזענטירן גאר עפעס אנדערש...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:03 am
דורך פאלאצ'ינטא
מען זאגט נאך פון דער יארמער רב אז פארוואס זענען נשים פטור פון תקיעת שופר?
ווייל זיי בלאזען א גאנץ יאהר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:39 pm
דורך פאליטיקאנט
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:59 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 9:14 pm
דורך חמלה גדולה
One of the many jobs available to our community members without any knowledge in English, is being an English teacher
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 2:20 am
דורך שמן למאור
א גאר פרימע בחור האט חתונה געהאט, און ער האט נישט געוואלט רעדן קיין ווארט מיט זיין ווייב. ווען מען האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געזאגט אז עס שטייט אין די משנה; אל תרבה שיחה אם האישה.. ובאשתו אמרו.. נו איז דאך עס א אפענע משנה.
האט מען אים געשלעפט צו א רב, האט אים די רב געזאגט אזוי. ביסט גערעכט אז עס שטייט אזוי אין די משנה. אבער אונז האבן א כלל אז יעדע משנה וואס איז א סתם ואח"כ מחלוקת פסק'נט מען נישט ווי דער משנה..
נו אז די וועסט זיך פירן ווי דער משנה וועט עס דאך זיין א סתם משנה ואח"כ מחלוקת...