ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ויואל משה בקצרה –
א. אז דער הקמת המדינה איז א מרידה באומות פון די שלש שבועות.
למעשה, האט דער אבני נזר (יו"ד תנ"ה) שוין פאר'ענטפערט דער ענין בטוב טעם, און דער אור שמח האט צוגעשטימט. נאר דער ויואל משה (וואס ער ברענגט דער טענה אין אות פ"ו בלשון 'ויש טפשים' רח"ל) האט געטראפען א מהר"ל וואס זאגט אז אפילו בהסכמת האומות טאר מען נישט, און ער האט אן אנדערע טענה וואס מ'וועלען באלד קומען דערצו.
ועתה הביטה נא וראה, ט'אזוי שרייבט מען א תשובה. פון א שטיקל אגדה פונ'ם מהר"ל ווייזט מען אויף א יהרג ואל יעבור?! ובפרט ווען ס'האט נישט קיין שייכות נישט. אז דער וועלט איז מחליט ברוב דעות אז די אידען דארפען א פלאץ צו וואוינען, איז דאס נישט קיין מרידה ברשות, ס'איז נישט קיין מרידה. וואס האט דאס מיט די מהר"ל?
און זיין אנדערע טענה איז פשוט מביא לידי גיחוך. שלא ידחקו את הקץ, וואס רש"י זאגט ס'מיינט בתפילה, איז אויב אזוי פאסט נישט קיין רשות פון די אומות, און ממילא מעג מען נישט מאכען קיין מדינה?! מ'מעג נישט דאווענען צו פיל, ותו לא מידי. ממנ"פ אז מ'לערנט ווי רש"י אז ס'מיינט תפילה, איז נישט דא קיין פראבלעם פון גייען קיין א"י און אויפשטעלען א זעלבסשטענדיגקייט. און אויב דער פשט איז נישט ווי רש"י, נאר אז מ'טאר נישט בועט זיין אין גזירת גלות, איז ווען די אומות זענען מסכים, איז דאס נישט קיין סתירה צו גזירת גלות.
ב. אז דער מרידה באומות האט מיט אפיקורסות און כפירה ועוד ועוד.
אפי' נניח אז ס'איז יא א מרידה באומות, איז וואס? מ'טאר דאס נישט טוהן, אמת. אבער ווי ווערט עס א כפירה? דער ויוא"מ האט א קשיא, הלמאי איז דער שלש שבועות נישט געפסקנ'ט אין רמב"ם און רי"ף? ער האט נאר געקענען ענטפערען מיט א שטיקל תורה אז ס'איז כפירה ואפיקורסות און א חלק פון הלכות דעות, און דעריבער דארף עס נישט זיין דארט. פון א קשיא בויט מען א נייע עיקר הדת? ט'אזוי טוהן די פוסקים ווען זיי האבען א קשיא? אז מ'קען אויפבויען א סוגיא און דערמיט פאר'ענטפערען אלע קשיות, קען מען ברענגען א ראיה לדינא, אבער סתם זאגען א תירוץ פון הארבעל ארויס איז א דרך מסוכן וואס איז נישט מדרכי מסורת התורה כלל. ובפרט בנידון זה, ווען דער רמב"ם שרייבט קלארעהייט אז וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט מעיקרי הדת, און אוודאי דער סוף הגאולה איז נאר בתשובה, אבער אז ס'קען קומען דורך א מדינה איז נישט קיין כפירה. (איך בין נישט אזא גלויביקער צו גלויבען אינ'ם ראשית צמיחת גאולתינו וכאלה נערישקייטען, אבער כפירה איז דאס נישט).
ג. אויב דער הקמת המדינה איז אפיקורסות ועוד, איז פשוט אז מ'מעג נישט גייען אין בחירות.
דאס איז אויך א חידוש פון הארבעל ארויס. ס'שטעלען זיך אויף מענטשען, וואס זיי האלטען די געלט פונ'ם מדינה, זיי האלטען די ראמען פון חינוך אין די מדינה, און זיי פיהרען אלס וואס איז נאר דארטען פארהאנען. זיי שטעלען אויף א סיסטעם אז יעדער מענטש וואס ווערט אנגערירט פון זייערע החלטות מעג אריינגעבען זיין מיינונג וויאזוי זיי זאלען עס טוהן. אז מ'באנוצט אט דער רעכט, קען מען זיך און אנדערע העלעפען. און אז מ'גיט אויף דער רעכט וועט מען בלייבען אומבאהאלפען. ט'מעג מען דען בידים אוועקגעבען אלע רעכטען און כוחות און לאזען אלע אידען אויפ'ן וואסער? למעשה, ווען דער רעגירונג לאזט נישט אפען האלטען געשעפטען שבת, מיינט עס אז אסאך אידען וועלען נישט האבען קיין נסיון וועגען שבת. למעשה ווען דער רעגירונג פאדערט נאר כשר'ע עסען, קענען א מענטש האלטען כשרות אסאך בעסער. און למעשה ווען דער רעגירונג איז מטפל מיט גיטין וקידושין עפ"י דין, איז דא אסאך ווייניגע שאלות פון יחוס (ביזדערווייל). ווער האט דער רעכט אלס מפקיר צו זיין? מ'האט דיר געגעבען דער געלעגענהייט עפעס צו העלפען. ווי קען מען עס פארלירען?
