בלאט 139 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:02 am
דורך צוזאמגעדרייט
געבעס א מינוט, זי האלט זיך'קע נאך אינמיטן אויסלערנען די שפראך. עס נעמט צייט זיך אויסצולערערין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:31 am
דורך החוקר
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
איר מיינט יוניווערסיטי אף מאנטריאל, אדער א יוניווערסיטי אין מאנטריאל?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:38 am
דורך זופ מיט מאנדלען
האב רחמנות האט געשריבן:איך וויל קענען שרייבן אמאל מיינע צוויי צענט איך ליין שוין דא א לאנגע צייט מיט א געוואלדיגע פארגעניגן
איך האב נישט קיין טאלאנטן און אויך נישט קיין פלענער
שלום עליכם.

יעדע מענטש האט טאלאנטן, ווער רעדט נאך פון פלענער.

אויף דער וועלט קען איין איינער נישט זאגן אויף זיך אז ער איז ווערד מער פון צוויי צענט. אלזא שפירט אייך היימיש, ס'איז אלס איין קאליבער.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:56 pm
דורך נעקסט לעוועל
החוקר האט געשריבן:
חמץחיים האט געשריבן:איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.
איר מיינט יוניווערסיטי אף מאנטריאל, אדער א יוניווערסיטי אין מאנטריאל?
נו… גילוי!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:01 am
דורך ארטיסטיק
איך בין ארטיסטיק,
איך לעב א פריוואטע לעבן,
אין מיין אייגענארטיגע וועלט,
איך האב ליב צו פארשטיין און טראכטען אסאך וועגן מיך און די וועלט,
וואס בין איך?
ווער בין איך?
וואס איז פשט פון די וועלט און וואס איך לעב אין?
און וואס איז מיין תכלית דא?
בשבילי נברא העולם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 8:11 pm
דורך מתבודד
מלשון art אדער מלשון autist??

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 4:53 pm
דורך בעל אחריות
אזוי ווי פיל אנדערע בין איך אסאך מאל אין די גיסטע פון רעדן וועגן געוויסע זאכן אן די צענזור פון אייוועלט, און פאר דעם וויל איך זיך איינשרייבן אויף קאווע שטיבל, איך האב אביסל אן איפכא מסתברא'דיגע נאטור, אבער איך האף אז אנדערע וועלן הנאה האבן פון מיר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 4:54 pm
דורך zamler
כ'בין אן אנטראפּאלאג. מײן פארשונג איז װעגן דיאמאנטן און דעם עקענאמישע מצב אין אנטװערפּען.
יעצט פארש איך װעגן ר' ישעיה'לע און חסידישע מענער.
כ'האב געװוינט אין נו יורק, אנטװערפּען, און דעטרויט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 4:54 pm
דורך גליל העליון
שאיפות אין אמתע אידישקייט מיט א נארמאלקייט און ברייטקייט אן די איינגעגעסענע ווייטאג מיט א ריינקייט און פילן די אמתע שיינקייט פון ידיעות און וויסנשאפט און לאזן א מענטש טראכטן נישט נאר זיין אין א סיסטעם וואס לאזט נישט טראכטן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 4:55 pm
דורך בערגסון
שלום עליכם. איך פלאן נישט צו מאכ'ן טראבל, איך ליין שוין פאר א וויילע געשמאקע ק"ש-אשכולות, און איך וויל האבן צוטריט צו פלעצער וואס פאדערט רעגיסטראציע.
איך האף צו רייך ווערן מיט ידיעות און גוטע אונטערהאלטונג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 4:56 pm
דורך never
זייער אינטערסאנט צי שערן מיט אנדערע מחשבות. אין צי הערן פין אנדערע זייערע מחשבות, ס' געבט צי אסאך פארן לעבען!ס' איז זייער אינטערסאנט אפ-ציליינען יענעם דורכן מחשבה, פארשטייט זיך חס ושלום נישט צים שלעכטן! אדרבה נאר זיך אליין צי פאר-רעכטן, נישט גערעכט? אדרבה שנראה כל אחד מעלות חברינו!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 5:28 pm
דורך צוזאמגעדרייט
zamler האט געשריבן:כ'בין אן אנטראפּאלאג. מײן פארשונג איז װעגן דיאמאנטן און דעם עקענאמישע מצב אין אנטװערפּען.
יעצט פארש איך װעגן ר' ישעיה'לע און חסידישע מענער.
כ'האב געװוינט אין נו יורק, אנטװערפּען, און דעטרויט.
זייער שיין, זייער שיין. איך בין א בילסטאַגלאָג, יעצט פארש איך זיידעס פון בולגאריע. אפשר קען מען זיך צוזאמשטעלן און מאכן א דורעך-בראך אין די מעדיצינישע וועלט, ווער ווייסט אפשר קענען מיר נאך אויפקומען מיט א וואקסין אנקעגען פאוליא.

