בלאט 134 פון 214

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 3:32 am
דורך berlbalaguleh
סבא דבהתא: דער פשט פון דיין נאמען איז ערגער ווי כ'האב געמיינט. לפי פי' דבריך...לאל

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 11:22 pm
דורך פארמעגליך
פשוטע יונגערמאן און האט ליב צו ליינען דא פון מאל צומאל איז פארוואס נישט קענען ריספאנדען

הצלחה רבה

כהאף עטץ וועטס מיר אננעמען ווי אמשנעלסטען

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 11:23 pm
דורך me smart
I just needa new nick for my flip phone were I can't write
amd enjoy the place here now I just need to finish writing up to empty words so I can submit the application to the owners of the site tell me if some good I'm
GEnglish I'm an active member h

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 11:24 pm
דורך nothing
כבין סאטמאר זאלויני
, כבאנוץ מיך מיט אייוועלט, קאווע שטיבל איז נישט די ריינסטע מקום אבער אייוועלט איז א משהו צו צענזורירט
מיין אינטרעסע איז פאליטיק, חסידות, אין נאך

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 11:35 pm
דורך קאצקע ציקער
פארמעגליך האט געשריבן:פשוטע יונגערמאן און האט ליב צו ליינען דא פון מאל צומאל איז פארוואס נישט קענען ריספאנדען

הצלחה רבה

כהאף עטץ וועטס מיר אננעמען ווי אמשנעלסטען
איך בין נייגעריג צו דו ווייסט וואסערע ניק דו פארמאגסט א ניק וואס האט אמאל אויפגעשאקעלט גאנטץ סאטמאר . דערמאנסט מיך מעמעריס

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 12:06 am
דורך מיליאנער
nothing האט געשריבן:כבין סאטמאר זאלויני
, כבאנוץ מיך מיט אייוועלט, קאווע שטיבל איז נישט די ריינסטע מקום אבער אייוועלט איז א משהו צו צענזורירט
מיין אינטרעסע איז פאליטיק, חסידות, אין נאך
פיין, אונז זעמיר גרייט לדורן, לתפילה, ולמלחמה!

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 12:30 am
דורך סבא דבהתא
nothing האט געשריבן:כבין סאטמאר זאלויני
, כבאנוץ מיך מיט אייוועלט, קאווע שטיבל איז נישט די ריינסטע מקום אבער אייוועלט איז א משהו צו צענזורירט
מיין אינטרעסע איז פאליטיק, חסידות, אין נאך
זאלסט נאר נישט ווערן פארכאפט!!!
און מאך זיכער נאר צי עפענען ק"ש אין פרייוועט/אינקאגניטא
געב זיך שטארק אבאך פון וואס דו לייגסט ארויס דא מזאל נישט כאפן ווער די ביסט, זיי זאגן אז ועד משמרת האט דא איינגעפלאנצט מעמבערס וואס פרובירן צי אויסגעפונען יעדעם (נישט קאנפערמד)

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 3:12 pm
דורך זייגערל
איך בין א אינגערמאן ארגענעיל פין סקווירא געווארן אביסל אויפגעקלערט איך די עלטער כ'ליין שוין קאווע שטיבל א שיינע פאר חדשים סא פארוואס נישט קענען רעפלייען ווען כ'האב א געדאנק

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 3:13 pm
דורך שבת קודש
I'm joining the platform to be a part of the only chasidishe
Uncensored platform where people and so I can freely discuss
Whatever they have in mind its something we all need

נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 3:13 pm
דורך חמול על מעשיך
א גוטן נאך וואס איך האב אסאך געליינט דא אינעם שטיבל האב איך אויך געוואל לאזן הערן פאר מיינע טיירע ברידע מיינע געדאנקן העארות אין הארות ווי זוי מקען זיך פארבעסרן אין ווי זוי מקען פארבעסרן די וועלט

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:32 am
דורך אבער פארוואס
א גוטן, איך בין א שרייבער (נישט קיין באוויסטע) פון וויליאמסבורג און איך האלט אז דא איז א גוטע פלאץ צי קענען שרייבן און מענטשן זאלן עס אפרישיעטן. איך שרייב גראמען אויף קאנסעפטן און מיינע געפילן. איך האף אז דא וועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיין אויף מיין פעידש און מיך פארשטיין אן דשאדשן.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:33 am
דורך Feina Yid
איך בין א פיינע יוד. איך ליין שוין דא א לאנגע צייט און איך האב באשלאסן אז עס איז שוין געקומען די צייט צי באצאלן און אליינס אנהייבן שרייבן דא. איך בין א סאטמערער געבוירענער און איך האב ליב סאטמערע פאליטיק. אויך האב איך ליב אמעריקאנע פאליטיק. איך האף צוצוגעבן צים שטיבל

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:33 am
דורך אברהם ברוך
איך בין א יוד וואס דרייט זיך שוין דא אויף קאווע שטיבעל א היפש לאנגע תקופה און יעצט האב איך באשלאסען מיר איינצישרייבען דא אין קאווע שטיבעל, און אזוי ווי איך בין בטבע א שטילער וועל איך לכאורה נאר צילייגען קורצע הערות דא דארט און לכאורה וועל איך נישט שרייבען צי לאנגע תגובות
הצלחה רבה אייער חבר אברהם ברוך

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:34 am
דורך Sammy
איך האב ליב צו שמיעסן...................
איך בין א ווארימע אינגערמאן....................
איך בין סינגל..............................................
וואס נאך.....................................................
איך ארבעט פול טיים...................................

