בלאט 138 פון 214

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:02 pm
דורך קהל'ס נער
.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 8:23 pm
דורך קרן זוית
פיטום הקטורת האט געשריבן:א גוטן אלע טייערע חברים, קאלעגע קאווע טרינקער.
זוכנדיג א הייליג און ריינע ווינקל ווי אידן קומען זיך צוזאם אין א ווינקל אונטערן בוים דורכשמועסן את דבר ה’ מיט א קלארע אמת, מצאתי בקאווע שטיבל את שאהבה נפשי! יעדע נושא אין אידישקייט ווערט דא דורכגעטון מיט א עמקות און עיון ביזן מברר זיין הלכה למעשה.
ווי אויך איז דא אן אוצר בלום פון די בעסטע לטעראטור פאר איעדע זמן ומצב פון א אידישן נפש.
אלזא האף איך אז סיי אויב ס’גייט מיטן פיטום אראפ און סיי מיטן קטורת ארויף זאל מען קענען הנאה האבן און מהנה זיין, לחזק ולהתחזק, לדבר ולשמוע.
לדבר ואח"כ לשמוע....?!

קאווע שטיבל איז א מקום וואס ס'לוינט קודם צו הערן ווייל נאכדעם קען זיין וועסטו דבר'נען אנדערש !!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:52 pm
דורך חשמל
קודם כל וואס איז פשט פון בכלל בעטן א הסבר פארוואס איך וויל זיך איינשרייבן , וואס פאר א בייזע כוונת קען איינער האבן אז צוליב דעם זאל עם קאווע שטיבל נישט אנעמען ? העמממ איך מיין אז איך האב שוין געשריבן גאנצע פערציג ווערטער...ועוד חזון למועד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:52 pm
דורך שלמה משנתו
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ וואס איך ליין שוין לאנג די ארטיקלען דא, און אויך אין די וועקער. איך האב זייער הנאה פון די אויפגעקלערטע און אמת'ע שמועסן וואס גייען פאר דא אין קאווע שטיבל. האב איך מחליט געווען אז איך וויל מיך איינשרייבן. ובפרט אז איך וויל מיטטיילן מיטן עולם גאר א אינטערסאנטע מעשה וואס איז פאר געקומען דעם וואך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:53 pm
דורך שרייבען
Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:53 pm
דורך חיים פיש
שלום וברכה, א גאסט פאר א לאנגע וויילע דא, איינער פון די אפטע געסט, געקומען די צייט אויך עפעס צוצוגעבן אויף די פלאטפארמע.
איך גלייך מוזיק און אפנקייט אין געוויסע נושאים וואס ווערן בלויז דא אויסגעשמועסט, א שטייגער ווי ארט, מאוויס, מוזיק וכו'.
איך האף צו קענען פון צייט צו צייט צוגעבן עפעס און ביי אן אשכול ווי איך שפיר נישט באקוועם מיט די טאפיק אדער מיינונגען העל איך פליען די פיפט..

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:14 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שרייבען האט געשריבן:Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:39 am
דורך צוזאמגעדרייט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
שרייבען האט געשריבן:Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
העי, קודם לאמיר אים ווארעם אויפנעמען און אים מאכן שפירן באקוועם. דערנאך קענט איר אים רופן אין א זייט, און מיט איין הענט אויף זיין פלייצע קענט איר אים שטילערהייט מורמלען און אויפמערקן.

שטארק מעגליך אז ער האט נישט קיין אידיש "קי-בארד".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:06 pm
דורך חמץחיים
איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:07 pm
דורך פישל
שלום עליכם מיינע פריינט דא אין שטיבל! איך שרייב זיך איין צו ווערן א מעמבער דא אין שטיבל וויבאלד עס איז נישטא קיין בעסערע פלאץ ווי מען קען דורכרעדן דברים העומדים על הפרק מיט אזא אפענקייט.
איך קוק ארויס צו זיין דא מיט ענק, ליינען די שיינע זאכן וואס מען קען דא טרעפן, און פון צייט צו צייט אויך שרייבן עפעס וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די עולם, און צוריקהערן פון די עולם וואס מ׳קלערט דערוועגן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:07 pm
דורך חיים יעקב
איך האב געזיכט א געשמאקע פלאץ צו פארברענגען אן קיין רעסטריקשענס נאר קענען רעדן איבער אלעם ווי געשמאקע נאנטע חברים נישט ווי אייוועלט וואס א יעדע צווייטע ווארט איז געבלאקט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:08 pm
דורך האב רחמנות
איך וויל קענען שרייבן אמאל מיינע צוויי צענט איך ליין שוין דא א לאנגע צייט מיט א געוואלדיגע פארגעניגן
איך האב נישט קיין טאלאנטן און אויך נישט קיין פלענער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:08 pm
דורך נדרים
איך בין א וואוילער יונגערמאן, און איך בין לעצטענסט ארויס פון כולל צו ברענגען פרנסה אין שטוב און איך געהער צו איינע פון די חסידות אין גרעיטער ניו יארק און איך בין א שטיקל שרייבער אבער מער וויפיל איך האב ליב צו טיילן האב איך ליב צו נעמען. איך זיץ מער אויפן מעריב זייט אין שיל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:09 pm
דורך זלמן ליעב
א פשוטע יוד וואס זוכט אביסעלע יודשקייט אן די פאלשקייט פון פרומקייט
כיודע פרום איז ר'ת פיל רשעות ווייניג מצות
חיפשתי ומצאתי מקום תורה דא אינעם הייליגען קאווע שטיבעל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 2:22 am
דורך מרדכי מרדכי
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

