בלאט 140 פון 213
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:55 am
דורך [NAMELESS]
lazar האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק אבער איך קען נישט זעהן ווי. איך באקום '' איר האט נישט קיין רשות צי זעהן דעם פארום''.
אפשר א תגובה דיינער וואס ליגט אין מאחורי.
אויב קען ער נישט זען א לייק אין מאחורי, האט ער דאך אויך נישט געקענט שרייבן דארט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:58 am
דורך גרויסע מענטשעלע
פריעד באטשי האט געשריבן:lazar האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק אבער איך קען נישט זעהן ווי. איך באקום '' איר האט נישט קיין רשות צי זעהן דעם פארום''.
אפשר א תגובה דיינער וואס ליגט אין מאחורי.
אויב קען ער נישט זען א לייק אין מאחורי, האט ער דאך אויך נישט געקענט שרייבן דארט?
סקען זיין מהאט אריינגעלייגט די אשכול מאחורי נאכן זיך פארוויקלען א שמועס.
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:01 am
דורך lazar
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:פריעד באטשי האט געשריבן:lazar האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק אבער איך קען נישט זעהן ווי. איך באקום '' איר האט נישט קיין רשות צי זעהן דעם פארום''.
אפשר א תגובה דיינער וואס ליגט אין מאחורי.
אויב קען ער נישט זען א לייק אין מאחורי, האט ער דאך אויך נישט געקענט שרייבן דארט?
סקען זיין מהאט אריינגעלייגט די אשכול מאחורי נאכן זיך פארוויקלען א שמועס.
איך האב נאכגעטשעקט און אזוי איז טאקע
ער האט באקומען א לייק פון געפילטע פיש אויף זיין תגובה אינעם אשכול "זינדיגט מען טאקע אין אומאן?".
די אשכול איז קודם געווען אינדרויסן.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:03 am
דורך petergrifin
יא ס'איז גערוקט געווארן צו מאחורי ווי איך בין נישט איינגעשריבן. קאנפירמד דורך @שמעקעדיג.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:04 am
דורך petergrifin
Lazar האקט. שכוח[emoji1]
זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 1:37 pm
דורך א איד
אדער קען זיין אז דו ביזט אמאל געווען איינגעשריבן אין מאחורי און ביזט ארויסגעפאלן
למעשה מאכט שוין נישט אויס, דו ווייסט דאך שוין ממילא, אויף וואס דו האסט באקומען דיין לייק
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 1:50 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז דא א וועג צו וויסן וויאזוי איך ניץ מיין עלעקטעריק סופליי? איך האב א גאנץ קליין הויז און איך ניץ אומגעהויער אסאך עלעקטער,
גראדערמעכעלע: אלע פריערדיגע מגיבים האבן דיר געגעבן גוטע און נוצליכע עצות. נאר איך וועל צולייגן א נופח משלי. אפשר באקומסטו "עסטימעיטעד" ביללס, די לעצטע פאר חדשים ווייל מ'קען נישט צו קומען פאר עפעס א סיבה צו ליינען דיין מיטער. באקוק אויף דעם בילל וואס דו באקומסט אויב ס'איז אנגעשריבן "עקטשועל" אדער "עסטימעיטעד". אן עסטימעיטעד בילל איז געוויינליך א ביסל הויך. אבער ווען מ'ליינט סוכ"ס דעם מיטער גלייכט זיך עס אויס.
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 6:45 pm
דורך chusid
ווען איך דיפאזיט (למשל) א טשעיס טשעק אין עפל באנק, וואס געשעט? טשעיס דעליווערט אפאר פאפירענע הינדערטערס צו עפל? נאך אינטערסאנטער איז אינטערנאציאל
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 7:45 pm
דורך שטילע אינגערמאן
קודם כל פארוואס ניצטו עפל? ממש א פארצאטישע באנק, יעדער טרענספער געדארט א יאר, ניטאמאל א 1800 נומבער פאר קאסטאמער סערוויס, אין די קאסטאמער סערוויס וואס איז שוין יא דא

איז נאר אפען אפאר שעה א טאג אין מאכן שווערעקייטן אין יעדער שריט
כגעדענק אמאל געוואלט עפענען א סעווינג עקאונט פאר מיין זוהן כבין געגאנגען קיין עפל ווייל דארט איז עס בחינם אן א מינומעם וואס דארף זיין אין עקאונט, עכ״פ זיי האבן מיר געמאכט צירוק קומען 50 מאל יעדער מאל מיט עפעס אינדערע וואס פעהלט דא proof of address has to be from my 6 year old, then that the social has to be signed by him, ממש סתם געמאכט די טויט,
אריבער די גאס צו טשעיס אין א צען מינוט געהאט א עקאונט אין ארויס געוואקט מיט א דעביט קארטל
אפגערעדט אז טאמער איז די שריפט אויס געשריבען צום נאמען אנדריש ווי די שריפט פון די עמאונט אדער די טשעק אביסעל צוקנייטשט נעמען זיי פשוט נישט אן,
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 8:22 pm
דורך ונבנתה העיר
איז דא א סיבה אז די הויעכקייט/אגרעסיווקייט פון א פייפער זאל זיך ווענדן אין די גרויסקייט פון די קאר/טראק?
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 8:49 pm
דורך וכדומה..
סאיז אייביג גוט צו וויסן ווער ספייפט אויף דיר צו א טראק צו א קאר, ווי גרעסער די דעינדשער אלס העכער די אלארם...
