בלאט 139 פון 213
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:15 am
דורך [NAMELESS]
מה זה ״אבער״?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 1:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען מ'רופט אן uber דרייווער דורך די עפפ, רעקארד עס פונקטלעך וועלכע דרייווער קומט דיר אפנעמען. מ'קען אלעס נאכגיין.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
וואספארא מין בריה איז דאס דער מושב זקנים?
פון איין זייט א בעל כשרון וידען עצום, ווארפט צוזאם ידיעות איבער די אידישע השקפות בזמן הראשונים מיט אן ערנסטן שמיץ היסטאריע, עפעס געוואלדיג. ער איז ערנסט אינטרעסירט אין פילוסופיה מלקט פון דא און דארט שיינע זאכן און דעליווערט עס דא פארן עולם.
מצד שני קען ער עפענען אזעלעכע סטופיד טעמעס ווי די בויכוויי אשכול ווי נאר ער איז אנגעקומען, איך האב נאך דאן לתומי געמיינט אז ער מיינט דאס ערנסט און ס'קען זיין אן אינטרעסאנטע טעמע, כ'האה זיך אנגענומען פאר איהם דארטן מפני המלעיגים, אבער דער עולם דארטן האט געהאט א ווייטע בליק, איך בין מודה.
מצד שלישי עפענט ער אשכולות וואס שטעלן אויף די האר פון קאפ ביי יעדן רעכטדענקיגן איד, באשולדיגט די תורה מיט טעראריזם.
איז ער א צומישטע נשמה צו וואס? ס'איז דא א פסיכאלאגישע דעפעניציע פאר אזא איינעם?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 8:35 pm
דורך ירח בן יומו
איך מיין אז דאס אליין דארף א באזונדערע אשכול
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
מילי דחסידותא,
א. עס איז באקאנט אז אין בעלז ווען מען געבט צו א נאמען נאך א חולה/שידוך וכדומה, איז די צווייטע נאמען די עיקר נאמען, למשל מען וועט געבן ריבקה מלכה ווייל מלכה איז די עיקר נאמען, נו, פארשטיי איך נישט פארוואס בעלזער רב עקשנט זיך אז ר' יושע'לע רוקח זאל זיך רופן דווקא מאחניווקא בעלז?...
מילי דשמיא,
ב. ווי קומט אריין די אות נ' און פאפא?, אויב רופט מען אלע קהילות מיט אן 'ער' צום סוף ווי למשל א ספינק'ער א סאטמער'ער א וויזשניצ'ער א בעלז'ער, נו, פארוואס פאפא רופט מען א פאפא'נער, עס וואלט געדארפט געריפען ווערן א פאפער (pooper)?..
מילי דעלמא,
ג. פארוואס וואשט מען אויס א האנטוך נאכן נוצן, ביסט דאך יעצט געווען אין שויער ווי די ביסט ארויס געקומען ריין ווי א תינוק שנולד (פארשטייט זיך נאכן קלינען) און ווי א מצורה נאכן שפריץ וואסער אן קיין שום נגע ופגע פון שמוץ אויף זיך?
מילי דקטנותא,
ד. קען מיר איינער ערקלערן וואס איז דאס די (נאסטאלגישע) זעגעלעך וואס פלעגט זיין אין סאטמאר יונגעל קעמפ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:38 pm
דורך וכדומה..
די אמתע סיבה פארוואס א האנטוך קריגט א גערוך נאכן עס נוצן הגם מען איז ריין, איז ווען א מענטש ווישט זיך אפ דערמיט רייבט זיך אראפ פון זיין גוף קליינע צעלן וואס בלייבן אינעם האנטוך נאכן זיך אפווישן, און ווען דאס שטארבט אפ געט עס ארויס א גערוך וואס מאכט די האנטוך אומבאחנ'ט איבערצונוצן.
זעגעלעך איז אפיציעל די סיבה אז ווען עפעס גיסט זיך אויס זאל זיך עס איינזאפן דערין, און קיינער זאל זיך נישט אויסגליטשען דערפון.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א סיבה אויף די האנטוכער וואשעריי, צוליב וואס טייל מקוה חזירים טוען דערמיט זאכן וואס איז נישט געמאכט געווארן דערויף, ודי בזה מפני הכבוד.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
איז נאך דא צו טרעפן היינט אידען וואס קומען מיט אן אייגענע האנטוך צום מקוה ?
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 10:17 am
דורך געוואלדיג
אין א"י ישראל זיכער
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:43 am
דורך רוסישער
ווי קומט דאס אז ס'ניטא א עסן אפטיילונג אין ק"ש, און אפי' זעלטענע אשכולות ניטא. ניט אז דאס פעלט מיר אויס, נאר וואס קען מען ארויסלערנען פון דערין לגבי די ארט פון עסן ביי אונז אידן
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:45 am
דורך ירח בן יומו
רוסישער, וואס מיינסטו? רעסעפיס? רעסטאראנסט? אדרבה פארציייל אביסל וואס טוט זין ביי ענק אין רוסלאנד.
(דארט עסט מען נישט דארט טרינקט מען)