____

יעצט ערענסט: עליכם השלם, ברענג דיינע אנטראפּאלאגישע [ כ'בין קרעיזי פאר דעם ווארט!] טרעפונגען און שיין אריין דיין קאליר אין שטיבל.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 10:25 pm
דורך א. ב.
א אויבער חכם, וויל זיין קלוג און נאכאלץ בלייבן אן ערליכער ייד
האט נישט ליב דעם סיסטעם און וויל צוריקגיין צו וואס א ערליכער ייד וואלט געדארפט מיינען
האט שטארק ליב דעם אמת פון יעדן זאך
און מיט דעם נישט אוועק א האר פון דעם אויבערשטן און פון די תורה און פון שו"ע

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 10:27 pm
דורך חיימ'ל
איך זיך א פלאץ ווי זיך אויסצולופטערן אויף א ערליכע פארנעם.
כ'זיך א פלאץ ווי מ'באהאנדעלט אינהאלטעסרייכע טעמעס ווי אמונה וכדומה.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 10:27 pm
דורך צוקיקער
א גיטן אין לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך. נאכן זיך ארים דרייען אויף ענדליכע פלעצער בין איך ציגעקימען אז למעשה איז דאס די איינציגסטע אמת׳ע פלאץ ווי מען מעקט נישט יעדע דריטע ווארט... ע״כ וועל איך מיר טרייען אריין צו קוועטשן אין ׳קאווע שטיבל׳ א גרויסן יישר כח!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 7:18 pm
דורך berlbalaguleh
גליל העליון האט געשריבן:שאיפות אין אמתע אידישקייט מיט א נארמאלקייט און ברייטקייט אן די איינגעגעסענע ווייטאג מיט א ריינקייט און פילן די אמתע שיינקייט פון ידיעות און וויסנשאפט און לאזן א מענטש טראכטן נישט נאר זיין אין א סיסטעם וואס לאזט נישט טראכטן
נו, שרייב און לאז דיך הערן. האב נישט קיין מורא. יהא בואך לברכה...!

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:01 pm
דורך Visionary
יליד וויליאמסבורג וואס פראבירט צו זיין א גוטער איד. איך שפיל גיטאר, גלייך צו ליינען אמעריקאנער היסטארי און פעינט עבסטרעקט פעינטינגס אלס אן האבי. איך טוה קאנסטראקשאן אלס א סייד האבי. איך פראביר צו זיין הילפבאר מיט געבן יעוץ פאר עניוואן וואס וויל זיך שפארן געלט לגבי רופען בעלי מלאכה ביי זיך אין דערהיים.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:01 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איך גלייך צו ליינען, שמיסען. וועגן אלץ און אלעמען. איך בין א בעל תשובה ארגענעל פון טעקסעס אבער היינט איז מיין וואוינארט אין ניו יארק סיטי. איך בין א חסיד פון מיר אליין און נישט פון קיין שום אנדערע בשר ודם. איך גלייך אבער יעדע איד!

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:03 pm
דורך כוואליעס
כוואליעס שלאפן קיינמאל נישט אפילו ווען עס איז זייער רואיג כל שכן ווען עס איז שטורעמדיג און עס בלאזן בייזע ווינטען. צומאל קען די כוואליע אליין פארארזאכן שטערקערע כוואליעס

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:04 pm
דורך Tzadikim
איך גיי אי"ה פראבירן צו באשרייבן יארצייטן פון צדיקים יעדן טאג פון תלמידי בעש"ט און פון סתם אזוי גרויסע צדיקים קדושים וטהורים איך האב א האבי צו שריין אידיש פאר עטליכע זאכן

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:04 pm
דורך טינט פען
א איד וואס זיכט צו שרייבן זיינע מיינונגען הערן אנדערע און זיך אויסליפטערן אינאיינעם מיט א געשמאקע קאווע, און הנאה האבן בשבת אחים גם ברידערס אינאיינעם.
איך גלייך צו ליינען און צו שמועסן מיט א רואיגקייט.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 5:13 pm
דורך עמק הבכא
נאכ’ן זיך דרייען דא פאר א שטיק צייט, זייענדיג די איינציגסטע היימישע פארום אין אידיש וואו מען קען שרייבן זעלבסטשטענדיג און דיאלאגן ווערן געפירט אויף אן ערוואקסענעם שטייגער, האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק צו קאמענטירן ווען נויטיג.

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 10:19 pm
דורך קיינער
אַ ייִד מיט אַספּיראַציע, שטענדיק זוכט צו וואַקסן. שטענדיק צופרידן אפילו אין שווערע צייטן, קוקן אַרויף צו גאט, און האפט אויף בעסער.

געדענקט צו שטענדיק זיין צופרידן!