בלאט 137 פון 214

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2022 10:25 pm
דורך מתבודד
מענטשן פרעסער האט געשריבן:.
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די הנהלה פלעגט מקפיד זיין אויף נידריגע-סארט נעמען?!
איך שלא יהיה, שלום עליכם ר’ פרעסער. פיל דיך היימיש און לאז זיך הערן..

אפשר איז שוין היינט נארמאל צו זיין א ’מענטשן פרעסער’?...

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2022 2:39 pm
דורך berlbalaguleh
רוחין חדתין האט געשריבן:פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת
רוחין חדתין: דערווייל. כאפ דיך שנעל ארויף אויפ'ן וואגן. ווייל כ'האב מורא אז מיט די צייט וועט קאווע שיבל אויך ווערן כאחד מבני החבורה. וואו מ'וועט צענזורירן און אויסמעקן אלע תגובות און מיינונגען וועלכע זענען נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע'ס אידעאלאגיע.

ס'האט זיך שוין אנגעהויבן. מ'מעקט שוין דא מיט תירוצים ותירוצים שונים. אז ס'איז שלא מן העניין. און נאך אנדערע פאלשע תירוצים. ווערטער און סענטענסעס מעקט מען שוין. און צומאל, פון געוויסע מענטשן וואס מ'גלייכט נישט זייער אידעאלאגיע, אפילו גאנצע תגובות און אשכולות.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:59 am
דורך קאסא גראנדע
איך בין בס"ד דער פייאויניר פון די ישוב אין קאסא גראנדע און ווי אויך די אינוועסטאר און דער גאנצער נושא בעול און נטען זעהן פאלטשע אינפארמאציע האב איך מחליט געווען צו ענטפערן און אויסקלארן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:59 am
דורך צדקה פלאס
עס זעט מיר אויס אינטרעסאנט, איך זע אסאך ידיעות און אינטרעסאנטע נושאים צו דורך שמועסן דא מיט חברים, איך וועל קענען רייכער ווערן מיט גוטע ידיעות, און זען און ליינען געשמאקע זאכן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:00 am
דורך טשענסטאכאווער
נאָכן דריין זיך לאנגע יאָרן צווישן פֿארשידענע פּױלישע חסידותן, איך האָב צום סוף געטראָפֿן מיין אייגענע ציל אין לעבן. און אַזױ אָדער אַזױ, געוואָרן איבערזעצער פֿון יידיש און העבראיש צו ענגלש אָדער ספּאַניש - און רוב מײן אַרבעט איז געווידמעט צום הייליקן יידישן שטאָט טשענסטאָכאָװ אין פּױלן און איר אומגעגנט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:00 am
דורך סקעפטיקער
איך בין לעצטנס נתעורר געווארן צום צמצום המחשבה וואס הערשט אין די צירקלען ווי איך דריי זיך, און נאכן באזוכן קאווע שטיבל שוין א שטיק צייט זעה איך עס אלס א פאסיגע ארט צו קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:01 am
דורך פישעלע
איך חלום שוין צי שרייבען פין אלטס בחור דא
איך גלייך די געשרייבעריי דא זייער קלארע מענטשען
זייער ברייטע אידן
פארשטענדליכע מענטשען מיט ברייטע מוחות געשמאק צי פארברענגען מיט זיי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:44 am
דורך קרן זוית
דרייענדיג זוך שוין דא א שיינע שטיק צייט און זעענדיג אז דא א ציבור געהויבענע פיינע אידען, ווי מ'זאגט די סמעטענע וואס כלל ישראל פארמאגט, א מקום וואס שיינט צומאל ארויס צו זיין אן אור וואס טוט אויפשיינען די חושך וואס מיר זענען ליידער ארימגענימען מבית ומחוץ איז שוין געקומען די צייט צו אנטיילנעמען אין אריינקומען נישט נאר אלס א ליינער...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:45 am
דורך תושב ק.ג.
א חבר וואס איז אסאך אויפן שטיבל האט מיר געפרעגט וואס גייט פאר אין קאסא גראנדא, נאכן זעהן די דיסקאסעשן דא אין שטיבל
און נאכן עס ליינען און זעהן אז קיינער ברענגט נישט ארויס די צווייטע זייט, איז אלץ א תושב קאסא גראנדא בין איך געקומען זאגן די צווייטע זייט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:47 am
דורך מנהל
הערת המנהל:
@תושב ק.ג., איך קען נישט די ק.ג. פאליטיק, אבער עס קוקט מיר אויס אז עס זענען דא דא צוויי צדדים, ממילא וויל איך דערמאנען אז מ'דארף שרייבן איידל און בדרך כבוד, און נישט פארגעסן אז מיר אלע זענען עכטע מענטשן און נישט סתם פנימ'לאזע ניקס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:47 am
דורך איינעראליינס
איך גלייך צו ליינען א אפענע אידיש נייעס וועלט און איך וויל קענען פרעגן און ענטפערן און אלה עננים וואו איך קען. אזוי אויך קענען באקומען אלערטס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:32 am
דורך אשהפ
I found this to be a very interesting side with a lot of nice articles and
nice people
Ready to have a nice time enjoying this place. I've already spent a lot of time here really really like it