.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:49 am
דורך berlbalaguleh
ירח בן יומו האט געשריבן:רוסישער, וואס מיינסטו? רעסעפיס? רעסטאראנסט? אדרבה פארציייל אביסל וואס טוט זין ביי ענק אין רוסלאנד.
(דארט עסט מען נישט דארט טרינקט מען)

.
ירח בן יומו: אז מ'רעדט שוין האביך מיך דערמאנט. ווען איך בין געווען א יונגל האט מען געזאגט אזא ווערטל...אין אמעריקע לויפט מען...אין ענגלאנד גייט מען...און אין רוסלאנד זיצט מען...

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:50 am
דורך געוואלדיג
מקור: ר' יו"ט ערליך ז"ל
מחנה רב טוב swan lake
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 11:05 am
דורך אודה השם
האט איינער די אדרעס פין די נייע בחורים קעמפ? אויב שטייט שוין דא במטא מינך א לינק.
ישר כח למפרע.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 11:57 am
דורך טשולענט באנדעלע
2673 swan lake rd swan lake NY
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:04 pm
דורך petergrifin
איך האב באקומען א לייק אבער איך קען נישט זעהן ווי. איך באקום '' איר האט נישט קיין רשות צי זעהן דעם פארום''.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:16 pm
דורך יצמחפרקני
אויף די הצלה GPS הייסט עס swan lake resort hotel
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא א וועג צו וויסן וויאזוי איך ניץ מיין עלעקטעריק סופליי? איך האב א גאנץ קליין הויז און איך ניץ אומגעהויער אסאך עלעקטער,
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 7:43 pm
דורך הויזן טראגער
קודם שטעק אויס אלע שטעקערס פון דיין הויז אין לעש אויס אלע לייטס אין קוק אויב די מיעטער לויפט נאך, אויב יא איז דא א צווייטער וואס ניצט דיין לעקטער אדער איז די מיעטער צובראכן
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 8:01 pm
דורך געפילטע פיש
קענסט דיך קויפן
אזא מאשינקע, גיי ארום דיין הויז און קוק אויף יעדע אפפלייענס וויפיל ס'שלעפט. וועסטו מסתמא טרעפן עפעס אן אלטן פרידזש אדער עיר קאנדישען וואס ציט אסאך עלעקטריק.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 10:24 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז דא א וועג צו וויסן וויאזוי איך ניץ מיין עלעקטעריק סופליי? איך האב א גאנץ קליין הויז און איך ניץ אומגעהויער אסאך עלעקטער,
האסט א כינעזער שכן? אויב יא מעליך גנב'עט ער לעקטער פון דיר.
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:30 am
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:אין א"י ישראל זיכער
דארפסט נישט גיין ביז א"י. אין די קאנטרי מקוואות שטעלט כמעט קיינער נישט צו קיין האנטוכער און דער עולם ברענגט זיך מיט די אייגענע
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:54 am
דורך lazar
petergrifin האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק אבער איך קען נישט זעהן ווי. איך באקום '' איר האט נישט קיין רשות צי זעהן דעם פארום''.
אפשר א תגובה דיינער וואס ליגט אין מאחורי.