וואס מיר באדערט שוין לאנג איז, פארוואס מאכט מען נישט די פייף זאל זיין טאטש סענסעטיוו, א לייכטע קוועטש זאל געבן א שטילע פייף און א געזונטע זעץ א העכערע, ווען איך וויל איינעם אויפוועקן ביי א גרינע ליכט ברויך עס נישט זיין מיט די זעלבע רעש ווי ווען איינער קוקט נישט אין זיין בליינד ספאט און מיינט אז ער קען יעצט טוישן ליניעס מיט א רואיגקייט...
ווי אויך וואלט דאס געווען א גוטע בייפאל צו מאכן ביי די סטאפ ברעיק לייטס פון די בעק, אז ווען מדרוקט די ברעיקס לייכט שיינט עס אביסעל און ווען מקוועטש פול פארס שיינט עס אויף מיט די גאנצע פעסטקייט, ודו"ק
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:27 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וכדומה.. האט געשריבן:
ווי אויך וואלט דאס געווען א גוטע בייפאל צו מאכן ביי די סטאפ ברעיק לייטס פון די בעק, אז ווען מדרוקט די ברעיקס לייכט שיינט עס אביסעל און ווען מקוועטש פול פארס שיינט עס אויף מיט די גאנצע פעסטקייט, ודו"ק
דא האסטו די תשובה בנוגע די ברעיקס
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:35 pm
דורך דריידל
chusid האט געשריבן:ווען איך דיפאזיט (למשל) א טשעיס טשעק אין עפל באנק, וואס געשעט? טשעיס דעליווערט אפאר פאפירענע הינדערטערס צו עפל? נאך אינטערסאנטער איז אינטערנאציאל
די גרעסערע בענק ווי טשעיס, בענק אוו אמעריקא, HSBC, סיטי גייען דורך א קלירינג האוז ווי יעדע באנק האט אן אקאונט און דורכן טאג ווערט געריקט געלט פון איינעם צום צווייטן. דער וואס איז נישט א מעמבער אין די קלירינג האוז גייט דורך די פעדעראל רעזערוו ווי יעדע באנק דארף האלטן א מינימום סכום (א פערסענטעזש פון אלע דעפאזיטס) און מ'מאכט א חשבון סוף טאג צו זעהן ווער ס'קומט וועמען געלט.
זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:04 pm
דורך ירא שמים
היות [tag]דריידל[/tag] איז צוריק און ער איז פון די גדולי המשיבים דק״ק ק״ש ברענג איך עס ארויף אפשר וועט ער וויסען
הא דריידל?
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:34 am
דורך וכדומה..
ווען האט זיך אנגעהויבן די משוגעת אז יעדער גייט די זעלבע שווארצע רעקל, און בכלל אז ממוז גיין אנגעטוהן דווקא נאר אין שווארץ, און אנדערע קאלירן זענען אפגעפרעגט.
דשי ענד דשי, א ריזיגע מענער קליידונג טשעין סטור, מיט טויזנטער סוטס קאוטס הויזן וכו', און אלעס איז איין קאליר, בלויז שווארץ שווארץ שווארץ, איז דאס נישט אביסעל דיפרעסינג?
ווען האט זיך דאס אנגעהויבן, ווער האט דאס איינגעפירט, און פאר קרייען אוט לאוד, פארוואס?
א שנעלע גוגל זוך האט
דאס געטראפן, אבער סשמעקט ווי יענער האקט סתם
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:14 am
דורך הויזן טראגער
וואס איס די בעסטע בוק פאר מוסקעל עקסערסייז ?
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:31 am
דורך וכדומה..
איז דא א געזעץ אז ממוז וועגן 400 פונט צו קענען טיילן מיטער טיקעטס...
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:37 am
דורך לית דין בר נש
דאכט זיך מיר אז נישט
די גיזעץ פארלאנגט נאר אז די איי קיו דארף זיין אונטער 20.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
איז פארהאן א gps navigation app פאר ענדרויד וואס ארבעט לגמרי אן וועב סערוויס?
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
וכדומה.. האט געשריבן:איז דא א געזעץ אז ממוז וועגן 400 פונט צו קענען טיילן מיטער טיקעטס...
ס'איז דא נאך א פאר קוואליפיקאציעס וואס מ'דארף אדורכגיין, לכאורה.
מ'דארף האבן א ברייטן יישבן און זיין טונקל הויטיג און היפש אנטיסעמיטיש. אויך האבן אן איי.קיו. פון 40 העלפט צו. נאר לויט די מסקנא זענען דאס נישט קיין קוואליפיקאציעס. נאר ..."דיבר הכתוב בהווה"....

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 11:59 pm
דורך chusid
מיין פראגע איז געשטעלט צו די חברים דא וואס זענען ליבעראל גענויגט (ווייל וואס רעכטע האלטן ווייס איך), זענען די רעכטע פשוט נארישער ווי לינקע? (די פראגע איז באופן כללי און פארשטייט זיך אז עס איז דא חכמים און שוטים ביי ביידע)
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:21 am
דורך ירא שמים
פארוואס די רעכטע געטרויסטו נישט אז זיי וועלן דיר געבן אן ארנטליכע ענטפער ווידער די לינקע געטרויסטו יא ?! סאיז נישט אזוי ארנטליך [emoji57]
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:27 am
דורך ישראל קאפקע
chusid האט געשריבן:מיין פראגע איז געשטעלט צו די חברים דא וואס זענען ליבעראל גענויגט (ווייל וואס רעכטע האלטן ווייס איך), זענען די רעכטע פשוט נארישער ווי לינקע? (די פראגע איז באופן כללי און פארשטייט זיך אז עס איז דא חכמים און שוטים ביי ביידע)
דו מיינסט 'צי די ליבעראלן
האלטן אזוי'.