Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס
נשלח: דינסטאג יוני 13, 2017 9:36 am
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=11552
גר ותושב האט געשריבן:http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=120350&utm_source=twitter&utm_medium=link&utm_content=im&utm_campaign=article_in_bhol
גר ותושב האט געשריבן:http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=120350&utm_source=twitter&utm_medium=link&utm_content=im&utm_campaign=article_in_bhol
גאנצל האט געשריבן:וואס האט געטראכט ווער ?........
diff האט געשריבן:נישט אמתberlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע שיטה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער אלס הכרה בשלטון הציונים. !
ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
יעקב מענטש האט געשריבן:i have no idea what's going on over here
cictim האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:i have no idea what's going on over here
you have no idea what they are doing with you over here
יעקב מענטש האט געשריבן:diff האט געשריבן:נישט אמתberlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע שיטה אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער אלס הכרה בשלטון הציונים. !
איך צו צוריק.
קענסט אראפלייגן די 'סאטמערע' שיטה בנוגע זיך שטעלן אין צה"ל, לו יצוייר ס'זאל זיין כשר? דו זאג מיר
א פאספורט, שקלים, טאבו וכו' איז אויך הכרה בשלטון הציונים
(די שאלה איז נישט נוגע למעשה, ווייל ס'עקזעסטירט נישט דערווייל)
יעקב מענטש האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:חרדיםבניגוד לטענות ראש הישיבה
המשגיח לא שיקר: תלמידים מ'נחלת משה' התגייסו לצה"ל
http://mobile.kikar.co.il/article/235311
הייסט אז דער ראש ישיבת נחלת משה זאגט פלעין ליגענט? ער טענה'ט אז קיינער פון זיין ישיבה איז נאך נישט ארויס לצבא?
i have no idea what's going on over here
עמעזאן האט געשריבן:דא האט איר די בריוו פון די ראש ישיבה צום רבין רז'''ל.
דאס איז א פליאה'דיגע מעשה אין א וועלט וואס איז אלעס ווייסט מען אונטער 24 שעה, וואס האט ער געטראכט?
berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט, שטייענדיג נאכ'ן כינוס, וועל איך נעמען די פאר מינוט צו באשרייבן מיינע געדאנקען. במשך די לעצטע 2 וואכן האב איך געהערט – ווי רוב אנדערע – אזויפיל שיטות און מהלכים אין די גאנצע מערכה, אז איך בין שיעור געשפרונגען פון התפעלות... מאנכע ניקס האבן מיר געמוטשעט , ברבים און אין אישי, אז איך זאל שרייבן מיינע געדאנקען. איך האב אבער געזען אז קיינער, קיינער! איז נישט אינטרעסירט צו הערן דעם צווייטן צד אז אפשר איז פאראן ביי יענעם אויך א שמץ של אמת, אלזא האב איך געשפירט פאר איבריג צו נעמען די צייט און פעדער אין האנט. כ'האב קלאר געזען אז קיינער גייט נישט איבערצייגן דעם צווייטן. יעדער גייט זיך האלטן מיט זיינע "פאקטן". און איך אויך מיט מיינס (הגם כ'בין מודה אז אויף אפאר מינדערוויכטיגע פרטים האב איך יא געטוישט מיינונג, נאכ'ן אויסהערן דעם צד השני).
@שמעקעדיג טייערער, איך בין געווען באמת נייגעריג וואספארא פאקטן דו ווייסט און וואס דיין מיינונג איז. דו ביסט געווען די איינציגסטע דא וואס איך האב געגלייבט אז דו בעבלסט נישט סתם נאך די ליפלעטן אין ביהמ"ד און עפעס ווייסטו מער. חבל...
ביי מיר איז נישט קיין ספק אז עס עקזיסטירט א גזירה, נאר די מדינה פארטושט עס שטילערהייט אויף כל מיני אופנים, ווי צב"ש נישט נעמען פון די גרויסע עסטאבלישד קהלות, און א גרויסע עולם קויפט עס נעבעך אפ. עס איז דא פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען – ווי צב"ש ס'איז קלאר אז עס זענען פאראן א געוואלד מיט היימישע בחורים אין מיליטער, צי בכפי' צי ברצון – נאר מען פארענטפערט עס מיט תירוצים ואמתלאות שונות.
עס איז נישטא מער היימישע בחורים אין מיליטער ווי אפגעפארענע היימישע אין ניו יארק. ברענג איין היימישע בחור וואס איז אריין אין מיליטער ווען ער איז נאך געווען ערליך.... איינס
עס איז אויך א פאקט אז די יעצטיגע כנסי-ה אקעגן די מ'כלומר'שטע גזירה האט ארויסגענומען פון די כלים אזויפיל קהלות, הלא דבר הוא! אלמלי די גאנצע עצרת האט נישט קיין שום פשט און די גאנצע גזירה איז בלויז פון פינגער ארויסגעזויגן, וואס איז פשט אז דאס האט אזוי געקרענקט פאר די ישראלישע צייטונגען? פארוואס האט מען אזוי געשימפט און געזידלט? יא איך ווייס, מען מיינט פשוט כבוד התורה, יע יע.
אלא מאי ? ? אז זיי באהאלטן דא עפעס.... יא ! זיי באהאלטן אז זיי לאזן צו בשתיקה מ'זאל נעמען ספרד'ישע מיט גע'גט'ע בחורים אין מיליטער....!