און אין היסטאריע איז טאקע אזוי אויכ'ט געווען. אין קראקא איז דער קהלה דען געווען פרום? די פיהרער'ס זענען געווען האלב פרום און האלב פריי. האט איינער געזאגט אז מ'מעג נישט זיצען מיט'ן פרייע צו מטפל זיין מיט'ן קהלה? דער סאטמארער רב האט אלס גע'ענטפערט אז דארט איז נישט געווען קיין ברירה. נו, אין א"י איז יע דא א ברירה? ווען מ'גייט נישט צום וואלען אין קראקא, וואלט מען געבליבען אינדערויסען אן א קהלה, דאס איז דער גאנצע. און דאס הייסט נישט געהאט קיין ברירה. איז פארוואס איז א"י אנדעריש?
און למעשה די אלע וואס בארימען זיך אז זיי האבען נישט די מידנעסטע שייכות, איז דאס א שקר גמור. די חברה געניסען אויך פון די בחירות, ווען נישט פאר די פרומע עסקנים אין די רעגירונג באקומען זיי אויך נישט וואס זיי דארפען פאר זייערע מוסדות. זיי זענען נאר פאראזיטען וואס לאזען דער 'שבת גוי' גייען אין בחירות, און זיי עסען דערפון. וואס מיינסטו, ווען ס'קומט פאר א מסע מלכות פון איינער פון די אונגארישע אידען מיט זילבענער שטעקענע'ס באגלייט מיט פערד (אויף פיר און אויף צוויי), האבען זיי נישט אלס מסדר געווען מיט'ן רעגירונג? ווער האט פארמאכט די געסער פאר די גרויסארטיגע קבלת פנימ'ער במשך אלע מסע מלכות'ן זינט תשט"ז? נישט דער רעגירונג? אלע וואס וואוינען דארט נעמען פונ'ם רעגירונג, און אז מ'האט שכל פראבירט מען נישט פארפאסען די געלעגענהייט צו כאפען וואס מ'קען נאר.
ס׳איז פלאי פלאים וויאזוי דער סאטמאר רב האט געקענט ארויס געבן א בירור הלכה, און פארזען זיך צי דורכרעדן מיטן ״חכימא יהודאי״ דנן, ער וואלט אים זיכער אפגעוואנדן די גאנצער ספר!
לאמיר צונעמען אויפן שפיץ גאפל וואס סאטמאר רב האט מברר געווען, פארוואס מ׳טאר נישט גיין צי די בחורות.
ער איז מברר זייער אסאך טעמים לאיסור מיט אן א שיעור ראיות, וואס יעדע פאר זיך איז כדי לעצמו.
אבער אויפן שפיץ גאפל, איז ער מבאר צווי יסודותדיגע איסורים.
א. שלש שבועות.
ב. אריינגיין אין א בית מינים.
א. שלש שבועות.
ער איז מבאר אז די ג׳ שבועות זענען להלכה.
(די אלע וואס זענען פארנומען שרייען כל מיני טענות און מענות אז ס׳איז נישט להלכה, האבן נישט אפילו גענומען די מיה צי אריינקוקען אינעם ספר און זען ווי שיין ער רעדט ארום פון די אלע טענות, און ווי ער איז מבאר ווי פאלש דאס איז.)
ער ברענגט ארויס וואספארע כפירה נוראה ס׳ליגט אין דעם געדאנק פון ציונות. כפירה אין הנהגת הקב״ה לעמו ישראל. כאילו נישט השי״ת האט אונז פארטריבען פון א״י. כאילו נישט ער האט אונז דארט אריינגעפירט שלא כדרך הטבע. כאילו די הנהגת עם ישראל האט עפעס מיט שטארקייט צוטון. ווען מ׳איז שטארק געווינט מען מלחמות און ווען נישט נישט, עפ״ל. נו, אז יעצט איז מען שטארק קען מען זיך באפרייען. דאס איז די כפירה וואס ליגט אין קליפת הציונות.
