בלאט 135 פון 213
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 6:11 am
דורך נופת צופים
@וכדומה.. הונדערט לייקס פאר דיר. כ'מיטשע זיך שוין יארן מיט פידיעף'לעך מיט פיצילע אותיות און כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס קענען זיי נישט מאכן אט דעיס. ס'אזא סימפל זאך. די אלע רידערס האבן דאך עס. נאר פידיעף קען מען נישט? סטופיד מיך איז מיר נישט אריינגעפאלן צו טרייען צו טרעפן ביי די סעטטינגס.
אנ-פליפפינג-בעליוועבל.
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:33 am
דורך שמעקעדיג
עמעזאן קינדל טוט די זעלבע זאך דוכט זיך. עס לייענט גאר גוט פי די ע'ס און טוט עדזשאסטן די סייז פון די פאנטס.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:36 pm
דורך קאמענטירער
כזעה אז דא אין שטיבעל איז דא עטליכע אשכולות ווי צו לייגען בילדער , ווי זאל איך לייגען סתם אינטערסאנטע בילדער?
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:22 pm
דורך לית דין בר נש
וויפיל מאל א וואך געווינט איר א Free Cruise צו די "בהמות"? לעצטענס געווין איך כמעט טעגליך אזא Free cruise.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 3:34 pm
דורך געוואלדיג
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 4:27 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
לית דין בר נש האט געשריבן:וויפיל מאל א וואך געווינט איר א Free Cruise צו די "בהמות"? לעצטענס געווין איך כמעט טעגליך אזא Free cruise.
די חשבון איז אז ס'לוינט זיך פאר די קאמפאמיס צו געבן די רייזע פאר בחינם אויפ'ן חשבון אז מ'וועט שפענדן אבנארמאלע געלט אויף די אטראקציעס אויף די שיף זעלבסט.
מענטשן לאזן זיך קאסטן געלטער ווי וואסער ווען זיי זענען אויף וואקאציע און די שיף פארט סייוי.
אדעראיז סתם א סקעם:
www.cbsnews.com/news/lessons-from-my-free-cruise/
פארוואס פונקט די טשולענט
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 10:56 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
עס איז איינגעפירט אין אסאך יודישע שטיבער אז אפילו די מאמע קאכט אלע מאכלים א גאנצע וואך אין אויך לכבוד שבת, דאך מאכט די טאטע די ״ טשולענט״ אויף שבת. לכאורה איז די סיבה ווייל זיי ווילען א טייל נעמען אין צוגרייטען עסן אויף שבת. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. פארוואס פונקט די טשולענט ס׳ דאך דא אזוי פיהל אנדערע מאכלים. אפילו גרינגערע זאכען צו קאכען. ווי למשל אייער, לעבער, פיש, פערפעל, פלייש. וואס עפעס די טשולענט.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:01 pm
דורך פליקער
כדי צי קיצלען קעיניגליכע מוחות
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:18 pm
דורך petergrifin
לכאורה איז עס װעגן די װײבער האבן גענוג געהאט פון די מענער װאס קומען ארײן אין קאך און מישן זיך אין די טעפּ און נאך דעם
האבן זײ נאך טענות פארװאס ס׳איז פארברענט, פעלט זאלץ, דארף נאך פלײש, נישט געקאכט גענוג לאנג וכו׳.
Re: פארוואס פונקט די טשולענט
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:31 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס פונקט אין שבת אחים
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:41 pm
דורך קאצקע ציקער
אדער ווייל די איבעריגע מאכלים איז נישט אזוי גפערליך אז ס'קימט נישט אויס אזוי גיט, אבער אז די טשולנט געלונגט נישט אזוי איי איי איז אך און וויי די גאנטצע שבת איז צושטערט און אפשר די גאנטצע וואך אויך. ממילה טראסט מען נישט די ווייבער פאר דעם און מען מאכט עס אליינס
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:45 pm
דורך ירח בן יומו
קיינמאל נישט געהערט פון דעם מנהג.
ווייסט איינער פון וואו די מנהג שטאמט?
Re: פארוואס פונקט די טשולענט
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:52 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס פונקט אין שבת אחים
וואו וואלט בעסער געווען?
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 12:24 am
דורך יין שרף
שבת אחים איז געמאכט פאר נאכן עס עסן...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 1:07 am
דורך petergrifin
@יין שרף welcome back .
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:01 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
פארוואס סושי פיש? אז ס׳ סושי ווייסט מען דאך אז ס׳ פיש. ס׳ לכאורה א דאפלטע לשון.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 12:17 pm
דורך לית דין בר נש
איך וואלט אפגילערנט פשט אין דוקא טשולענט ווייל דאס מאכן אלע בחורים אין זייער דירות אין ירושלים און אפי' אין אמעריקא מאכן דאס ישיבה גדולה בחורים אין קעמפ אין קרא"ק פאט"ס אונטער די בעט ממילא אין דאס זענען זיי זייער עקספיריענס, ממילא די ערשטע וואך וואס מען עסט אינדערהיים נאך די חתונה איז גרויס עקסייטמענ"ט אין די היים מען ארבעט ווי א team איז גיווענליך וועט די מאן זאגן די ווייסט וואס פארא גוטע טשולענט איך פלעג מאכן אין ישיבה איך פלעג אריינלייגן דאס און יענץ אלע מיינע חברים פלעגן זיך מחיה זיין דערמיט די ווילסט איך זאל מאכן מיין רעסעפ"י? און זי אינטערסירט עס ווי א פאריעריגע שניי פונקטליך די רעסעפ"י לאזט זי אים עס מאכן.
מיין שאלה איז א צווייטע פארוואס טאקע קאכן זיך נאר מענער אין טשולענט איך האב קיינמאל גיהערט פון פרויען וואס ווערן משוגע פאר טשולענט.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:10 pm
דורך געוואלדיג
גראדע איך מאך די פיש.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:11 pm
דורך געוואלדיג
און מיין טאטע מאכט די פאטעיטא קוגל.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:41 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ביסט אבער א יחיד. רוב מענער וואס קאכען עפעס, מאכען די טשולנט.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש א יחיד. ער האט זיך מיט וועמען צו אינדענטיפיצירן.
רב ספרא מחריך רישא. רבא מלח שיבוטא.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:24 pm
דורך ירא שמים
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע איך מאך די פיש.


נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 1:19 am
דורך קאצקע ציקער
מיין שאלה איז א צווייטע פארוואס טאקע קאכן זיך נאר מענער אין טשולענט איך האב קיינמאל גיהערט פון פרויען וואס ווערן משוגע פאר טשולענט.
א גיטע פראגע