בלאט 135 פון 214

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:40 am
דורך פנחסבןאלעזר
קנאי בן קנאי
דער עולם היינט איז צו רואיג און געמיטלעך, מען האט נישט גענוג אין זין דער אויבערשטער. מען דארף האבן א פנחס זאל מעורר זיין דער עולם צו עבדות השם. בכלל איז מען געווארען צו פיל באקוועם מיט אידישקייט. אידישקייט איז נישט א באקוועמע זאך, עבדות אני נותן לכם, נישט געשמאקייט.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 9:41 am
דורך סדרן
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די 14 נייע מעמבערס. מיר קוקן ארויס צו הערן פון יעדן איינעם פון ענק. ברוכים הבאים.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 10:29 am
דורך מיליאנער
ביליאנער האט געשריבן:Today I decided to Join the Kava Shtieble and To share my input and common sense when relevant.
העי! איך האב שוין געפלאנט צו אפגרעיטן מיין ניק. דו האסט מיך אויסגעכאפט!

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 10:59 am
דורך me smart
מיליאנער האט געשריבן:
ביליאנער האט געשריבן:Today I decided to Join the Kava Shtieble and To share my input and common sense when relevant.
העי! איך האב שוין געפלאנט צו אפגרעיטן מיין ניק. דו האסט מיך אויסגעכאפט!
I'm reserving the "trillionaire" nick...

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 12:00 pm
דורך מיליאנער
טוצעך דא א אינפלעישאן....

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 5:28 pm
דורך וואלווי
יעל קגם האט געשריבן:Im a Chasid that has interest in all topics and likes to understand the deeper meaning of what I'm doing here, Iv'e been reading Kave Shtibel for a while but saw a few Tegivos that I wanted to reply to so I decided to join
Creative nickname

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 6:50 pm
דורך היימישע מבקש
א היימישע איד פון ברוקלין וואס זיכט דער אמת בעזר השם
שוין דורך אסאך גלגולים. אבער ברוך השם על כל גל וגל נענתי ראש
קאווע שטיבעל איז די מקום וואס מען שמוסען מכל ממילא בין איך דא

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 6:51 pm
דורך שופטת
איך האב אביסל מיטגעהאלטן די קעיס פון קינדליין און הונדערט און ס'האט מיר ערשטיטערט די מחסור פון צדק אין אונזערע קהילות. איך האב מיטגעהאלטן פארשידענע היימישע קעיסעס אין געריכט, ספעציעל פעמעלי קעיסעס - האב איך געטראכט איך וועל שערן אביסל פון וואס איך האב געזען און געהערט..

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 7:04 pm
דורך חב''ד הויזן
שופטת האט געשריבן:איך האב אביסל מיטגעהאלטן די קעיס פון קינדליין און הונדערט און ס'האט מיר ערשטיטערט די מחסור פון צדק אין אונזערע קהילות. איך האב מיטגעהאלטן פארשידענע היימישע קעיסעס אין געריכט, ספעציעל פעמעלי קעיסעס - האב איך געטראכט איך וועל שערן אביסל פון וואס איך האב געזען און געהערט..
גאו אהעעד

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:40 pm
דורך זכור אזכרנו
איך האב ליב אז מענטשען זאלן זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן, עס איז זייער גוט צו דורכשמועסן א נושא מיט אנדערע אויף א רואיגע און פארשטענדליכע וועג, מיינונגס פארשידענהייטן איז נישט קיין חסרון כשם שאין פרצופותיהן שוויו כך אין דיעותיהן שווים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:41 pm
דורך Heilig123
I am an introverted deep thinker who lives in his own head. I have many opinions and ever evolving ideal by which I am trying to live by. I am chasidish but when it comes to typing English is my first and easier choice.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:41 pm
דורך דער עסער
כדי צו פארענטפערן אין געוויסע פעלער מענטשנ'ס מיינוגען און אויסקלארן די נושאים אויף די ריכטיגע וועג און נישט סתם שרייבן דיינע ווייטאגען אויף יעדע זאך
איך וויל קענען דורך שמועסן נושאים און קלאר ווערן

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:42 pm
דורך אמתער יוד
קאווע שטיבל איז א נאטראלע פלאץ ווי מקען שרייבן וועגן די היימישע ציבור עניים און דברים העומדים על הפרק, און א נישט דשאדשבארע ענוויירענמינט. מקען הערן ביידע צדדים פון איידע מעשה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:26 pm
דורך גשן
איך פראביר ארויס צי גיין פין מצרים, אין איך האף אז די קאווע שטיבל וועט עס מאכען גרינגער, שוין דעמאלסט האט מען געוויסט אז מען דארף א געשמאקע ווינקל, אז די יונגווארג זאל זיך דערהאלטען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:27 pm
דורך חדר יונגל
עס איז מיר פשוט אינטערעסאנט זיך דורך צו שמועסן, רעדן און הערן און אויס טוישן מיינונגען איבער ענינים העומדים על הפרק, נייעס, השקפות, און זיך פשוט טרעפן מיט נאך אנדערע מענטשין בשעת'ן טרינקען א גלעזל קאווע מיט ציקער און מילעך אדער גאר א שווארצע קאווע, אלעס לפי הענין רזוי ווי עס פאסט זיך פאר א עכטע קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:27 pm
דורך כולל אינגערמאן
איך בין א אינגערמאן וואס לערנט אין כולל אין באנוצט זיך מיט קאווע שטיבל צו טרינקען א גלאז קאווע פארשטייט זיך נאר בין הסדרים.