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:33 am
דורך new rochelle
עס איז אינטערעסאנט. אינהאלטספול .איך גלייך זייער די נושאים וואס ווערן ארויפגעברענגט
איך האף צו מיטטיילען מיטן עולם געדאנקען, וואס קען זיין אז ס’וועט זיין לתועלת
אזוי אויך צו באקימען תשובות אויף ענינים שונים וואס קענען מיר ציניץ קימען אין טאג טעגליכען

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:33 am
דורך pinim
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי צו קענען מיטהאלטן אוןן שרייבן די אלע אינטרעסאנטע נושאים וואס איך לייען שוין דא א שטיק צייט.
איך בין א חסידישער יונגערמאן, איך וואוין אין ענגלאנד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:34 am
דורך קנאפ
איך זעה אז קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאץ ווי מען קען געמיטליך שמועסן אלע סארט נושאים, אקטועלישע און היסטארישע אד"ג. דעריבער האב איך חשק צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל, און איך גלייב אז סיי איך און סיי אנדערע וועלן הנאה האבן פון מיין מעמבערשי"פ.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:34 am
דורך לייביש לעבאוויטש
העלאו!! איך דריי מיך שוין דא א שטיקל צייט אפשניט, און זייער הנאה צו ליינען תוכן'פולע תגבות פון קליגער באזעסענע מענטשן וואס ניצן דעם אייגענער שכל, האמיר היינט מחליט געווען אז די צייט איז שוען געקומען צו פארמאגן אן אייגענעם ניק און ארויף ברענגן מיינע צוויי צענט ווען מען פיהלט פאר 'וויכטיג - אדער בעסער פאר 'ריכטיג...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:35 am
דורך כק מרן אדמור מגאווא
דער באשעפער העלפט יעדען יוד די עיקר איז א טובה טון פאר אצווייטן יוד
און איר וועט זיך פילן סאך בעסער מיט זיך אליין
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל,
ווייל איך בין א שטיפער

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 10:44 pm
דורך berlbalaguleh
יעצט ווארטן מיר נאר אז דער אדמו"ר מ'אנאוועה, שליט"א זאל זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 2:16 am
דורך דוד שריפטליך
עליכם השלום אלע חשובע נייע מעמבערס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:37 pm
דורך Marc
hi
like this forum and would like to join it i like tis style of politic andreally happy to join i' a belze
i love music news and all else
thanks a mill and pls try to active it how qiuker

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:38 pm
דורך feigym
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי צו קענען שרייבן און געניסן פון די פיינע פארומס וואס איך האב געזען דא.
איך בין א פרוי אין די פינף און דרייסיג יארגאנג, און איך וואוין אין ענגלאנד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:38 pm
דורך Addict
איך האב זייער ליב ארט, פילמס, ניגונים און דאס גלייכן.
איך שרייב זיך איין צו קאווע שטיבל כדי צו קענען מיטיילן מיין עקספעריענס און צו קענען געניסן פון וואס אנדערע טיילן מעט.
איך האב אלץ געזוכט א פלאץ ווואו מען קען רעדן פון דברים העומדים על הפרק מיט אן אפענקייט, און איך פיהל ווי קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:39 pm
דורך פיטום הקטורת
א גוטן אלע טייערע חברים, קאלעגע קאווע טרינקער.
זוכנדיג א הייליג און ריינע ווינקל ווי אידן קומען זיך צוזאם אין א ווינקל אונטערן בוים דורכשמועסן את דבר ה’ מיט א קלארע אמת, מצאתי בקאווע שטיבל את שאהבה נפשי! יעדע נושא אין אידישקייט ווערט דא דורכגעטון מיט א עמקות און עיון ביזן מברר זיין הלכה למעשה.
ווי אויך איז דא אן אוצר בלום פון די בעסטע לטעראטור פאר איעדע זמן ומצב פון א אידישן נפש.
אלזא האף איך אז סיי אויב ס’גייט מיטן פיטום אראפ און סיי מיטן קטורת ארויף זאל מען קענען הנאה האבן און מהנה זיין, לחזק ולהתחזק, לדבר ולשמוע.