בלאט 15 פון 23

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:31 am
דורך Samkoton
גיב א שמייכעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכידוע די מעשה פון די צוויי רבנים וועלכע זענען געזעצן אויבנאן ביי א חתונה און מ'האט אריינגעברענגט די גלידה (אייזקרעי"ם באנגלי"ש), איינער האט זיך ווארעם אנגערופן און דעם צווייטן האט עס נישט געפאסט האט ער מקיים געווען דעם משוך ידך הימנה. נאכ'ן זיך אנזעטיגן דאס צונג מיט די זיסע אייזקרעים רופט זיך אייזקריע"ם עסער אן צו זיין קאלעגע אויבנאן זיצער "דו ליידסט אויף גאווה און איך לייד אויף תאווה, וואס איז די חילוק צווישן אונז צוויי? די חילוק צווישן מיר און דיר איז" - האט ער אויסגעפירט במת"ק לשונ"ו - "אז איך האב כאטש געהאט א גוטן אייזקריעם און דו ביזט געבליבן הונגעריג..."

סתם פאר די ידעה שבו ס'איז געווען רבי אביגדור מיללער ז"ל מיט נאך א רב. און ער האט געזאגט פאר יענעם "איך מיט מיין תעיווה האט געהאט צוועי, די מיט דיין געיווע האט ניט געהאט גארנישט!"

נישט ר' אביגדור מיללער, נאר ר' שבתי וויגדער זצ''ל.
גאנץ אן ענליכער נאמען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:40 am
דורך רביה''ק זי''ע
moneyminded האט געשריבן:איז דא דארט מיידלעך פאר שידוכים? אפשר קען מען עפעס מאכן שידוכים מיט היימישע בחורים פון ניו יארק

:like :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
די ווילסט אונז אלע איינרעדן אז די זיצט אין לב טהור און די שרייבסט אויף ק"ש ? הער אויף מיט דיינע באבקעס ביטע, ענק האבן דאך קוים עקסעס צו אינטערנעט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 3:41 pm
דורך אישתישבי
איך ווייס גראדע, אז דער ברודער יואל העלבראנץ פלעגט שרייבן אבער שרייבט אויף ק"ש.

אבער חכמת איז לכאורה א פעיק.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 3:42 pm
דורך תרמב
אפשר איז ער חכמת שלמה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
ווי שווער איז צו זען אז דער איז א בחור א בל דמיון שאין כמוהו.
בחור'ל- טשעק פלאס פאר טרייאינג...
עצה טובה, דארפסט אפגרעידן דיין האנטשריפט. ס'קוקט אויס זייער יונג.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 7:02 pm
דורך תנא קמא
חכמת שלמה איז א איד פון מאנסי, כ'ווייס ווער ער איז.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 7:34 pm
דורך חקרן
ער האט צופיל אינפארמעישן פון דארט, שווער צו זאגן אז ער איז א פעיק. איך קוק צוריק די היסטארי און איך זעה אז די לייבן אין קאווע שטיבל האבן געהאלטן אז ער איז פון דארט. ער ווייסט זאכן וואס קיינער ווייסט נישט.

פון וואו האט ער די אינוועטעישנס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:17 pm
דורך מפיל קינד
עמקות המחשבה האט געשריבן:די ווילסט אונז אלע איינרעדן אז די זיצט אין לב טהור און די שרייבסט אויף ק"ש ? הער אויף מיט דיינע באבקעס ביטע, ענק האבן דאך קוים עקסעס צו אינטערנעט

דאס ווייס איך זיכער אז די עסקנים דארט זענען אויף די אינטערנעט. דאס האב איך געהערט פון א תושב דארט.

נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 12:38 pm
דורך תרמב
ער דארף שווער ארבעטן צו באקן אלע מעשיות און שרייבן אינוויטעשאנס וכדומה אויב איז ער פאלש, טויגליך איז ער זיכער אויב עפעס.

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 10:26 am
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:פון וואו האט ער די אינוועטעישנס?


פון זיין פענע און פאפיר.
אז מיין בחור'ל וואלט געווען זייער bored וואלט ער עס אויך געקענט קריעטן.

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 5:23 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ליין דורך די אינוועטעישנס, זעה וויפיל טאלאנט עס ליגט אין דעם, און זאג מיר נאכאמאל אז דיין פערצן יעריגס קען דאס מאכן... פארוואס איז ער געגאנגען, אפגעשריבן און געמאלעוועט דריי אינוועטעישנס מיט הערליכע מליצות און לשונות, מיט מאלערייען... סתם צו משוגע מאכן א וועלט?

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:18 pm
דורך קוויטעל
פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:20 pm
דורך yesiknow
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ליין דורך די אינוועטעישנס, זעה וויפיל טאלאנט עס ליגט אין דעם, און זאג מיר נאכאמאל אז דיין פערצן יעריגס קען דאס מאכן... פארוואס איז ער געגאנגען, אפגעשריבן און געמאלעוועט דריי אינוועטעישנס מיט הערליכע מליצות און לשונות, מיט מאלערייען... סתם צו משוגע מאכן א וועלט?

מאיפה אתה יודע את הגיל של הבחור שלו סתם אני שואל? ולמה הוא עשה זאת כבר ענה רבנו הקדוש בתגובה הבאה

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:22 pm
דורך yesiknow
קוויטעל האט געשריבן:פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה

פארוואס יא? עס זענען דא גרעסערע אפיקורסים דא

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 9:39 pm
דורך תרמב
ער לייגט אריין שווערע כוחות צו מהנה זיין דעם עולם אויף קאווע שטיבל, פארוואס זאל מען אים אויסשפארן?