שלום עליכם און א גוטן אייך
דיין נאמען האט מיר געמאכט פלאצן פאר געלעכטער עטליכע גרייזן איז דא אין דיין זאץ
און וואס לכל הרוחות מיינט פאנאלאגיע

נ.ב. ברענגטס באריכטן פון מאנטריאל פונעם היימישן עולם

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 8:06 pm
דורך פאליטיקאנט
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

שלום עליכם און א גוטן אייך
דיין נאמען האט מיר געמאכט פלאצן פאר געלעכטער עטליכע גרייזן איז דא אין דיין זאץ
און וואס לכל הרוחות מיינט פאנאלאגיע

נ.ב. ברענגטס באריכטן פון מאנטריאל פונעם היימישן עולם
Phonology.

the system of contrastive relationships among the speech sounds that constitute the fundamental components of a language.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
אויב איך פארשטיי גוט די דעפינישן פון ..."פאנאלאגיע"...א גוטער משל איז די ווארט א ...Duma...וואס איז טייטש אין רוסיש ..."מחשבה"...דער נאמען פונ'ם רוסישן (נישט סאוויעטישן) פארלאמענט.

אין אונגאריש מיינט דאס ווארט...רעדן/פלאפלען. לעומת אין לשה"ק/עברית. שטילקייט...Total silence...! ווי ס'שטייט אין פסוק..."ולא כל יורדי דומה..."!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 9:23 pm
דורך Nanach
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב איך פארשטיי גוט די דעפינישן פון ..."פאנאלאגיע"...א גוטער משל איז די ווארט א ...Duma...וואס איז טייטש אין רוסיש ..."מחשבה"...דער נאמען פונ'ם רוסישן (נישט סאוויעטישן) פארלאמענט.

אין אונגאריש מיינט דאס ווארט...רעדן/פלאפלען. לעומת אין לשה"ק/עברית. שטילקייט...Total silence...! ווי ס'שטייט אין פסוק..."ולא כל יורדי דומה..."!
גראדע די רוסישע דומע מיינט די הויז

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
במחכת"ה. ניין. איך האב געפרעגט א רוסיש-רעדנדן איד. האט ער געזאגט אז די ווארט..."דומא"... מיינט מחשבה...אז "לכאורה"...רעדט מען דארט נאך טראכטן (עמקות המחשבה)...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 8:19 pm
דורך וישתזבון
איך האב הנאה פונעם שטיבל - אפען מיינדעד, היימיש, געשמאק, איך בין א אינגערמאן אזויווי רוב חברה דא - פארט פון די סיסטעם - און האפנטליך וועל איך קענען צוגעבן צום שטיבל... (ביי וויפיל ווערטער האלט איך שוין? ביי פערציג?) זייטס געזונט און שטארק!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 8:20 pm
דורך הטוב והמטיב
א יונגערמאן וואס ציט און לערנעט און פון צייט צו צייט וויל מיט טיילען זיינע פארשטאנד'ס מיט אנדער ווי אויך הערן וואס די עוי'לם האט צו זאגן און מיט טיילען פון זייערה פארשטאנדס'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 8:21 pm
דורך שעפסילע
אידין דארפען לערנן און וויסען וואס מיינט באמת דינן דער אייבישטער. נישט דינן גאט פאר זיך. נישט פאר דער רבין. נישט וואס די אדער יענעם פילט איז הייליג.

מדארף דינין דער באשעפשר - פאר דער באשעפער. וויאזוי ער און די תורה הייסט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:10 pm
דורך וואלווי
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
וואס מיינט לערערקע? איז דען נישט די ווארט לערערין?