בלאט 136 פון 179
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2022 3:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2022 3:57 pm
דורך מתבודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
סתם קאפלס קענען עס אויכט זאגן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:30 am
דורך שמעון וואלף
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
אן איר אלטע ווארט נאך פון ר'חיימענדל
בערל, וואלסט געמעגט געדענקן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו מיינסט אז ביי די איינע חתונה וואו איך האב איהם געהערט גראמען האט ער אלעס אויסגעפאקט...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 7:31 pm
דורך קהל'ס נער
.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:04 pm
דורך שמעקעדיג
נו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:34 pm
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:נו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
און אויך די בני חו"ל וואס נעמען פון פעטער שמואל.
ע"פ הלכה טאר מען נישט נעמען קיין מתנה פון א גוי, נאר מען פארלאזט זיך אויף די היתר.
נ.ב.
אין ישראל איז בכלל נישטא די פראבלעם פון נעמען געלט, ווייל זיי זענען יודן, דארף מען בכלל נישט צוקומען צום היתר.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
אה.... שקויעך פאר'ן אויפקלערן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: אבער די אמעריקאנער גויים זענען דאך צדיקים, כידוע.
איך ווייס פאר זיכער אז מ'גייט מיך מעקן. מיט'ן תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין. זיכער. מיין (אפיקורס'ישע) אידעאלאגיע איז שלא מן העניין...!
נעכטן געהערט (ביי די גרויסע און הייליגע מחאה אקעגן די רשעי ישראל פונ'ם ברוער פייער דיפארטמענט אין מאנסי)...אחד מן המגידים שליט"א...די ציוניסטישע, אפיקורס'ישע רשעים זענען אויך מחללי שבת...למ"ד אל"ף למ"ד...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:53 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א באס פול מיט פאליטישאן'ס זענען געפארן קמפיינען צוזאמען. זיי קומען אן צו אפסטעיט ניו יורק און דער באס דרייווער פארלירט קאנטראל, און קראכט אריין אין אן אלטן הויז אויף א פארם. דער אלטער בעל הבית קומט אן, און נאכן אריינטראכטן אפאר מינוט האט ער געגראבן א גרויסען קבר אחים און זיי אלע באגראבן.
א טאג שפעטער קומט אן דער שעריף, באטראכט די איבערגעדרייטע באס און פרעגט... וואס האסטו געטוהן מיט אלע פאליטישאן'ס?
איך האב זיי אלע באגראבן, ענטפערט דער פארמער.
ג-ט אין הימל, שרייט דער שעריף, זענען זיי אלע געוועהן טויט?
אפאר פון זיי האבן גראדע געזאגט אז זיי לעבן, ענטפערט דער פארמער, אבער ווער קען גלויבן א פאליטישאן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 12:54 pm
דורך שאלתיאל
דריי עלטערע מענטשן זיצן אין מושב זקנים און יעדער זאגט וואס ער וואלט געוואלט מ'זאל זאגן אויף אים ביי זיין לוויה. איינער זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן: אוי, ער איז געווען א מענטש מיט א גאלדענע הארץ, אלע האבן אים ליב געהאט'', דער אנדערע זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן : אוי, ער איז געווען אן עמעיזינג לאווער און א גוטע מאן'', דער דריטע זאגט '' איך וואלט געוואלט מען זאל זאגן '' אוי, ער רירט זיך'' ...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 10:30 pm
דורך שמן למאור
וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 11:01 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א רבי אין חדר האט פארגעלערענט חומש פרשת נח...
צא... גיי ארויס
אתה... דו
ואשתך... און דיין אשתך
ובניך... און דיינע קינדער
א אינגעלע פרעגט אריין, רבי וואס איז טייטש ואשתך?
ואשתך זאגט דער רבי איז טייטש און דיין אשתך
אבער אין אידיש? פרעגט ווייטער דער אינגעלע
אין אידיש ענטפערט דער רבי איז ואשתך, אזא זאך וואס איך האב, און דיין טאטע האט, און ווען דו וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך האבן.
אה! זאגט דער אינגעלע, איך ווייס שוין, א הויקער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 12:23 am
דורך שמן למאור
דערמאנסט מיר פון א ווערטל..