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 10:15 pm
דורך בת קול
מען האט אים אמאל אויסגעשפארט פאר אומאיידעלע געשפרעכן, אבער מיט זיין נייע ניק האלט ער זיך אין די ראמען.
פארקערט, אין יעדע פאוסט קען מען ליינען די מוניפולערישע קולטישקייט אפען אדער צווישן די שירות.

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי,

עס איז מיר נישט גרינג צו שרייבן, ווייל חכמת שלמה האט מיר אויך געהאלטן איינגערעדט א שטיק צייט, אזוי אויך האב איך געהאט גערעדט מיט א עסקן אין די קעיס פון לב טהור וואס האט מיר דאן געהאט באשטעטיגט אז חכמת שלמה איז א געוויסער אקטיווער מיטגליד אין די סעקטע. אבער למעשה האט מיר א גוטער חבר פון דא צוגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז חכמת שלמה איז נישט מער ווי א שטארק טאלאנטפולער נערוון קריכער.

בנוגע די אנדערע ניקים בין איך נישט זיכער, אבער עס איז שוין נישט קיין ספק אז חכמת שלמה איז א טראלל, און עס איז מיר שווער צו זאגן ווייל איך האב צוריקגעקוקט אין מיינע אלטע תגובות און איך בין רויט געווארן זעענדיג ווי איך טענה חי וקים אז איך ווייס פאר א פאקט ווער ער איז און אז ער איז פון דארט.

אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז איך האב געהאט א גראבע טעות און חכמת שלמה איז א לאקאלער דפוק.

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:40 pm
דורך yesiknow
מאך זיכער האט געשריבן:אקעי,

עס איז מיר נישט גרינג צו שרייבן, ווייל חכמת שלמה האט מיר אויך געהאלטן איינגערעדט א שטיק צייט, אזוי אויך האב איך געהאט גערעדט מיט א עסקן אין די קעיס פון לב טהור וואס האט מיר דאן געהאט באשטעטיגט אז חכמת שלמה איז א געוויסער אקטיווער מיטגליד אין די סעקטע. אבער למעשה האט מיר א גוטער חבר פון דא צוגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז חכמת שלמה איז נישט מער ווי א שטארק טאלאנטפולער נערוון קריכער.

בנוגע די אנדערע ניקים בין איך נישט זיכער, אבער עס איז שוין נישט קיין ספק אז חכמת שלמה איז א טראלל, און עס איז מיר שווער צו זאגן ווייל איך האב צוריקגעקוקט אין מיינע אלטע תגובות און איך בין רויט געווארן זעענדיג ווי איך טענה חי וקים אז איך ווייס פאר א פאקט ווער ער איז און אז ער איז פון דארט.

אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אז איך האב געהאט א גראבע טעות און חכמת שלמה איז א לאקאלער דפוק.

נעקסט טיים "מאך זיכער"

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 11:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מאך זיכער האט געשריבן:למעשה האט מיר א גוטער חבר פון דא צוגעצייגט שווארץ אויף ווייס אז חכמת שלמה איז נישט מער ווי א שטארק טאלאנטפולער נערוון קריכער.

אפשר מעגן מען מיטטיילן די באווייז וואס האט באוויזן דיר איבערצוצייגן? (נישט אז איך האב א ספק אין זיין טראללשאפט, כ׳בין סתם נייגעריג וואס האט דיר איבערצייגט.)
ֿ
אז מ׳רעדט שוין סתם אן אינטערעסאנטע זאך וואס כ׳האב באמערקט, כ׳האב באמערקט אז טראללס האבן א נייגונג איבערצולאזן א רמז אז זיי זענען א טראלל, צ.ב. חכמת שלמה׳ס רמז איז אין זיין חתימה ״כ׳ארז׳ בלבנון ישגה...״ (מן הסתם זענען דא נאך וואס כ׳האב נישט באמערקט). די פוינט איז אז אזוי קען מען אונטער׳ן דאכענע לאכן פון די ״נארישע״ מענטשן וואס האט נישט ״געכאפט״ די רמז וואס שטייט זיי פארנט פונעם נאז, כאילו איינעם אינטערעסירט גענוג שטארק צו גיין חקר׳נען אין חתימות, די וואס כאפן נישט איז עס ווייל זיי זענען פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן. ס׳איז אזויווי די מעשה פון יענע אינגל (דגל מחנה אפרים) וואס איז זיך געגאנגען באהאלטן ווייל ער האט געמיינט אז איינער גייט איהם גיין זוכן, קיינער זוכט נישט, קיינער קימערט זיך נישט, נאר צווישן איין אימעיל אונעם צווייטן כאפט מען זיך ארויף אויף קאוועשטיבל און מ׳וואונדערט זיך פאר א מינוט׳קעלע און מ׳גייט ווייטער צום נעקסטן פאון קאל.

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:24 am
דורך [NAMELESS]
ער האט מיר פשוט געוויזן אן אישי פון אים און אזוי אויך עטליכע וואטסעפפ מעסעדזשעס ווי ער זאגט וואס ער פלאנט ווייטער צו טראללן און וועמען ער צילט אונטערצוצינדן.

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 8:06 am
דורך ליב צו וויסן
קוויטעל האט געשריבן:פארוואס בלאקט מען נישט חכמת שלמה


פארוואס יא?