דאס איז טיפיקל סאטמארע דעמאגאגיע. זאג, אויף א איד אין אמעריקע וואלסטו אויך געגלייבט אזא בלבול אז ער איז גרייט שטילערהייט צו לאזן פאלן ערליכע בחורים אין אזא פלאץ ווי צה"ל?
און דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס זיי זענען ארויס פון די כלים ? ! ווילאנג סאטמאר שרייט און האקט גייט זיי עס אהן ווי פאראיעריגע שניי און זיי האבן נישט געגעבן קיין מוק, אבער אז מ'האט מצליח געווען אז די נאוואמינסקער מיט ר' אהרן שעכטער גלייבן אז הגר"ד לאנדאו מיט הגר"ג איידלשטיין לאזן אויפהייבן א גרזן אויף די עולם התורה (ל' המכתב) איז שוין נישט קיין עסק צו שווייגן, יענער רודערט ארום ביי דיינע אייגענע מענטשן.
איך וועל מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז די מערכה געווען איבערגעטריבן, און פארשידענע "פאקטן" זענען מיט א שמוץ אריבער ווי די אמת'ע פאקט, אבער אפילו אזוי איז גאר ביטער די מצב, אויב זאל נאר האלב זיין אמת איז עס גענוג א ווייטאג און מיר מוזן העלפן אונזערע צעבראכענע ברודער.
א גוזמא וואלט געווען ווען מ'מאכט פון 5,000 פאר צוועלף טויזנט, נישט ווען מ'בלאזט אהן א מערכה ווען ס'איז נישטא כרגע אויף וואס און מיט וועמען לוחם צו זיין. די אלע וואס האבן ביוראקראטישע פראבלעמען ווערן זייער גוט קעיר גענומען דורך פילע ארגעניזאציעס וועלכע ארבעטן יד ביד מיט די וועד הישיבות (!) און אפי' אויב ס'איז דא טענות אויף די איינגעשטעלטע אין וועד הישיבות איז עס נישט עפעס וואס פאדערט א מערכה פון אמעריקע.
ביי די וועי, דיינע 'צובראכענע ברודער' פון פלג הירושלמי וואס זענען די ממציאים פון די אלע פאקטן און גזירות, לעבן און אטעמען אויף "גזירת הגיוס". די טאג וואס גזירת הגיוס ענדיגט זיך אדער איז שוין נישט קיין העפטיגע מערכה קען מען פארמאכן דעם "הפלס" און לייגן א שלאס אויף די גאנצע "עץ" פארטיי וואס איר אפיציעלע עקזיסטענץ איז נאר געבויעט צו לוחם זיין אין די גיוס מיט די ריכטיגע השקפה.
איך וועל אויך מיטשטימען מיט די אלע "מיינונגען" (ווי המלוכה והממשלה שרייבט אין אן אנדער אשכול) אז די מצב פון אונזערע בחורים און ישיבות דא אין אמעריקע איז ליידער ווייט פון גוט, און זאל די אמעריקאנע גאווערמענט אנהויבן נעמען אלע OTD בחורים אין מיליטער, אוי וועט מען שוין טרעפן פאר זיי פלאץ אין די ישיבות.... אפשר בשכינות פון די נחמת ישראל בחורים..
אבער מען מוז אויך מודה זיין די די הצלחה פונעם נעכטיגן עצרת איז געווען העכער ווי ערווארטעט! מען דארף געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.
עס בלייבט נאר איין דיפערענץ צווישן די סאטמארע שיטה און די איבריגע – אפילו די וועלכע זענען בשיטה אקעגן די גזירת גיוס. דער דיפערענץ איז, וואס איז בעצם דער פראבלעם פון גיוס? ביטול תורה אדער ציונות? עס כאפט א גרויסע חילוק ביי די בחורים זענען באמת פויגלעך, טראבל מעיקערס, און דער מיליטער נעמט זיי אריין און מענטשלט זיי אויס. לויט רוב קהלות איז עס נאר א טובה פאר זיי, ווייל דער עיקר פראבלעם איז דאך נאר ביטול תורה;
דו מיינסט באמת אז ביי בחורים וואו ס'נישטא קיין פראבלעם פון ביטול תורה זענען וויז'ניץ און סלאנים גרייט זיי צו שיקן אין מיליטער ??
משא"כ לויט סאטמאר טאר מען בשום אופן שבעולם נישט גיין אין מיליטער, אפילו אויב וואלט געווען צוגעשטעלט א מקוה טהרה מיט שיעורי תורה מיט מחיצות צווישן מענער און פרויען.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז דאס היינט ציונות און צו וועלכע עבירה דו באציהסט זיך? אויב מיינסטו 'כוחי ועוצם ידי', דאכט זיך מיר אז אונז מיט אונזער מעכטיגע "כינוס הרבבות" פארמאגן אין זיך אסאך מער כוחי ועוצם ידי ווי דער נעבעכדיגער סאלדאט וואס שטייט ביים צומת נעבן א ישוב אין דרום...
אונטער חכם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:. ישראל מ. און ש.ב. האבן פארפיערט און געליארעמט. עד שעבר זעם...!
ווער זענען די מענטשן?