בלאט 136 פון 214

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:13 pm
דורך דאס איז נישט מיך
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל צי קענען מגיב זיין ווען איך קען עפעס צילייגן אדער ווען מיין שכל זאגט מיך אז איך דארף מיך קריגן און ארויס ברענגען מיין מיינונג און פארשידענע נושאים אזוי אויכעט ארויס ברענגען די אמת'ע דעת תורה אין פארשידענע ענינים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:13 pm
דורך דאנקבאר
שלום עליכם צו אלע ״קאווע שטיבל״ מיטגלידער. לאמיר ליינען און שרייבן איבער סיי וואס תוכן׳דיג.
איך ערוואט צו פארברענגען און מיטטיילן פארן ציבור.
איך קען נישט קיין ענגליש, דערפאר איז דא דער פלאץ פאר אלע אידישע אינטערהאלטונג. תורה און פארשטאנד..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:40 am
דורך חלק קטן
איך בין שוין יארען א גאסט דא און קאוווע שטיבל, איך טראכט שוין א לאנגע צייט יא ווערען א ניק נישט ווערן א ניק, אבער לעצטענס שפיר איך אז איך האב צו צולייגען היפש. ממילא אם לא עכשיו אימתי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:41 am
דורך גפן
א גוט יאר מיינע טייערע חברים

נאכן זיך דרייען דא פאר א לענגערע תקופה האב איך מחליט געווען אז איך קען אויך פארדינען פון האבן א ניק דא און האפענטליך וועלן אנדערע אויך פארדינען דערפון.

איך האף אז איך וועל הנאה האבן צו פאברענגען אינאיינעם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:41 am
דורך חאסידישער וואנדערער
איך בין א יונגערמאן אויפגעוואקסן אין א סאטמערער שטוב ,בריסקיש געשטימט, אין סטעמפורד הילל, לאנדאן. איך שטאדיר געזעצען אין אן ענגלישער אוניווערסיטעט און מיך אינטערסירט מיר אלעס היימיש און חסידיש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:42 am
דורך יחיהמלך770
איך בין א ליב-האבער פון ידיעות און היסטאריע בכלל, און כ'האב ספעציאל ליב א דו"ד פון השגות אויף א ספר, און די תגובה פון די מחבר וכו' לדוגמא הספר "הרבי" מאת שמואל היילמן, וספרו של הרה"ח חיים רפופרט מ'לונדון.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:42 am
דורך לפורקנך סברית
אדם מן השורה. יורה עקירה. מלונדון הבירה. לן ב'עווערעדזש דירה. שיש בו אווירא. שוה מיליון לירה. אנטי-ציוני הארירה. פרא-אל ז'אזירה.
בן עשרים שנה. השמש עוד לא פנה. ויה"ר שהלבנה. במהרה יבנה. מי מנה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:43 am
דורך חולת אהבה אני
א איד וואס קוקט ארויס בתוך כל קהל ישראל, לישועת השי’’ת בקרוב. וואס גלייבט אז אזוי אויך יעדער איד איז. איינער מער בגלוי איינער ווייניגער. אבער כל הלבבות דורש את ה’.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 11:43 am
דורך די אנדערע זייט
איך קום אריין אין קאווע שטיבל כדי צו לאזן הערן די אנדערע זייט פון וואס די טראכסט
עס איז דא מענטשן וואס ווען זיי האלטן עפעס פארשטייען זיי אז דאס איז די איינציגסטע וועג און ווער ס'טראכט אנדערשט איז סתם משוגע
וויל איך לאזן וויסן אז ניין, איעדע זאך האט צוויי וועגן עס אנצוקוקן, די מעגסט ווייטער האלטן ווי אזוי די ווילסט, אבער רייס נישט יענעם אראפּ,
עס קען זיין אז די האסט נישט אלע אינפארמאציע וואס ער האט (און ס'קען זיין פארקערט אויכעט)
און אמאל קען זיין אז ביידע האבן ממש די זעלבע אינפארמאציע און דאך וועלן זיי האלטן אנדערשט צי ווייל איינער גייט מער מיט שכל און דער צווייטער גייט מיט געפיל ועוד כמה דרכים
לכן קום איך אהער צי לאזען הערען פון צייט צו צייט די אנדערע זייט (אפילו ווען איך האלט נישט ממש אזוי)
וחפץ ד' בידינו יצליח

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:18 pm
דורך שעצונג
א גוט יאר אלע קאווע שטיבל מיטגלידער, מיר זענען דא צוריק מיט א שטארקייט אייך מהנה צו זיין מיט אונזערע גלארייכע געדאנקען אונטער פילאזאפישע שטריכן.
אין בין א פארברענטער נאכגייער פון אלע צדיקים, ליטווישע ספארדישע תימנישע לאטיינישע וכו… חסידישע און נטורי קרתא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:18 pm
דורך קאויטש פאטעיטאוי
יעדע מענטש האט דעות ומהלכים, וואס העלפט אים למעשה אין לעבן, דיע דעות קומען, גייען, און טוישן זיך מיט די יארן לפי המצב ולפי הסביבה. ווי דען איז א פאסיגע פלאץ צו זיין א לומד מכל אדם אויב נישט דא אין קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:19 pm
דורך בּליקער
שׁלוֹם.

כ׳גלייך קאַווע, און זיך צו בּליקן אין מיר זעלבּסט - האָפנטליך מיט די הילף פון שׁטיבּל.