א אינגל פרעגט זיין טאטע פרשת בלק, "טאטי, וואס איז טייטש אתון"?
די טאטע ענטפערט: אתון, איז די ווייב פון א אייזל.
אינגל: וואס?! אייזלען האבן חתונה?
טאטע: 'נאר' אייזלען האבן חתונה...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:07 pm
דורך מאטי
You can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:33 pm
דורך מתבודד
עצי שטים האט געשריבן:וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
נארוואסדען?
שטעל דיך פאר א נעבעכדיגע נח זיצן א יאר צייט אפגעזונדערט אן קיין עקסעס...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
שטימט עפעס נישט, די כשר'ע האט ער נאכען מבול אריינגעווארפען אויפען מזבח?
היינט דאכצעך ווארפט מען אריין אין פייער די טמא'נע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:14 am
דורך יין שרף
קרן זוית האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?
זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
שטימט עפעס נישט, די כשר'ע האט ער נאכען מבול אריינגעווארפען אויפען מזבח?
היינט דאכצעך ווארפט מען אריין אין פייער די טמא'נע
נאך געווען פאר מתן תורה..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:28 am
דורך מתבודד
שוואכע תירוץ.
אז מ’קען אויף דעם עובר זיין די ג’ חמורות איז דאך כ”ש די ז’ מצוות בני נח.
אההה, ס’איז נאר פאר בני נח... שטימט שוין ב’’ה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:46 am
דורך שמן למאור
[attachment=0]IMG_20221027_004310_039.jpg[/attachment]
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 8:48 am
דורך פרנס החודש
מאטי האט געשריבן:You can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
סתם נארישקייט איך נאך אין מיין לעבן נישט געשריבן אדער ארויסגעזאגט דאס ווארט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:58 pm
דורך פאלאצ'ינטא
צוויי גנבים ברעכען איין אין א געשעפט פון סוט'ס, בעקעטשעס וכו'
אין מיט'ן אויסליידיגען די סעיף באמערקט איינער פון זיי די טעג אויף א זיידענע בעקעטשע... 900 דולר.
פששש רופט ער זיך אן, אזעליכע גנבים...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 10:12 am
דורך פאלאצ'ינטא
ביידן גייט אריין אין א באנק און וויל קעשען א צ'ק פון 10,000 דולר.
דו האסט אפשר אן ID? פרעגט דער באנק ארבייטער,
פארוואס? פרעגט ביידן, דו ווייסט נישט ווער איך בין?
מען טאר נישט, ענטפערט דער באנק ארבייטער,
אבער איך בין דער פרעזידענט, זאגט ביידן
איך קען דיר נישט העלפן, זאגט ווידער דער באנק ארבייטער. עס זענען דא אסאך שווינדלער און געוויסע געזעצען און דא אויך אין באנק, אויב טוה דאס וועל איך פארלירן מיין דזאב
אבער איך בין דער פרעזידענט פון אמעריקא, שרייט ביידן
דו ווייסט וואס, זאגט דער באנק ארבייטער, אמאהל איז דא אריין געקומען א גרויסען זינגער און אויך נישט געהאט ID האט ער געזינגען א שטיקל. דערנאך איז אריין געקומען א אידישער בעל דרשן און אראפגעלייגט א דרשה פון א צוויי, דריי שעה, און אויך איז אמאהל אריין געקומען א באל שפילער און געווארפען א קליינע באל פון איין זייט באנק פונקט אריין אין מיין קאווע. איז אויב דו קענסט מיר אויפווייזען אז דו ביזט ביידען דער פרעזידענט וועל איך קעשען די צ'ק.
אםםם... זאגט ביידן און ער הייבט אן טראכטען... און טראכטען... אםםם... איך קען נישט! זאגט ביידן, איך ווייס נישט, וואס קען איך טוהן, איך קען אפי' נישט טראכטן, וואס קען איך שוין טוהן?
אקיי מר פרעזידענט, זאגט דער באנק ארבייטער, ווי אזוי ווילסטו דעם צ'ק? צוואנציגער'ס? פופציגער'ס? הונדערטער'ס?