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:34 am
דורך מתבודד
געוועזענע עובד, כמעט געווארענע אובד...
פון קאווע שטיבל האב איך געטון הערן; עצות, חיזוק, דעות, מעשיות חברים צווישן זיך שערן.
שנעל געקומען אהער צו לויפן אויסטשעקן, ווארום געזוכט האב איך ווי מען קען זיך אביסל אויסשטעקן...
נאך חדשים לאנג צווישן אשכולות געלאפן הין און צוריק, פיינעלי געקומען די צייט שוין צו עפענען א ניק.
לאמיר האפן די חברים קאווע טרינקער זאלן פון מיר נהנה זיין, לפחות אזוי שטארק ווי איך קוועל ווען ענקערע ווערטע איך ליין.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:35 am
דורך תוכו כברו
שלום וברכה צו אייך טייערע "קאווע שטיבל" באניצער, שוין א לענגערע צייט וואס איך דריי זיך ארום דא אויפ'ן זייטל בתורת גאסט און איצטערט האב איך באשלאסן אז ס'איז שוין העכסט צייט זיך אפיציעל איינצושרייבן און באקומען די מעגליכקייט צו געניסן פון די פילע באקוועמליכקייטן וואס "קאווע שטיבל" שטעלט אהער.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:35 am
דורך שימי
איך האף צו פירען מיין אייגענער ביזנעס אבער יעצט בין איך אן איינגשטעלטר. איך האב זייער ליעב השקפה אין פארברענעען מיט קליגער מענטשען.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:36 am
דורך יודע ועד וכותב וחותם
שערן מיינע דעות ענטפערן כענין און פרעגן כהלכה
דע מה שתשיב
ענה כסיל כאוולתו
רעדן צו יעדער איינער לויט זיין שפראך
וואס נאך?
א פליינער יונגערמאן וואס איז אזור ווי יעדעם און וויל דינען דעם באשעפער פול דבר וועלט
נאך נישט גענוג?
אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה....

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:37 am
דורך צפניה
איך בין א פלעינע אינגערמאן איך האב לעצטענס אביסעל ליידיגע צייט האב איך געטראכט זיך איינצושרייבן אפשר וועל איך האבן וואס מוסיף צו זיין צו די שיינע שמועסן דא. העכטסטענס אויב נישט וועל איך זיין ווי די רוב דא וואס שרייבן זיך איין און דאס בלייבט זייער לעצטע תגובה...

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:38 am
דורך פאכמאן
א פיינעם פלאץ וואו מ'קען אדורך רעדן נושאים ווי ערוואקסענע. אסאך העלפן זיך איינער דעם צווייטן. ווייניג שקרים און האקן אין קאפ, אסאך אמת און רעדן צו די זאך. איך וויל אויך זיין א חלק דערפון.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:38 am
דורך ביליאנער
Today I decided to Join the Kava Shtieble and To share my input and common sense when relevant.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:39 am
דורך צפת
סתם, צו הערן און זיך אנפילן מיט ידיעות, הן ידיעות התורה און הן סתם זאכן. קאווע שטיבל איז אן ארט פאר כלל ישראל, פיל מענטשן שעפן דא חיזוק בענינים העומדים על הפרק.

בעצם, פארוואס דארף מען האבן פונקט פערציג ווערטער? - אויב איך וועל שרייבן ניין-און-דרייסיג, וועט נישט גוט זיין? - אויב איך וועל שרייבן איין-און-פערציג וועט נישט גוט זיין? - נו, זאל זיין אזוי...

יוצא געווען?

אה, וועלכע פרוכט פון די ד' מינים? - המם... שווערע שאלה, אפשר מאראנץ? - איינער קען מיר דא העלפן?

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:40 am
דורך אינספירירט
איך בין געווארען רעקאמענדירט צו דאס הייליגע ספר "ותינוק ללמדו ספר", אין דאס האב איך געליינק בשקיקה ובצמאון רב און דאס איז גיווען זייער אמיציאנאל פאר מיר און איך האב פלוצלינג געשפירט אז גאט זיי דאנק איך בין נישט אליין און כלל ישראל איז נאכנישט באנקראט געגאנגען. דארטן האב איך געזעהן אז קטלא קניא שרייבט און די וועקר און אזוי געוואויר געווארן פונם קאווע שטיבל וואס איך פיהל עס פאר א פריבילעגיא צו ווערן באשטעטיגט אלס א מיטגליד. א שיינעם דאנק