כ׳לייך אַ שווייץ שטיקל טשאָקאַלאַדע מיט׳ן קאַווע, און כ׳פּרובּיר שאַפן ווען כ׳אָבּ נישט צו דער האַנט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:19 pm
דורך Lee
פון ווי נישט....
באקאנט די מאמר "חברא חברא אית ליה"...

כ'פיל פאר א זכיה צו זיין א טייל פונעם "קאווע שטיבל משפּחה".

אין זיך אינדזשויען אויף גוטע קרישקלעך נייעסלעך אאו''ו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:20 pm
דורך ספינקא
I want to register to be a member there Because it's very interesting
And also I want to have the battery to write over there To say my opinion
אייוועלט האט געהאלטן און איין מעקן מיינע זאכן סא וויל איך אנהייבן צו שרייבן דא אנשטאטס דארט. ובשם ה' נעשה ונצליח.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 7:34 am
דורך חלק קטן
שלום וברכה פאר אלע ניקים.... איך בין א נייער ניק דא. איך וויל ארויס ברענגען מיין סיבה פארוואס איך בין יעצט געווארען, איך בין שוין קרוב צו זעקס יאר א גאסט דא אבער לעצטענס זעה איך אז די חכם הדור @מי אני איז ממש וואו א מים שאין להם סוף איז מיר א זכיה צו שרייבען מיט אים. אגב זייענדיג א גאסט פאר יארען וויל איך לייגען מיין צוויי צענט, אז מיין צוויי בעסטע ניקים זענען @שבת אחים זיין שכל הישר מיט זיין מדות האמת, מיט @חקרן..... אגב @שבת אחים בין איך היבש סקעפטיש וואו זיין אמונה האלט, אבער דאס איז א סייד נאט!!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 10:26 pm
דורך זיסע חלומות
ברוכים הבאים קאווע שטיבל.
איך האף צו קענען רייכער מאכן די פלאטפארמע מיט רייכע ארטיקלען און זאפטיגע סחורה, מיין פלאן איז צו שרייבן פוקציע, נאוועל, טרילערס און דראמע.


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, שֶׁיִּהְיוּ כׇּל חֲלוֹמוֹתַי עָלַי וְעַל כׇּל יִשְׂרָאֵל לְטוֹבָה,,,,,,,,,,,וְתִרְצֵֽנִי!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 10:27 pm
דורך ברייטער גערעדט
איך האב עס באמערקט אין אריין געטשעקט אין כבין מוראדיג נתפאל געווארן כקום פין אייוועלט אבער דארט האב איך מיר געפיעלט מוראדיג ריסטריקטעט אין געוויסע זאכן
כבין פארגאפט געווארן פין די ברייטקייט וואס מהאט דא אויסצישמועסן נושאים אין זאכן וואס וואלטן ווען געדארפט זיין שטארקע טעמעס ביי אייוועלט
כקוק ארויס צו ווערן אנגענומען אין אריינקומען שטארק דא !
כהאלט כבין ווערט צוזיצען דא אין לאזן הערן מיינע צוויי צענט!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:52 pm
דורך שווייצער רב
אינז זענען שטארקע חסידים פון סיי וועלכע מנהיג בישראל און אינז האלטן אז אינז פארשטייען צו דעם און קענען אסאך צוגעבן צו פארשידענע נושאים בפרט בחצרות הק' איך פרזענדליך האלט זיך פאר א נדבורנא חסיד ווייל פון דארט איז מיין אפשטאם נאך פונדערהיים

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:52 pm
דורך שטעטעלעך
איך וואוין אין ניו יארק אזוי ווי די סיסטעם ווערט נאר מער סיסטעם, לייג איך גרויס האפענונג אויף אלע נייע ישובים, וואו סוועט זיין א תורה'דיגע היימישע אטמאספער, אבער אלעס אן די תורה שטעקן.

דערווייל ביזן פאקן, דארף מען דאך אויך עפעס לופט, נאכן טרייען צו שמעקן דעי פלאץ, ווי סאיז דא גענוג לופט פאר יעדן, אין יעדער איז וועלקאם, איז צייט צו אנהייבן אטעמען די רייכע אשכולות דא.

פון צייט צו צייט וועט א בלעזל אקסידשען ארויסגיין און ווערן פארוואנדעלט און א געשרייבאכטס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:55 pm
דורך דונג
רש"י על תהלים • פרק צז פסוק ה
"כדונג נמסו" - דכתיב ונהרסו ההרים ונפלו המדרגות. "כדונג" - כשעוה
Raschi über die Psalmen • Kapitel 16, Vers 5
"Kedung schmolz" - buchstäblich und die Berge wurden zerstört und die Treppe fiel. "Kadong" - ungefähr eine Stunde

נשלח: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:55 pm
דורך א בני יואל
איך בין א סאטמארע יונגערמאן אין גלייך זייער צי שרייבען אין היימיש יודיש אין איך טראכט דא איז א גאנץ געשמאקע פלאץ צי שרייבען אין אפּענטפערין אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס פארשידענע חברה ניקס שרייבען

נשלח: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:56 pm
דורך רוחין חדתין
פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2022 2:45 pm
דורך מענטשן פרעסער
איך בין א שטילער אינגערמאן, איך מאך נישט קיין נויז עט אלל יעצט געהערט וועגן דעי וועבזייטל, איך קען קוים ווארטן זיך צו באקענען מיט דעם עולם דא, די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל" וועל איך עס אויסטרייען