איך בין זייער אינטערסירט אין ארויפברענגען נייע אינטערסאנטע שמועסן.

איך ווארט מיט ענגשאפט צו דערציילן נאך וועגן מיר אין די צוקנופטע צייט!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:28 pm
דורך שאטן
קאווע שטיבל איז אן אפענע פארום אבער דאך שטארק אויסגעהאלטן, אויפריכטיגע שמועסן דורך ערוואקסענע מענטשען קען אסאך אויפטון. איך בין בעצם שעמווידיג צו רעדן ברבים, א פלאץ ווי דא קען דינען ווי א גוטע געלעגנהייט זיך אויסדרוקן ברבים. הצלחה רבה!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:54 pm
דורך אליהו שטיין
א איד וואס לערנט און פרובירט זיין ערליך. כפרוביר צו בארייכערן מיינע ידיעות און דערפאר בין איך דא! וואס נאך זאל איך שרייבן וועגען מיר אליין? א אינגערמאן. גענוג? כ'האף אזוי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:54 pm
דורך צדיק נשגב
איך פלעג מיך דרייען אסאך אויף אייוועלט און עס האט מיר געשטערט דאס אז מ'טאהר נישט רעדען גאהרנישט וואס שטימט נישט מיט די אלגעמיינע חסידישע קאפ, און ווי אויך האב איך אומצאליגע הערות און הארות אויף די סיסטעם אין ווי איך דריי מיך און עס וואלט מיר בארואיגט דעם געוויסען ווען איך וואלט מיר געקענט זיך דא אויסגעבען

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:55 pm
דורך ווייסע טויבן
איך האב שוין לאנג געהערט פון מיינע חברטעס, אז דא איז א גוטע פלאץ צו קענען אריינזעהן אין מענער שוהל.
אזוי ווי איך זעה אז מען נעמט דא אן פרויען, האב איך זיך געקלערט, פארוואס נישט זיך איינשרייבן. ליינען און שרייבן, און קענען טראכטן אינדרויסן פון די אייגענע באקס, און פארשטייט זיך קענען פארשטיין יענעם אין זיין באקס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:55 pm
דורך זיידענע העמדל
כ׳בין א פשוטע אינגערמאן כ׳האב נישט קיין סאך צי דערציילען אבער אסאך מאל האב איך עפעס ציצילייגען סא עפען איך א ניק פאר דעים צוועק וואס נאך עהה כ׳בין אויכעט גאנץ קליג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 2:56 pm
דורך המצפה לישועה
מצד אמי ישנם קרובי חסידי גור וליטאים, ויש קשר משפחתי לרבי מנדבורנה חיפה ואחאיו כשהם בני דודים שניים של אמי. השאיפה שלי להיות יהודי שומר תורה ומצוות שנאמן לאלוקיו ועמו.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:12 pm
דורך פארביסענער
איך האב אסאך קענען געלערנט אין מיין פראפעשאנעל לייוו די בראך און די נגע פון גאווערנמענט סוירוועילענס אויף פריוואטע בירגער. עס שטעכט מיר באמת סיי צוליב א זארג אויף מיין אייגענע פריוואטקייט אבער בעיקר צוליב דער פרינציפאל דערפון: די געוואלדיגע עוולה פון שפיהלן גאט און שפיאנירן אויף וואס מענטשן זאגן און טראכטן. ספעציעל טוט מיר דאס וויי צוקוקענדיג ווי ביי אונז אין די היימישע געמיינדע, אוואו רעליגיע וואלט ווען געברויכט צו געבן חירות צו די אינדיווידואליטי פון דעם מענטשן, איז נאך דאס נאכקוקן אנדערע דאס מערסטע איינגעריסן אין יוביקיוטעס. וואו יעדער וואס האט אביסל געלט און פאווער נוצט עס אויף צו קאנטראלירן אנדערע און אויסרעכענען וואס זיי האלטן און גלויבן און וואס זייערע נעקסטע טראט וועט זיין. האב איך מיר דערטראכט אהערצוקומען און פון צייט צו צייט אייך בארייכענען מיט אידייעס און געפינסן וואס איך טרעף אויף דער עניין פון סוירוועילענס און העקינג, צו ביי מיר אין ריעל לעבן, אויפ'ן געוועב אדער אפ' אויפ'ן טונקעלן אדער טיפן געוועב ה"י.