דאס איז א כפירה אין אן א שיעור פסוקים. וועליכע זאגן וויאזוי יודן זענען שטארק ביי מלחמה. א כפירה אין אלע פסוקים וועליכע פארציילן וויאזוי יודן האבן איינגענומען ארץ ישראל שלא כדרך הטבע. א כפירה אין אלע פסוקים וואס זאגן פארוואס די חורבן און גלות זענען געקומען. לויט ציונות, איז דאס אלעס געווען צוליב איין סיבה: ווען מען האט געהאט א שטארקע מיליטער האט מען געווינען, און ווען נישט(למשל ביים חורבן) האט מען פארלוירען. ס׳האט גארנישט צוטון מיט די הנהגה פון הקב״ה צו די יודן, אז ווען מ׳האט געזינדיגט האט אונז השי״ת פארטריבן. עפרא לפומייהו.
דעריבער איז ער מבאר אז אפילו אנע שבועות איז עס א איסור צו זיין א חלק פון די מדינה, פאר ביאת המשיח. ווייל דאס איז כפירה.
ב. איסור לכנוס לבית מינים.
אפילו ס׳זאל נישט זיין קיין שלש שבועות, ס׳זאל נישט זיין קיין שום פראבלעם מיט האבן א מדינה. איז אבער דא אן איסור יהרג ואל יעבור אריינציגיין אינעם כנסת המינים.
ער איז מברר עפ״י הלכה אז די כנסת האט א דין פון א בית מינים. ווייל מען איז דארט מחוקק חוקים נגד התורה.
שוין אפגערעדט פון די אלע חוקים וואס זענען געצילט אויף שמד אדער אויף זנות וואס זענען ממש געצילט לעקור את הכל.
נאר אפילו סתם די חוק ״דעמעקראטיע״ וואס דאס איז די קאנסטעטאציע פון די מדינה, און אויף דעם זענען אלע געזעצן געבויעט, איז א חוק פון כפירה.
ער איז מבאר אז דער חק איז היפך דעת תורתינו. ווי למשל, עפ״י תורה איז דא א חיוב מוחאה ווען איינער זעט איינעם טון נגד התורה. דעס נעמט זיך פון די חיוב ״ערבות״ וואס יעדער יוד טראגט אויף א צווייטן.
חק הדעמאקראטיע איז היפך די הלכה. און אזוי כהנה וכהנה וואס סיי די חק אליינס איז נגד התורה, און אזוי אויך אלע אנדערע חוקים וואס זענען אלס קעגן די תורה.
יעצט אז ס׳נעמען זיך צוזאם ״יודן״ און זענען מחוקק געזעצן נגד התורה. איז אין לך מינות גדולה מזו. דאס בלי שום ספק מינות. און די פלאץ האט קלאר א דין ווי א בית מינות. און די הלכה איז אז אריינצוגיין אין א בית מינות אפילו נאר זיך צי באשיצען פון א רעגן וכדומה, אפי׳ מ׳מיינט נישט די רשעים, איז לכו״ע א זייער הארבער איסור, און לויט א טייל אפילו יהרג ואל יעבור. אריינגיין לשם כבוד, למשל אז מ׳ווייזט ארויס פאר די כופרים דאס מינדעסטע לעגעטימאציע איז לכו״ע יהרג ואל יעבור.
(פאר גוים איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו מאכן די געזעצן ווי דעמאקראטיע, ווייל זיי זענען נישט מצוה צי האלטן די תורה. אדרבה, פאר זיי איז א מצוה צו מאכן געזעצן לויט אסאך פוסקים איז עס פון די ז מצוות בני נח, במילא איז פארשטענדליך אז זייער פאראלאמענט האט נישט קיין דין פון א בית מינים.)
דאס זענען די צוויי יסודותדיגע טעמים פארוואס ס׳איז יהרג ואל יעבור צי אריינגיין אינעם כנסת.
דאס איז אויסער אלע אנדערע טעמים, ווי למשל:
•דער איסור פון עבודה זרה בשיתוף דורכן שטיצן די מיסיאנערן.
•די מצוה פון ״אבד תאבדין״ וואס מען איז עובר ווען מ׳האט שליטה אין א״י.
•בכלל איסור התחברות לרשעים.
דאס אלעס איז נאך אלס נאר א מקצת.
יעצט אדרבה, נעמטס דעם ספר,לערענטס דורך די אלע סוגיות און גיבטס ארויס א בירור אויף ענקער זייט.
דערווייל האט דאס נאך קיינער נישט באוויזן!!